בלאט 2 פון 2

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:21 pm
דורך טשאלענט
לכאורה האט געשריבן:א נחת צו מיטהאלטן ווי עס הייבט אן הערשן א שטיקל ארדענונג דא. יישר כח אנאנימע אחראים, מען דערקענט די פרישע כוחות.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:22 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
איך האלט אז מען דארף מאכען א עקסטערע חנופה אשכול אין פארברענגען

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:31 pm
דורך נגיד
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האלט אז מען דארף מאכען א עקסטערע חנופה אשכול אין פארברענגען

;l;p-

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:32 pm
דורך מה פתאום???
נגיד האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האלט אז מען דארף מאכען א עקסטערע חנופה אשכול אין פארברענגען

;l;p-

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:22 pm
דורך לכאורה
דער עיקר איז אז עס איז שוין דא 2 טיעמס אויף דעם ענין פונקט ווי אויף יעדע זאך אין דער וועלט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:23 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
לכאורה האט געשריבן:דער עיקר איז אז עס איז שוין דא 2 טיעמס אויף דעם ענין פונקט ווי אויף יעדע זאך אין דער וועלט


;l;p-

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:24 pm
דורך דע מה שתשיב
פאר א טעכנישע פראגע פון די אחראים, וואו ווענדט מען זיך?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:37 pm
דורך עין טובה
טעכניש אויפן סייט קען מען אנפרעגן וואו אימער.
דירעקט פאר די אחראים שיק אן אישי פאר אחראי

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 8:09 pm
דורך געלעגער
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האלט אז מען דארף מאכען א עקסטערע חנופה אשכול אין פארברענגען

ווי אויך קען מען ניצן א באזונדערע אשכול פאר צובראכענע סידיס וואס חזר'ן איבער די זעלבע זאך טאג-איין-טאג-אויס. און א פערטע אשכול זיך אויסצולערנען צו זאגן 'א דאנק'! שווערע פיר ווערטער

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 8:40 pm
דורך שמאטע
געלעגער האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האלט אז מען דארף מאכען א עקסטערע חנופה אשכול אין פארברענגען

ווי אויך קען מען ניצן א באזונדערע אשכול פאר צובראכענע סידיס וואס חזר'ן איבער די זעלבע זאך טאג-איין-טאג-אויס. און א פערטע אשכול זיך אויסצולערנען צו זאגן 'א דאנק'! שווערע פיר ווערטער

פאר דיר, אלעס!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:16 pm
דורך יאצמעך
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האלט אז מען דארף מאכען א עקסטערע חנופה אשכול אין פארברענגען


שוין דא א לעקן אשכול viewtopic.php?p=1340619#p1340619

געשריבן: דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:58 pm
דורך מענטשעלע
איך ווייס נישט וואס די עולם האט טענות, מיר האט מען נאך קיין איין תגובה נישט פארכאפט...
אז מען מעקט האט עס געדארף ווערן געמעקט...

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 1:26 am
דורך משה כספי
מענטשעלע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די עולם האט טענות, מיר האט מען נאך קיין איין תגובה נישט פארכאפט...
אז מען מעקט האט עס געדארף ווערן געמעקט...

אוי מענטשלע מענטשעלע וויסן זאלסטו אז די ביסט נאר אין די וועלט א חלק וכו' (קרעדיט יונתן שווארץ)

געשריבן: פרייטאג פאברואר 10, 2017 1:07 pm
דורך אחראי
ביטע נישט שרייבן קיין תגובות וואס דרוקן אויס ביטול און דיסרעספעקט אויף טראמפ סופארטערס-וואוטערס, עז א גרופע, זינט פילע שרייבערס-ליינערס פון אונזערע חברים דא, ציילן זיך צווישן די גרופע.

וכמובן כמו כן להיפך.

מיט פארשטענדעניש

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 11, 2017 11:22 pm
דורך אחראי
מיר ווילן בעטן אז די וואס באנוצן זיך מיט "אונטערשריפטן", זאלן פרובירן צו האלטן די ווערטער נארמאל. סיי אז די מעסעדזש זאל נישט צילן צו שטעכן א געוויסע גרופע, און סיי אז די סייז פון די אותיות אדער די דיקקייט זאל נישט שטערן די אויג פונעם ליינער.

