אפדעיט איבערן סייט
אחראי: אחראי
אפדעיט איבערן סייט
כ'וויל אביסל אויס שמוען מיטן עולם וואס מיר האבן געטוהן און וואס דער פלאן איז פאר ווייטער בנוגע די סייט.
יא עס זענען דא אסאך גרעסערע וועב סייטס פון איי וועלט, דאן פארוואס איז האבן מיר לעצטענס געהאט פראבלעמען?
ערשטענס דארף מען פארשטיין אז ווען א וועב סייט ווערט אזוי העווי (אין סייז) ברויך מען עס מער און מער מאדעפייען נאכצוקומען די פארלאנג, מיט וואס?
יא מען קען צולייגן מעמארי און סי פי יו צו די סערווער, ווערט גערופן אן הצלה פורתא ווייל פריער ווי שפעטער וועט מען דערפון אויך אויסלויפן און מען קען טאקע צולייגען דערנאך נאך, אבער עס ווערט גאר א קאסטבארע און מינדערוויכטיגע סעלושען.
מען קען צו לייגן מערערע דעיטעבעיסעס וואס הייסט קלאסטערינג, דאס מיינט אין א נאט שעיל, אז עס זענען דא מער ווי איין דעיטעבעיס, און ווען איינס איז ביזי גייט עס צו די צווייטע.
דערנאך קען מען ארויס נעמען די סורטש פונקציע פון די געהעריגע דעיטעבעיס און לייגן א סטענד עלאון אפליקאציע דערפאר, א שטייגער ווי ספינקס, סאלאר, און אינדעקע, וכדומה.
מען קען אויך רעסטריקן געוויסע זאכן פאר אומאיינגעשריבענע באנוצער (אינאנימעס) וואס האלט אביסל צוריק אז די איינגעשריבענע זאלן יא קענען בעסער נוצן די סייט, ווצב"ש דיסעבלען סורטש פאר אינאנימעס יוזערס.
אויך קען מען לייגען א סי די ען (קאנטענט דעליווערי נעטווארק) וואס נעמט איבער די גאנצע טראפיק פון די סייט, און טוט עס קעשען, דאס איז אן עקסטערע פרשה פארזוך מסביר צו זיין, אבער אזויפיל יא, עס איז נישטא קיין גרויסע וועב סייט וואס ארבעט אן דעם.
מען גיין ווייטער און ווייטער מיט נאך אופנים, ווצב"ש סעקעילעבילעטי, טוישן פון מייסיקוועל צו אוראקול, נוצן בלויז עי פי איי'ס, וכדומה וכדומה, אבער הצד השוה שבהם איז אז דאס וועט פארלאנגען א לענגערער דאון טיים, און איצטערט אין די פריימערי סעזאן וועט מען עס נישט צולאזן.
איי וואס טוהן מיר יא דערווייל? דער תירוץ איז עטליכע זאכן.
ערשטענס האבן מיר אביסל מאדעפייעד די סורטש דהיינו, די סייט קאררענטלי האט אין באזיס ווערטער פון דריי אותיות אדער מער, ארום 825 טויזענט מינים ווערטער דאס הייסט א דיקשענערי פון אזויפיל סארט ווערטער, און די סייט פארמאגט איבער 28 מיליאן ווערטער, (אויב וויל איינער מאכן אן עוורידזש איז עס ארום 25 ווערטער פער תגובה אלעס פון דריי אותיות אדער מער), קומט אויס אז רוב ווערטער ווערן גענוצט ציווישן איינס און עטליכע הונדערט מאל דורכאויס די סייט, עס זענען אבער דא ווערטער וואס ווערן גענוצט אין די צענדליגער טויזענטער, געווענליך זענען די ווערטער אומוויכטיג ביים מאכן א סורטש.
לאמיר נעמען א משל, דאס מערסטע באנוצטע ווארט פון דריי אותיות און מער איז דאס ווארט "ביז" וואס ווערט גענוצט אינעם סייט איבער א האלב מיליאן מאל (נאכאמאל אן עוורידזש: יעדע פינף אין פופציגסטע ווארט איז ביז).
די טאפ 100 ווערטער אינעם סייט ווערן גענוצט ארום 12 מיליאן מאל, דאס מיינט אז כמעט האלב פון די סייטס ווערטער (פון 3 אתויות און ארויף) באשטייען פון בלויז הונדערט ווערטער.
ווען איינער מאכט א סורטש אויפן סייט מאכט די סערווער א קווערי און גייט דורך פער קיווארד 825 טויזענט ווערטער און מעטשט עס מיט 28 מיליאן רעקארד'ס און כ'דארף ענק נישט זאגן די רעזולטאטן דערפון.
וואס מיר האבן געטוהן איז מיר האבן אנגעשטעלט אז יעדע ווארט וואס ווערט גענוצט טויזענטער מאל זאל נישט אריין גיין אין די אינדעקס, במילא ברענגט עס נישט קיין ניצן אויב עס גיבט צוריק אזויפיל רעזאלטס, דאס האט געשניטן די סייז פון די רעקארדס צו באלד האלב.
אויב וועט מען זעהן מיט די צייט אז דער עולם איז נישט צופרידן מיט די סורטש קענען מען גיין אין אנדערע מהלכים.
דער עיקר וואס מיר האבן יא געטוהן איז געטוישט די דעיטעבעיס סעטינגס צו נעמען אין באטראכט די גרויסקייט פונעם סייט.
כ'האף דער עולם האט געזעהן א גינסטיגן טויש אין סיי די ספיד און סיי די פראבלעמען, מיר זענען אבער נאכנישט פארטיג, אי"ה אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אסאך צולייגן.
מיט דאנק און אנטשולדיגונג.
ארענדאר.

