אנקעטע איבער נייעס פארום
אחראי: אחראי
אנקעטע איבער נייעס פארום
לכבוד אונזערע קאלעגן די שרייבער און לייענער אויף אידישע וועלט - היימישע קרעטשמע.
שוין א לאנגע צייט וואס מיר האבן זיך נישט געוואנדן צו אייך, נישט ווייל עס אינטערסירט אונז נישט איבער אייך, נאר פשוט די צייט האט נישט געברענגט אז מיר זאלן זיך טרעפן אין א געוויסע נושא וואס זאל אונז צוזאמענברענגן; מיר - אלע מנהלים VS די שרייבער און לייענער.
ווען מיר געפונען עטוואס צייט - דאס הייסט ווען די לייענער לאזן אונז אביסל מנוחה אז מ'זאל נישט דארפן מעקן און עורך זיין - קוקן מיר זיך צו צו די ווירטשאפט, (נאכדערצו מיט די פרישע כוחות אין די הנהלה) און מיר פרובירן טראכטן, וואס קענען מיר טון בעסער און שענער צו מאכן דאס פלאץ, עס זאל זיין א מקום מנוחה. א פלאץ ווי מ'זאל זיך קענען ארומדרייען ווי א פיש אין וואסער, און ווי א איד אין פיש געשעפט, (ע"ע יענטאאש) און מ'זאל אנקומען צו וואס מ'דארף שנעל און גיך.
איז ארויפגעקומען עטליכע איידיעס, צו וועלעכע די מנהלים האבן זיך דערווייל נישט פאראייניגט, בעיקר האבן מיר נישט געוויסט וויאזוי דער עולם וועט דאס אויפנעמען. אלזא ווילן מיר דאס טיילן מיט'ן עולם, און מאכן א אנקעטע ביים אלגעמיינעם ציבור, און דערנאך זען וואס מ'זאל טון.
ערשטע אנקעטע: ווי באקאנט איז דער סדר פון די קרעטשמע, אז ערשט שפראצט ארויס דער 'היימישער דזשורנאל', דערנאך די 'היימישע קרעטשמע' גופא, דאן שטויסט מען זיך אן מיט 'היימישע פארברענגן', און פון דארט קען מען זען אלטע נייעס 'זכור ימות עולם', און הערשט נאך די לאנגע וועג, קומט מען צו עפעס פרישע נייעס 'אידישע און וועלטליכע נייעס'. וואס אין אן אמת, איז דער סדר אזוי געווען, ווייל אמאל מיט א לאנגע צייט צוריק, איז די נייעס נישט געווען די הויפט פריאריטעט פון די קרעטשמע. ממילא האט מען די נייעס נישט ארויפגעשלעפט ביזן הימל, מ'האט אים געלאזט מיט א שטאק צוויי ארויף פון אונטן... אבער היות אז היינט איז נייעס פון די גאר פראמינאנטע עניני הקרעטשמע, און עטליכע וואס קומען אהער און זוכן א שטיקל נייעס וואס זיי האבן געהערט אז לכתחילה האט זיך צעגאסן מיט צוקער און האניג, אדער גאר פעדער האט זיך צעלאזט מיט זיין היטל, צי געלעגער האט געלאכט עפעס... קומט ער אריין, און ער זעט א דזשורנאל, ער מאכט בואי בשלום, און ער קערט זיך צוריק קיין ארץ ישראל...
אלזא, האבן מיר געקלערט צו שטעלן דעם פארום עטוואס ארויפציר העכער'ן דזשורנאל, און היכל הנגינה - שוין גערעדט דערפון? אה ניין - וואס איז איינע פון די גאר סאמע שטערקסטע זאכן וואס קרעטשמע פארמאגט (מ'דארף עס טאקע מער אויפארבעטן) וועט מען שטעלן אונטער 'היימישע פארברענגן'.
דער אנקעטע גייט אז איר קענט אויסוועלן איינע פון די פאלגענדע:
א) נאר נייעס אויבן, נישט ריקן נגינה
ב) נאר ריקן נגינה, לאזן נייעס וואו ער איז
ג) ביידע ריקן לטובתינו ולטובת אחב"י היושבים בערי הקרעטשמע
ד)נייעס אויבן, נגינה אונטער פארברענגן
ה) לאזן אזוי ווי עס איז, און האקט נישט אין קאפ אריין.
ביטע לאזט הערן אייער מיינונג דורכן אנקעטע דא אויבן און לויט דעם וועט די הנהלה באשטימען די ווייטערדיגע אפציע'ס.
יישר כח
קרעטשמער - בשם די הנהלה

- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
געשטימט פאר נומער פיר, פשוט ווייל נייעס אינטערעסירט מיך מער ווי נגינה
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
- מר. פאטאשאפ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3283
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
- פארבינד זיך:
קרעטשמער האט געשריבן:היכל הנגינה איז איינע פון די גאר סאמע שטערקסטע זאכן וואס קרעטשמע פארמאגט, מ'דארף עס טאקע מער אויפארבעטן
די שאלה איז וואס ס׳מיינט אויפארבעטן, עס זענען אמאל געווען אקטיווע ניקס אין היכל הנגינה וואס פלעגן ברענגען יעדע קליינע אפדעיט פונעם עולם המוזיקה החדדי, ווער רעדט נאך ווען א סידי איז ארויסגעקומען האט מען עס באשריבן מיט אלע פרטים און דקדוקים, און דערנאך האט עס דער עולם צונומען לארכה ולרחבה, מען געשריבן קאמענטס רעכטס און לינקס, די ניגון געפעלט מיר די בעסטע, די מוזיק אויף דעם ניגון איז א חידוש, יענע טרעק האט שוואכע קווייער, די מיקס מעג זיין בעסער, לויט מיין אינפא פלעגן די טעיפ ארויסגעבער אליינס גאנץ אפט באזוכן דא אין אייוועלט און קוקן וואס דער עולם שרייבט איבער זייער ארבעט.
נאר וואס׳זשע דען איז, רעדנדיג אמאל מיט איינע פון די געוועזענע אקטיווע ניקס אין היכל הנגינה האבעך אים געפרעגט פארוואס טאקע ער האט אויפגעהערט צו שרייבן, זיין ענטפער איז געווען אז ער פלעגט אפט מאל האבן צוריק צו הערן פון די ארויסגעבער צו פון זיינע ארומיגע פיל מיט קריטיק אויף זיינע תגובות ווי ׳האסט דעיס נישט גוט געשריבן׳ צו ׳האסט אויסגעלאזט א וויכטיגע פוינט׳ אדער גאר ׳האסט עס פאר׳הרג׳עט׳... א.ד.ג. אזוי אז עס איז פאר דעם שרייבער פארגאנגען דעם אפעטיט, מה לי ולצרה הזאת - זאגט ער.
יעצט שטעלט זיך די פראגע צו ס׳איז בכלל דא א מיטל וועג אז מ׳זאל קענען שרייבן אן דעם וואס מ׳זאל דארפן טראגן די אחריות פון די תוכן ה׳באשרייבונג, און אויב יא דארף מען וויסן צו ס׳איז דא עמיצער וואס איז גרייט דערפאר.
געלעגער האט געשריבן:וועגן די אויסטעשל איז מיר אביסל שווער צו זאגן. זינט איך ניץ נאר די אקטיווע אשכולות קנעפל. עס גייט מיר בכלל נישט אן דעם סדר. מען דארף ווען געבן פאר די געסט אן אפציע פון וועלן זיי זענען די וואס עס איז נוגע.
כ'געלעגער ועוד לקרא.
כ'האב געזוכט א זעקסטע אפציע פון לאזן ווי אזוי ס'איז, נישט ווייל האק מיר נישט קיין קאפ, נאר נוצענדיג [כמעט] נאר די 'אקטיווע אשכולות' קנעפל איז עס מיר פערזעהנליך נישט עכט נוגע.
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 609
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
- לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......
געלעגער האט געשריבן:וועגן די אויסטעשל איז מיר אביסל שווער צו זאגן. זינט איך ניץ נאר די אקטיווע אשכולות קנעפל. עס גייט מיר בכלל נישט אן דעם סדר. מען דארף ווען געבן פאר די געסט אן אפציע פון וועלן זיי זענען די וואס עס איז נוגע.
מיר האלטן די זעלבע זאך ניצעדיג נאר די אקטיווע אשכולות קנעפל
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
[email protected]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
יוסף שרייבער האט געשריבן:כנ"ל, איך נוץ בעיקר די ווייז דיינע הודעות קנעפל.
איך אויך, הגם איך טרעט אריין אין כמעט אלע אשכולות, אבער קיין טויש מצידי איז נישט וויכטיג
איך געב אבער רשות צו טוישן -
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah
- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
- פארדינט
- שר האלפיים
- תגובות: 2026
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
- לאקאציע: אויפן טראוועי
זייער נייגעריג האט געשריבן:thefact האט געשריבן:געשטימט נומער פיר
אז מ'רעדט שוין אפשר אויך אראפגערוקן פארברענגן גאנץ אונטן אמת אז ס'איז א וויכטיגע פארום אבער ס'באלאנגט נישט אזוי אויבן...
אויף די נושא גייט זיין א עקסטערע אנקעטע מיט אפאר אפציעס.
לייק!
---
געשטימט פאר # 3
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!