בלאט 1 פון 3

יום המיוחס תשע"ה - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:36 pm
דורך קרעמער
היות איך בין ב"ה טרוד מיט פארשידענע זאכן, וועל איך נישט קומען מיט קיין לאנגע דרשות אדער הקדמות, נאר בלויז צוגיין צום ענין קורץ און שארף אי"ה.

היינט ווערט אפגעצייכנט 10 יאר זינט די התייסדות פון אייוועלט / אידישע וועלט / היימישע קרעטשמע און אלע אירע גלגולים און פארמאטן.

הצד השוה פון אלע גלגולים, אז דאס פלאץ איז געפירט געווארן מיט א קלארע ציל און שטרעבן, און דאס איז שטענדיג געווען פאר די אויגן פון די ליינער און שרייבער און מעקער, נעמליך: א ריין ווינקל, ריין פון שמוץ, ריין פון פאליטיק, ריין פון יעדע זאך וואס שטערט פאר היימישע אידעלעך.

האט זיך אבער געמאכט אז עטליכע פון די מנהלים און אחראים זענען געווארן צו פארנומען צו האלטן אן אויג, און זאכן האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן ארויסגליטשן פון די הענט. אודאי האט מען געמעקט זאכן וואס זענען קלאר אין פארלעצונג פון די תקנות, אבער דא און דארט האבן פארשידענע שרייבער זיך צופירט די הענט מיט רמזים און אפענערע רמזים בעניני אידישע פאליטיק א.ד.ג., זאכן וואס זענען נישט טאלערירט געווארן אין די פארגאנגענהייט און וועלן ווייטער נישט טאלערירט ווערן בעז"ה.

הערשט דעם פארגאנגענעם סוף זוממער איז פארגעקומען אן אסיפת מנהלים וואו מען האט פריש איבערגעארבעט די תקנות און ארויפגעשטעלט אויפן פארום, אבער ווייזט אויס אז אין מזרזין אלא למזורזין, נאך אלץ איז דא א מקום וואו צו ווארענען און דערמאנען מען זאל זיך ביטע האלטן צו די גדרים.

האבן זיך לעצטנס אומגעקערט אהער עטליכע פון די מנהלים וואס האבן שוין זייער לאנג נישט באזוכט דאס פלאץ, און האבן געזאגט אז דאס פלאץ איז אומדערקענבאר צוליב די געדעכטע פאליטישע שמועסן במישרין ובעקיפין, א זאך וואס קרענקט זיי געפערליך, ווייל איינס פון די הויפט צילן פון די היימישע קרעטשמע בשעתה (נאך אויף היידפארק) איז געווען אוועקצושטיין פון די גרויליגע געשטאנק וואס האט זיך געשפירט דארט פון די פאליטישע פארומס.

היידפארק איז שוין ב"ה א פארגאנגענהייט, און אירע ממלא מקומ'ס זענען האפנטליך פארשלאסן פארן היימישן ערליכן ציבור, אבער דאס מיינט נישט אז אויב איינער האט עפעס א זאפטיגע רכילות אדער נארוואס געהערטע לשון הרע זאל ער דאס מעגן קומען מעלדן בשער בת אייוועלט. עס הייבט זיך אן אלס א טרוקענע מכלומר'שט אומשולדיגע נייעסל, און עס פארוואנדלט זיך צו א פולהארציגע דעבאטע פון אלע סארט פראקציעס ביים ציבור, ביז איינער פון די באהערדע באשלוסט אז דאס איז שוין צופיל און מעקט אדער שליסט אפ דעם שמועס.

היום יום המיוחס גייט זיך דאס האפנטליך אפשטעלן, מען האט מיר געבעטן אראפצושטעלן א פוס און קלארשטעלן פארן ציבור אז דאס טאר נישט ווייטער אנגיין אויף דעם אופן. די מנהלים האבן באשלאסן איינצושטעלן א זערא טאלעראנץ אויף אלע אזעלכע סארט געשפרעכן, און אויב איינער וועט פארגעסן און יא שלח'ן אזא תגובה, וועט דער מעקער מוזן גענוצט ווערן און יענער וועט קיין טענות נישט קענען האבן.

היימישע קרעטשמע / אייוועלט פארמאגט ב"ה פיינע תקנות, עס מאכט זיך נאר אמאל אז מען פארגעסט זיך, און דערפאר וועלן מיר זיך אינאיינעם מחזק זיין צו געדענקן און פירן ווי די פארשריפטן, אין די בחינה פון "שכחום וחזרו ויסדום".

הייבן זיך פערצופאל אלע פאראגראפן אן מיט די אות ה', און פאראגראפן איז גראדע דא צען אין צאל, כמנין שנות אייוועלט...

קרעמער בשם המנהלים

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:40 pm
דורך יהיה כן
העי קרעמר, האסט זיך מתיר נדר געווען???????????????????

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:42 pm
דורך שמאטע
*הו!!! קרעמער בשם המנהלים!!! (אנציהייבען די שורה מיט א ה')

שרעקעוודיג!!!
מיר קוקן ארויס אויף די הצלחה פון אייוועלט און אירע שרייבערס!

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:45 pm
דורך green
וועלקאם בעק, פאר קרעמער האט יעדר דעכערעץ

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:46 pm
דורך אלץ ווייזער
קרעמער ביסט נאך דא?
אדער האסט אפגעשריבן און זיך צוריק געלייגט?..

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
בילד

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:49 pm
דורך farshlufen
דער חנווני קומט דא אריין אויף א בליץ באזוך גלייך ווי אן אמאליגער תושב קומט באזוכן פון יענער עק פון ערד-קוגל, ער האלט אבער אין די האנט א שטעקן פון א ל"ג בעומר שיסער ארומגעטעיפט מיט עטליכע מייל בינדן טעיפ.

איך ציטער..

מיר ווילן זיין וואויל
מיר פארשטייען דיין Goal

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:52 pm
דורך מאנ-יימער
אן צו רעאגירן צום פלוצימדיגע באזוך פונעם מייסד וויל איך נאר צולייגן איין פונקט.

ביטע ניצט די באריכט קנעפל ווען נויטיג, די מנהלים/אחראים וויפיל זיי פראבירן קומעט מען נישט אן אלעמאל צו ליינען ממש אלע אשכולות און תגובות ממילא איז די איינציגסטע וועג אז די מנהלים זאלן מעקן א זאך וואס דארף ווערן געמעקט איז כמעט נאר דורך דעם וואס א שרייבער טוט עס באריכטן און שרייבט צו אין צוויי דריי ווערטער די פראבלעם מיטן תגובה.

א דאנק!

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:58 pm
דורך אויסערן מיניסטער
א דאנק אייך קרעמער פארן זיך נעמען די מיה און זיך אריינסיינען נאך אזא לאנגע אפוועזנהייט, נאר פאר אונזער טובה! צו האלטן די פלאץ קלין און כשר, א דאנק אייך, זכות הרבים תלוי בך!
אפשר אז איר וועט זיך צוריקקערן מיט די אמאליגע פאוער וועט איר קענען מסדר זיין אביסל די סארט שמועסן? א מעכטיגע פלאן!

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:00 pm
דורך קראק-פאט
שלום עליכם!

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:06 pm
דורך פאטאקי08
וואס?

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:17 pm
דורך מילין_יקירין
נו, לאמיר אויסטרייען דעם זיראו טאלערענץ סיסטעם...

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:22 pm
דורך בן אחר בן
יהיה כן האט געשריבן:העי קרעמר, האסט זיך מתיר נדר געווען???????????????????


עת לעשות..

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:27 pm
דורך מצב כללי
שלום עליכם קרעמער.

וועלקאם בעק!

עס איז א פארגעניגן דיך צו האבן צוריק אויף איי וועלט.

יהא שובך לברכה ולהרמת קרן איי וועלט.

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:30 pm
דורך יואל ווייס
כבוד הרב קרעמער שליט"א,
עס איז אונז א שטארקער חיזוק אז אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, פארגעסט איר נישט פון אונז.
זאל אייך גאט באגליקן אין אלע אייערע אונטערנעמונגען.

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:33 pm
דורך מיסטעריעז
וואס דא גייט אלץ פאר!!
דער מייסד ובריח התיכון פון אונזער וועלטל האט זיך דערוועקט לטובתינו און מיטגעשלעפט מיט זיך נאך עטליכע פגרים...

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:34 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
הדא הוא דכתיב - נחזור עטרה ליושנה

עליכם שלום! מיר האפן איר וועט שוין וויילן מיט אונז
סיי ווי אזוי סע איז - גוט אייך צו זעהן - מיר פארשטייען אייער נקודה

בעז"ה וועלן מיר ווייטער אנהאלטן דאס הייליגקייט אווי אמאל!

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:46 pm
דורך תפוח
הער קרעמער,

הגבלות דארף זיך ערשט אנהויבען בשלשת ימי הגבלה.

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:54 pm
דורך לאדיךארויס
שלום עליכם כבוד הרב המייסד שליט"א,
עס איז אונז א גרויסער כבוד און עהרע אייער באזוך דא אויפ'ן וועלטל.
לאמיר האפן אז די רייד זאלן טאקע עושה רושם זיין.

און צום לעצט, א גרויסן דאנק פארן אויפבויען די קרעטשמע פאר אונזערט וועגן!
(כ'א געזוכט עפעס א גרינע צו געבן, אבער נישט געקענט טרעפן עפעס זאכליך... נו נעם דיר וואס דו ווילסט. זיי געזונט!)

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:55 pm
דורך יאנאש
זאג נאר, אפשר קענסטו זיך רוקן א פיצי אז איך זאל קענען ארויסקריכן. אה, שכוח שכוח.

Wדי40 האט איינער, די פינגער זענען ערנסט ראסטיג, א אידישע קי-בערדל אויך, אה אט אזוי. שכוח שכוח.

עק אם היך איז אזוי רבותי, כקרעמער ועוד לקרא, איך וועד זיך צו ענק מיט אן הארצרייסענדע בקשה, ביטע זיך נישט לאזן אראפשלעפן פון געציילטע יחידים וועלכע פרובירן אראפצוברענגן דעם ניווא וואס איר אלע האבן אזוי שווער געארבעט אהערצושטעלן. איך בין זיכער אז די גיידליינס זענען ברייט באקאנט פארן ציבור, אבער אפשר וואלט כדאי געווען צו אויפרישען דעם זכרון, עני מנהל פליז :oops:

איך גיי שוין צוריק אין לאך אריין, אבער איך מוז קודם זיך באדאנקן פאר מיינע קאלעגע מנהלים און אחראים פאר די אויסערגעווענליכע כוחות וואס איר האט און לייגט אריין אין מיין אפוועזענהייט, עס איז אומגלויבליך אז עס איז צעהן יאר און מען האלט זיך נאך אזוי שטארק.


WOW צעהן יאר? אר יו פאאר ריעל?

עניוועי, בעק טו קרעמער

יעעעעטאש, לאמיך צוריק אריין, העי איך דארף צוריק די אלטע קארנער... יושששש האסט אריינגעלייגט דיינע מויזן דא אהער.... סינישט פעיר, וואו איז בעני..............

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 5:59 pm
דורך תרנגול
געוואלדיג....

נעקסט קומט זארעכפעפער...

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
.................. איי גיוו אפ!!! #אזמעלעבטדעלעבטמען

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 6:04 pm
דורך סמארט גאי
איך האלט אז גרויזאמער האט געהעקט די אקאונטס,

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 6:07 pm
דורך גרינע בוים
אויך איז יעצט דריי יאר פון קרעמער'ס תשובה און אפפוץ.
און אצינד א הארציגע בקשה צו ידידינו הרב קרעמער, ווי איר קענט זעהן איז פנים חדשות באו לכאן לטב ולמוטב אסאך אסאך פרישע חברים זענען צוגעקומען בפרט לעצטענס וגם אני בתוכם, און אלע פראבלעמען וכו' וואס מאכן זיך דא פון צייט צו צייט איז במחילת כבודו הרמה פונעם קרעמער זז"ג איז נאר ער שולדיג ווייל ס'נישט געווען די ריכטיגע מענטש אן-טאפ-אפ-איט ווייל גם אני בחלומי קען איך די זאך שוין א לענגערע צייט פון זיך ארום דרייען אויפן וועלטל א לענגערע צייט און קרעמער'ס שרייבעריי איז מיר נאנט צום הארצן........
(איך קען נישט שרייבן ווייטער ווייל די טרערן דראען צו פאפלייצן)

עכ"פ דעט איך דא בשם כל החבירים ביטע ביטע ביטע בלייב דא און אז דו ווילסט נישט אויף א ברייטע פארנעם כאטש באווייז זיך פון צייט צו צייט

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 6:21 pm
דורך thefact
צען שורות אנגעהויבן מיט א הא
די צווייטע ווארט פון יעדע שורה איז ראשי תיבות "אידיש וועלט"

העמער אלע זאגן עליכם השלום מרן המייסד רב קרעמער
היום יום המיחס איז טאקע צען יאר צו דעם פלאץ דעם באקוועמער
הויך דאנקען השי"ת הודו לד' קען מען זאגן במלא מובן המילה
היינט יעדער זעט ווי עס האט זיך פיין אויסגעצאלט די געוואלדיגע פעולה
הערליך שיין איז דאס פלאץ פון אלע פסולת אפגעשניטן
הונדערטער ווערן דערפרייט טעגליך כולם שוין לטובה צום גוטן
השכל וידוע מיט א פעסטן יסוד צען יאר צוריק
האט ער אונזער חשובער מייסד געהאט א ווייטן בליק
היצטערט לאמיר מסיים זיין מיט א תפילה
הצלחה טאקע ווייטער ביז מען וועט זוכה זיין צו די גאולה