א דאנק

געשריבן: זונטאג פאברואר 12, 2017 12:40 am
דורך אויסגערעכנט
אחראי האט געשריבן:מיר ווילן בעטן אז די וואס באנוצן זיך מיט "אונטערשריפטן", זאלן פרובירן צו האלטן די ווערטער נארמאל. סיי אז די מעסעדזש זאל נישט צילן צו שטעכן א געוויסע גרופע, און סיי אז די סייז פון די אותיות אדער די דיקקייט זאל נישט שטערן די אויג פונעם ליינער.

א דאנק

דאס איז באמת וויכטיג ווייל עס גייט אויף די נערווען

געשריבן: זונטאג פאברואר 12, 2017 12:42 am
דורך לכאורה
אויך די וואס האבן CAPITALIZED FONTS אין די אונטערשריפט קריכן אביסל אויף די געהירן

געשריבן: זונטאג פאברואר 12, 2017 12:57 am
דורך אויסגערעכנט
מיינס אויך?

געשריבן: זונטאג פאברואר 12, 2017 1:10 am
דורך לכאורה
דיינס איז בולט, נישט CAPS

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2017 10:58 pm
דורך אחראי
מיר טוען זיך זייער באדאנקן פאר די אלע חשובע מיטגלידער, וואס טוען ארויסהעלפן די האלטן דאס פלאץ פריש און אנגענעם פאר אונז אלע, מיטן גרינגסטן און ווירקזאמסטן מיטל, מיטן דיווח קנעפל.

ביטע האלט אייך נישט צוריק צו נוצן דעם קנעפל, אפילו א זאך וואס איר קלערט נאר ס'איז אפשר נישט פאסיג דא, ס'איז נארישקייטן, פערזענליכע פליקערייען, פילט נישט אז איר דארפט זיין דער פוסק מיטן דרוקן דעם דיווח קנעפל, און דערפאר זיך היבשט צוריקהאלטן פון עס נוצן.

די אחראים קענען נישט א גאנצן טאג אליין דורכפילטערן אלע אשכולות במשכ'ן גאנצן טאג, ס'איז נאר מעגליך מיטן הילף פון דיווחים.

יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 8:24 pm
דורך אחראי
אלעס ארום די אויסטויש צווישן פרעזידענט און מר טורקס פון עמי, איז געווארן אפגעטיילט אין א באזונדערע אשכול.

מ'דארף נאך היבשט רייניגן אינעם נייעם אשכול אויכעט, בהעברה ביים איבערפירן האט זיך אנגעזעהן היבשט היציגע תגובות מיט נישט פאסיגע לאזונגען, אויב איר זעהט עפעס וואס איר טראכט אז ס'איז נישט פאסיג ביטע מדווח זיין.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 11:13 pm
דורך אחראי
היציגע טעמעס הייבט די רעיטינגס פון אייוועלט!

אבער ביטע דירעקטירן די היץ צום נושא נישט צו דעם ניק צו וועם מ'רעאגירט, מ'פרובירט זייער נישט צו דארפן מעקן קיין תגובות, נאר ליבערשט פארריכטן לשונות, אבער ווען א גאנצע תגובה גייט אראפצורייסן וואס א ניק האט געזאגט און ס'גייט זייער פערזענליך, און דערנאך ציטירן עטליכע די זעלבע תגובה ווערט זייער שווער צו פארריכטן.

ביטע האבן פארשטענדעניש.

געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2017 9:17 am
דורך אחראי
א היסטאריע אשכול איז אוועקגעפירט געווארן נאך דעם וואס איינער פון אונזערע חשוב'ע אנגעזעהענע חברים האט אונז אנגעמערקט אז מ'רעדט פון עובדי ע"ז.

ומכאן הקריאה יוצאה, איידער איר זענט מגייר אן ארטיקל פון אלגעמיינע מקורות מאכט זיכער אז עס געהערט און פאסט צווישן אידישע אידן.

בתקוה אז איר וועט פארשטיין מכאן ולהבא.

בכבוד והוקרה:

לייבל דער גבאי.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:11 am
דורך אחראי
א צוהיצט געפעכט אין אן אשכול איבער א רעכט הלכה'דיגער נושא איז אוועקגעפירט געווארן, ביטע אנטשולדיגן אויב א תגובה איז בטעות מיטגעפארן, איר זענט העפליך מכובד צו שרייבן און מברר זיין מיט עהרע ודיבוק חברים כדרכה של תורה, אבער הויכע טענער און אנגריפן וועלן נישט צוגעלאזט ווערן.

בכבוד רב
יעקל דער אחראי