בלאט 1 פון 2

אפדעיט מיטוואך וארא תשע"ד (קורצע סייט פארמאכונג)

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:18 pm
דורך arender
אפדעיט:

מיר האבן אפדעיטעד די סיסטעם צו א נייערער ווערסיע, און מיר האבן אביסל פאראכטן די מאביל ווערסיע.

מיר טוהן בעטן ווער עס טרעפט עפעס וואס האט זיך צובראכען איצטערט, זאל ביטע דא שרייבן.

מיט דאנק

---------------------

די סייט וועט זיין פארשפארט היינט נאכט פאר א קורצע וויילע פון ארום אכט אזייגער, צוליב טעכנישע סיבות, מיר האפן אז עס וועט נישט נעמען מער ווי א שעה.

מיט דאנק און פארשטענדעניש.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:31 pm
דורך סביב העולם
ווייס איך נישט צו איר גייט אפילו קוקן צו איינער האט דא עפסע צוגעשריבן
אבער כ'קען מיך נישט איינהאלטן ערגעץ מוז מען דאך ארויסברענגען מער באופן פרטי א הערצליכן דאנק פאר אונזער בעל אכסניא
כ'האב נישט סיי ווי קיין ווערטער דערצו אבער עפעס מוז איך פארט דא עפעס אריינקאטשקענען

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:47 pm
דורך דארפסמאן
לעבן זאל "ארענדער" אז די בעטס וועט מען פאלגען

הצלחה וברכה

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:33 pm
דורך בילדער
עס האט עפעס מיטן טוישן צו נייע סייט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:36 pm
דורך א צוקוקער
שוין וועלמער מוזען טרונקען אביסל שנאפס פין א צווייטע קרעיטשמע פאר א שעה (כהאף אז סנישט צי ווייט וויל עס איז זייער קאלט היינט)

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:40 pm
דורך סביב העולם
חוה שלום גיין ערגעץ אנדערש, עמיר גיין דאווענען מעריב גיין צום שיעור און צוריקקומען ווען מיר וועלן זעהן די שיין ארויסשיינען פון די שפאלטענעס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 7:00 pm
דורך ידיד
איך זוך א חברותא אויף היינט נאכט פון 8:00 ביז 9:00, עניוואן עוועיליבל?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:43 pm
דורך סביב העולם
נעוואדע

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:03 pm
דורך ווארד
ידיד האסט שוין א חברותא? איך בין נאך עוועילעבל.

אוי שוין נאך ניין.
וואס איז מיט מארגן?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:05 pm
דורך סביב העולם
גייט מען עס נאכאמאל צושפארן מארגן?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:07 pm
דורך ווארד
אפשר איז ער היינט געקומען צום טעם אז עס איז ענדערש צו לערנען אין די שעה, ווי צו שטופן די שעה אויף אייוועלט.
ווער ווייסט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:27 pm
דורך Alien
.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:19 pm
דורך AHA
געוואלט שרייבען א מעכטיגע ארטיקעל אבער וואס זאל איך טוהן די סייט איז געוועהן צובראכען

א דאנק פאר אייער איבערגעגעבנקייט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:58 am
דורך האלץ האקער
סביב העולם האט געשריבן:ווייס איך נישט צו איר גייט אפילו קוקן צו איינער האט דא עפסע צוגעשריבן
אבער כ'קען מיך נישט איינהאלטן ערגעץ מוז מען דאך ארויסברענגען מער באופן פרטי א הערצליכן דאנק פאר אונזער בעל אכסניא
כ'האב נישט סיי ווי קיין ווערטער דערצו אבער עפעס מוז איך פארט דא עפעס אריינקאטשקענען

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:33 am
דורך שנאפס
ארענדער, א דאנק!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:44 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ווי נעמט מען די ריכטיגע ווערטער און דיבורים זיך צו באדאנקען פאר ארענדאר יר"ה?

ממש נתפעל צו ווערן פון די איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט לזכות את הרבים...

---
דערווייל קוקט אויס ווי ס'איז גארנישט צובראכן געווארן ב"ה דורכאויס די אפדעיט.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:47 am
דורך יהיה כן
אייוועלט האלט ניטל דעם זעקס און צוואנציגסטן אנשטאט דעם 25טן...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:33 pm
דורך דארפסמאן
וואס איז געאפדעיט געווארען ? איך האב געמיינט אז איך וועל זען א חיליק

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 2:57 pm
דורך מי יודע
ניטאמאל דער העד ליין אויפן פראנט פעיזדש האט מען געאפדעיט
אפילו די גרייז איז געבליבן

ב"ה

מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז אי"ה גאר בקרוב וועלן מיר צולייגן און איבערבויען דאס גאנצע סייט, מיר וועלן אי"ה מעלדן מער אין די קומענדיגע טעג.

דערווייל קעט איר גיין צו די גאר לעבעדיגע פארום'ס

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:15 pm
דורך ווארד
אויב דו מעגסט מאכן א טעות מעג דאך יענער אויך...

אגב, וואס מיינען טאקע די כללים? איך האב דאס קיינמאל נישט שטודירט, איז דאס שוין ערגעץ געווען אויסגעשמועסט?
ווייסטו וואס, איך וועל אליינס זוכן ווען עס וועט אויספעלן.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:30 am
דורך חברותה
יעצט באמערקט, סאיז נישטא קיין איין תגובה וואס איז עלטער א וואך, נאך איינער האט די פראבלעם?אדער רעדט מען שוין פון דעים?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:06 am
דורך ק.נ.א. וועטער
חברותה האט געשריבן:יעצט באמערקט, סאיז נישטא קיין איין תגובה וואס איז עלטער א וואך

וואס הייסט?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:56 pm
דורך חברותה
קוק וויפעל פעדזעס דיין אשכול האט

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:01 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
חברותה האט געשריבן:קוק וויפעל פעדזעס דיין אשכול האט

ביי מיר ווייזט ער געהעריג אלע 153 פעידזשעס

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:06 pm
דורך חברותה
יעצט געכאפט איך האב עס ביי מיסטעיק אנגעשטעלט מיין פראפייל אז איך זאל נאר קענען זעהן תגובות פון איין וואך