- צים פינטעל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2295
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
- לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ
- לאנגווייליג
- שר מאה
- תגובות: 168
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:50 am
אפדעיט איבערן סייט
א גוטן הרב ארענדאר
איך ווייס נישט ווער עס שטייט אינטער די סייט, איך וויל זיך נאר באדאנקען פארן צושטעלן א פלאץ פאר ערליכע יידען צו הנאה האבען אויף א כשר'ע וועג,
יישר כחכם ותזכו להנות את ישראל עוד רבות בשנים בבריאות השלימות והצלחה וברכה בכל מעשה ידיכם.

- גוגל
- שר האלפיים
- תגובות: 2055
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
- לאקאציע: אויף אייוועלט
לאנגווייליג האט געשריבן:א גוטן הרב ארענדאר
איך ווייס נישט ווער עס שטייט אינטער די סייט, איך וויל זיך נאר באדאנקען פארן צושטעלן א פלאץ פאר ערליכע יידען צו הנאה האבען אויף א כשר'ע וועג,
יישר כחכם ותזכו להנות את ישראל עוד רבות בשנים בבריאות השלימות והצלחה וברכה בכל מעשה ידיכם.
ארענדער שטייט אינטער די סייט
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 321
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
- לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג
גוגל האט געשריבן:פשיהא! און אונז האמיר געמיינט אז קיינער קערט נישט!
א ריזן דאנק ארענדער, וברכתיך בכל אשר תעשה, און זאלסט עס קענען אוועקשטעלן אויפן פיס, און אפהאלטן נאך מענטשען פון פאשען אין פרעמדע פעלדער!!!
זענען מיר גאר איינשטימיג מיט אייך "חוץ" די ערשטע שורה "חוץ" די ערשטע ווארט
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום מיטוואך מארטש 09, 2016 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- וואס א חילוק
- שר האלף
- תגובות: 1296
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
- לאקאציע: ניי קרוינהייטס
-
- שר מאה
- תגובות: 168
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5958
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:47 pm
- לאקאציע: אינעם עמעזאן קלאוד
א דאנק הער ארענדער
וואו קויפט יעדער? אויף עמעזאן
https://amazon.com
אדער אויף וואלמארט
https://www.walmart.com
און צומאל אויף איבעי
https://ebay.us/DXRlkQ
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
עירמאנט'ער האט געשריבן:ביז ביז ביז ביז
א גרויסן ישר כח
הקב"ה ישלם שכרך
וגם באתי *להשתכח לארענדער
*דעיס מיינט צו זאגן שכח אין יודיש!
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah

- בנימין הלוי
- שר האלף
- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm