וואס איז די נושא? What on earth are you talking about???!!!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

וואס איז די נושא? What on earth are you talking about???!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פותחין בכבוד האכסניא, די חשובע פארוואלטונג פון אונזער\אייער וועלטל, אידישע וועלט (ובלע"ז Ivelt).

איך וויל ביטע, בהכנעה, מעורר זיין אויף עפעס וואס באדערט מיך שטארק. עס קען זיין אז די טייערע פארוואלטונג האט שויל געשריבן דערוועגן. און טאמער טאקע יא, בעט איך אנטשולדיגן מיך ביטע.

סוי... וואס באדערט מיהר????

- קום איך (אדער איהר) נאך א שווערע טאג ארבייט און איך וויל פינעף מינוט זיך אויסריען די נערווען - Downtime...
- איהר זענט אן עמעזאן סעללער און איהר האט א קשיא און איהר דארפט הילף...
- איהר ווילט מעורר זיין אויף א נאכגעלאזטע הלכה...
- איהר ווילט ליינען א שיינע ארטיקל וועגען חנוכה פארטיס...
- איהר ווילט אביסל היסטאריע וועגען א חסידישע גזע...
- איהר ווילט סתם אזוי - פאר פלעין - מיטהאלטן וואס טוט זיך אין די חסידישע גאס אהן דארפן טרינקען קאווע און פרעמדע פלעצער...

נו... קומט איהר אריין אין שטיבל און איהר גייט צו אקטיווע אשכולות... איהר ווילט זעהן the latest וואס Ivelt האט צו פארציילען... וואס זעהט איהר? קעפלעך מיט די titles:

מען קען שוין אזוי נישט אהנגיין!
געוואלד!
ווי טרעפט מען דאס
עס איז שוין העסט צייט

נו... פון וואס רעדט איהר?

וויל איך מאכן א קאמפיין אז די חשובע שרייבערס זאלן זיכער מאכן אז מען זאל שרייבן אזאלכע קעפלעך וואס זאגט פאר די עולם "פון וואס רעדט מען דא".

גיטע קעפלעך (titles) זענען קורץ און שארף און מען ווייסט פון וואס מען רעדט. למשל:
בעלזער ישוב אין לעיקוואד
קליפס פון היימישע זינגערס
בילדער פון מצבות

קעפלעך וואס מען האט נישט קיין אנונג פון וואס מען רעדט דא:
עס קען אזוי נישט אהנגיין
איך האלט עס מער נישט אויס
אלע לויפן שנעל
א נייע משוגעת
עס לוינט זיך צו פראבירן

איך האף אז די חברי שרייבערס דא וועלען נעמען מיט ערנסקיין מיין בקשה.

ובזה יצאתי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

Fully agree עס איז א זאך וואס באדערט צומאל.

אבער שרייבער ווילן לייגן קעפלעך, וואס זאל ציהן דעם לייענער.

שוין עטליכע מאהל געהאט א קעפל וואס ציהט, אבער דער תוכן איז נישט וואס מ'זוכט, ווידער פארקערט אויך, א קעפל וואס זאגט נישט אסאך, אבער דער אינהאלט איז רייך.
"דאונאט דזשאדזש א בוק ביי איטס קאווער"
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

די קעפל פון דעם אשכול דא האט מיר כלל נישט פארציילט איבער איר אינהאלט, קוקט אויס געווען געצילט צו דינען אלס לעבעדיגע דוגמא.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די מינימום וואס מען קען טוהן, איז קוקן אין וועלכע אפטיילונג די אשכול געפינט זיך בעפארן לייענען.
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

Agree
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”