יום המיוחס תשע"ה - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום
אחראי: אחראי
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3881
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
עשרה מי יודע
בס"ד
צעהן יאר פארלאפען
זייט מ'האט געטראפען
א פלאץ וואס קען זיין אפען
פאר א ערליכע איד
במקום פרעמדע פעלדער
בלאנדזשענען אין וועלדער
ס'איז ווערד די אלע געלדער
אויף קדושה געהיט
געפילט דעם צורך
א דור יבורך
ווי אן אורח
צום אינטערנעט ציהט
אויסלופטערען מוחות
שעפען פרישע כוחות
זכותים הויך איז
שכר עס בליהט
ברענגען א שמייכעל
מיט טאלאנט און שכל
וועהלט אויס א היכל
לויט אייער געמיהט
נישט יענעם קריטיקירען
ווילסט אויך נישט שפירען
אויף דיינע געהירען
מיסגעטריעט
געטון ריכטיג
תקנות וויכטיג
ריין און ציכטיג
נישט ווערען מיד
פאר פירער און גרינדער
ווינטשען אייוועלט קינדער
ספעציעל פארען אנצינדער
קרעמער, הער דעם ביעט
טעשער געשטאפטע
נישט ארויס טראפט ער
קיינעם פאפט ער
עשירים סאליד
קינדער וואס דערליווערען
נחת אן שיווערען
דאס לעבען נישט אפכיפערען
נאר ענדזשויען דעם ליד
געזונט אן קרענק
קענען באדינען אין שענק
שטארק ווי טענק
אן שמעקן וויעד
ווינטשט איעדער מעמבער
פון ינואר ביז דיסעמבער
אייוועלט ווי וויל רימעמבער
מיט שטאלץ לעטס פראסיעד.
צעהן יאר פארלאפען
זייט מ'האט געטראפען
א פלאץ וואס קען זיין אפען
פאר א ערליכע איד
במקום פרעמדע פעלדער
בלאנדזשענען אין וועלדער
ס'איז ווערד די אלע געלדער
אויף קדושה געהיט
געפילט דעם צורך
א דור יבורך
ווי אן אורח
צום אינטערנעט ציהט
אויסלופטערען מוחות
שעפען פרישע כוחות
זכותים הויך איז
שכר עס בליהט
ברענגען א שמייכעל
מיט טאלאנט און שכל
וועהלט אויס א היכל
לויט אייער געמיהט
נישט יענעם קריטיקירען
ווילסט אויך נישט שפירען
אויף דיינע געהירען
מיסגעטריעט
געטון ריכטיג
תקנות וויכטיג
ריין און ציכטיג
נישט ווערען מיד
פאר פירער און גרינדער
ווינטשען אייוועלט קינדער
ספעציעל פארען אנצינדער
קרעמער, הער דעם ביעט
טעשער געשטאפטע
נישט ארויס טראפט ער
קיינעם פאפט ער
עשירים סאליד
קינדער וואס דערליווערען
נחת אן שיווערען
דאס לעבען נישט אפכיפערען
נאר ענדזשויען דעם ליד
געזונט אן קרענק
קענען באדינען אין שענק
שטארק ווי טענק
אן שמעקן וויעד
ווינטשט איעדער מעמבער
פון ינואר ביז דיסעמבער
אייוועלט ווי וויל רימעמבער
מיט שטאלץ לעטס פראסיעד.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com
- אויסערן מיניסטער
- שר האלף
- תגובות: 1202
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
- לאקאציע: אינעם ווייסן הויז
גראמי, ווען מען ליינט דיינס א תגובה איז אויך אזוי, לופטערט מען אויס די מוח, מען שעפט פרישע כוחות, עס ברענגט א שמייכל, דו טוסט נישט קריטיקירן..... פיין געשריבן
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן
לכאורה, קרעמער וואלט געקענט זיין דיין זיידע! האלט דיין פיסק פארמאכט! דו ווייסט קעגן וועם דו רעדסט? דו ווילסט מען זאל דיך איינשפארן אין קהל'ס טינקעלע צימער, ווי מען האט געטון מיט'ן אוה"ח הק’ ביי די 42 פשטים?
ויקם דור חדש אשר לא ידע את קרעמער.
ויקם דור חדש אשר לא ידע את קרעמער.
לכאורה האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:היות איך בין ב"ה טרוד מיט פארשידענע זאכן
זאג עס נאכאמאל.... טרוד מיט פארשידענע זאכן....
חחחחחחחח
טרוד ביסטו געווען די ערשטע זיבן יאר, ווען דו האסט דא געפירט און פארפירט, געמעקט און געווארפן, אבער די לעצטע דריי יאר דאכט זיך זיצטו אין פלארידע מיטן פוס ארויף און שפייסט פאפיטע'ס טאג און נאכט...
טרוד מיט פארשידענע זאכן........ יוא, שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 921
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
- טשייניק
- שר מאה
- תגובות: 199
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
- לאקאציע: אויפן געז רענדזש
וואט עי סורפרייז, יארן וואס מיר - די אינגע דור - ווארטן שוין אז די מייסד זאל זיך מגלה זיין כאטש בחלום, און יעצט גאר זיך באוויזן בהקיץ! נאר מיט א ביסעלע א שטרענגע פנים, אבער... די פלאן איז געלונגען.
לאמיר טאקע פאלגן דעם מייסד מחמת כמה סיבות; פשוט אז נישט העט ער קומען מיטן שטעקן (אבער זאל ער נאר קומען); ועוד, מ'מוז טרעפן א שנעלערע פלאן אים אויפצוועקן נישט ווארטן גאנצע דריי יאר; און אפילו מעט שוין ווארטן דריי יאר וועט ער נישט קומען ווייל ער האט שוין געכאפט, סאו לאמיר אויפקומען מיט א פרישע פלאן, געגאנגען...

Re: יום המיוחס תשע"ה - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום
פינף יאר זינט דער גרינדונג פון דעם אשכול - פופצן יאר זינט די גרינדונג פון היימישע קרעטשמע
Re: יום המיוחס תש"פ - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום
מזל טוב! פאר לאנגע געזינטע יארן.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער, דעיס איז די וועבזייטל וואס האט מקרב געווען די גאולה
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער, דעיס איז די וועבזייטל וואס האט מקרב געווען די גאולה
Re: יום המיוחס תשע"ה - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום
איז דא ערגעץ א לינק צום ערשטן תגובה דא?
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)
א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער
א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11843
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן
Re: יום המיוחס תשע"ה - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום
יש בו האט געשריבן:איז דא ערגעץ א לינק צום ערשטן תגובה דא?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3
Re: יום המיוחס תשע"ה - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום
פאטאקי08 האט געשריבן:יש בו האט געשריבן:איז דא ערגעץ א לינק צום ערשטן תגובה דא?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3
ישר כח
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)
א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער
א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער
צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט