בלאט 4 פון 5

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 10:16 am
דורך דארפסמאן
שכוח טריאו, עס האט געהאלפען , די זאלסט זיין געבענטשט

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 11:31 am
דורך קרעמער
יעצט איז 1:27 - טעסטינג

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 11:33 am
דורך קרעמער
יעצט איז שוין 1:28 - טעסטינג
--
אקעי, ביי מיר לויפט עס 5 מינוט שנעל

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 11:44 am
דורך האניג
ווערט געזוכט: א זייגער פאר'ן קרעטשמע. מוז קומען און ארבעטן אין צייט. גוט באצאלט (פון אלע גרינע). מוז ארבעטן 24 שעה א טאג. שבת וועקאציע וועכענטליך. מוז זיין לכה"פ איין מינוט פריער פונ'ם פריערדיגן צובראכענע זייגער. ביטע זיך מעלקן צום הרי אררט נעבן די שווארצע ארטיסטן וועלכע ארבעטן פאר'ן אונטערוועלט גרופע המכונה בשם phpBB. מיר קענען נישט נעבען קיין אחריות.

גשריבן, איבערגעשריבן, און אונטערגעשריבן היינט דינסטאג ממחרת יו"כ קטן לחודש אשר ישועות בו מקיפות. ווען דער זייגער אינ'ם קאמפיוטער ווייזט פונקליך 1:40 פריים מיניסטער, און דער זייגער אינ'ם קרעטשמע ארבעט פיל שווערער און פלינקער און האלט שוין פינף מינוט אפגערוקט.

א דאנק פון פאראויס, נישט צייטליך.

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 11:45 am
דורך האניג
איידער ס'ברעכט אויס א געפערליכן סקאנדאל, ביים מיר כאפן מיט א פרעכע שקר, וויל איך איבערבעטן חברי הקרעטשמע. ס'איז בלויז פיר מינוט מיט עטליכע סעקונדען שפעט. כ'האב עס הערשט איצטעט באמערקט. כל טוב וטאש.

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2010 9:54 am
דורך 1x1
11:50

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2010 9:55 am
דורך 1x1
4 מינוט שנעל

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 11:58 am
דורך האניג
א מחי'!! מ'קען יעצט כאפן א שמועס ווי א מענטש! דער זייגער איז אויפ'ן האר פונקליך! ב"ה! ארענדער, כ'האב נישט קיין ווערטער! דאנקע שעהן!

מיט גרויס עהרע, האניג.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 12:58 pm
דורך קראצער
Test 12:58:41 PM

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 12:59 pm
דורך האניג
12:59

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 12:59 pm
דורך האניג
1:00

כמעט ווי אויפ'ן האר!!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 8:10 am
דורך הערשי קניהויז
מיין זייגער איז פארדרייט, וויאזוי דארף יעצט זיין אנגעשטעלט, מיין צייט זאנע: ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 12:32 pm
דורך האניג
איך האב עס אנגעשטעלט אויף "UTC -5 שעון מזרחי רגיל". דעילייט סעווינגס טיים איז אנגעשטעלט אויף "יא".

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 2:26 pm
דורך הערשי קניהויז
א דאנק

2:26

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 12, 2010 8:38 am
דורך פונקטליך
מ'דארף זיך יעצט אליין צוריקריקן די קרעטשמע זייגער?

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2011 3:12 am
דורך פייווישעל
וויאזוי דארף איצט זיין אנגעשטעלט די זייגער GMT-4 אדער 5?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2013 1:14 pm
דורך למעלה משבעים
נישט פארגעסן צו ריקן...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2013 2:13 pm
דורך שנאפס
ייש"כ פארן דערמאנען

געשריבן: זונטאג ינואר 26, 2014 11:57 pm
דורך א שטילער איד
וויאזוי שטעלט מען אן די זייגער?

געשריבן: זונטאג ינואר 26, 2014 11:59 pm
דורך א שטילער איד
איך_הער האט געשריבן:איך האב נישט באמערקט קיינעם רעדן דערפון און איך האב עס ערשט יעצט באמערקט אז איך קען עס מתקן זיין , דאס איז די צייט פון שרייבן א תגובה אדער די צייט וואס מ'איז לעצט געווען אויפגעסיינט א.א.וו. ביי מיר איז עס אלץ געווען פארריקט מיט 4 שעה איך האב געמיינט אז ס'האט עפעס אזוי ווי ביי היידפארק אז דער זייגער לויפט אויפן אר"י זייגער גערוקט מיט 7 שעה , אבער איך האב פריער באמערקט אז ביי פרופיל קען מען עס טוישן , ווען מ'גייט צו זמן ס'שטייט GMT קען מען מאכן GMT-4 און ס'קומט ארויף דער געהעריגער זייגער , ס'קען זיין אז ס'איז א פשוטע זאך , אבער ס'קען אויך זיין אז נאך אפאר חבירים האבן געהאט דעם פראבלעם און זיך געשעמט צו פרעגן , אדער געטראכט אז ס'באלאנגט אזוי ,
אנטשולדיגט פארן מאריך זיין ס'איז נאר צו בארואיגן מיין קאמפלעקס.

וואו איז די אוסוואל פון זמן?

געשריבן: מאנטאג ינואר 27, 2014 12:00 am
דורך פלעכטער
וואס איז די אפטייטש פון gmt-4???

געשריבן: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:01 am
דורך קנאפער ידען
פלעכטער האט געשריבן:וואס איז די אפטייטש פון gmt-4???

אפשר האט מען עס שוין אמאל אויסגעשמועסט ערגעץ אין קרעטשמע, און איך בין נישט דער גרויסער ווייסער, אבער אז קיינער רופט זיך נישט אן העלעך זאגן בקיצור הקצרים.

GMT איז דער ראשי תיבות פון Greenwich Meridian Time, אדער Greenwich mean time.

האסט אמאל געזען א וועלטס גלאוב? עס לויפן אזעלכע שורות אין די לענג און אין די ברייט, וואס די וויסענשאפטלער האבן געמאכט צו צעטיילן דער וועלט אין כעין אזעלכע סעקשאן'ס. די שורות אויפן לענג הייסן די 'מערעידיען' שורות. יעצט האט מען דאך געמוזט מאכן ערגעץ וואו עס איז דער ערשטער 'מערעידיען' און פון איר זאל מען רעכענען ווייטער לויטן סדר, האט זיך דער אסיפה געזעצט און באשלאסן אז דאס וועט זיין ביים 'מערעידיען' וואס שניידט אריבער דער ישוב 'גרינווידזש' אין ענגלאנד, וואס גלייך דערנאך איז די אושען אזוי אז עס שטערט נישט פאר קיין באוואוינטע געגענטער די דעיט טויש, [און אויכעט וויבאלד יעדער האט דאך פארדעם געמאכט א לאקאלער 'מעריעידען', און ענגלאנד האט עס געמאכט דארט אין גרינווידזש, און ענגלאנד איז געווען פון די גרויסמאכטן, און אויכעט אמעריקא האט אנגענומען גרינווידזש, סאו ווען מ'האט זיך צאמגענומען צו באשטימען איין פלאץ האט עס זייער שנעל געוואונען] (אגב זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט אנערקענט אז עס איז אין ענגלאנד, די פראנצויזן האבן געהאט זייער אייגענע...), און דאס ווערט גערופן דער 'פריים מערעידיען'.

די דאזיגע חשבונות האבן אסאך צוועקן געהאט, אבער איינער פון זיי איז דער מסודר'דיגער זייגער וואס אונז האמיר. דהיינו וואו באמת טוישט זיך דער טאג? וואו איז נאך היינט און וואו איז שוין מארגן? האבן די וויסענשאפטלער מחליט געווען אז דער זיראו וועט זיין ביים 'פריים מעריעידען', ווען דארט קלאפט צוועלעף ביינאכט ווערט א נייע טאג, יעצט פון דארט אין ווייטער יעדע מקום וואס ווערט צוועלעף נאכט טוישט זיך צו די נעקסטע טאג.

און די נאמבער'ס מיינען וואו אונזער טיים זאון איז בנוגע צום ג'רינווידזש מ'יען (עוורידזש) ט'יים. אויב אין גרינווידזש איז יעצט אכטע פרי און מיר (EST) זענען אינעם GMT-5 טיים זאנע, איז ביי אונז יעצט נאך דרייע.

איך קום נישט אריין גענוג קלאר? קוק אויפן זייגער וואס דער תגובה איז געשריבן געווארן....

געשריבן: מאנטאג ינואר 27, 2014 12:44 pm
דורך שנאפס
קומסט אריין זייער קלאר, האט דאס נישט מיטן קו התאריך? הייסט אז די ענגלענדער און אמעריקאנער האבן אנגענומען דעם קו התאריך אין גרינוויטש?

געשריבן: מאנטאג ינואר 27, 2014 2:22 pm
דורך קנאפער ידען
שנאפס האט געשריבן:קומסט אריין זייער קלאר, האט דאס נישט מיטן קו התאריך? הייסט אז די ענגלענדער און אמעריקאנער האבן אנגענומען דעם קו התאריך אין גרינוויטש?

יא, היינו קו התאריך, והיינו Greenwich mean time.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם אז ענגלאנד און אמעריקא האבן אנגענומען דער זיראו פונקט אין גרינוויטש, אבער עס איז נישט געבליבן נאר ביי זיי. שפעטער האט דער אמעריקאנער פרעזידענט טשעסטער ארטור צאמגערופן אן אינטערנאציאנאלן קאנפרענץ מיטן ציל צו אראפשטעלן א 'פריים מערידיען' וואס זאל זיין אנגענומען ביי יעדעם, עס האבן זיך דארט באטייליגט דעלעגאטן פון פינף און צוואנציג מדינות [Austria-Hungary, Mexico, Chili, Netherlands, Colombia, Paraguay, Costa Rica, Russia, Germany, Salvador, Great Britain, Spain, Guatemala, Sweden, Hawaii, Switzerland, Italy, Turkey, France, Brazil, San Domingo, Japan, United States, Liberia, Venezuela.] און מיט רוב וואלן האט מען אזוי באשלאסן.

געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2014 5:20 pm
דורך לאדיךארויס
פארוואס רוקט מען נאכנישט דעם זייגער אינעם וועלטל צום זומערדיגן?

איך ווייס אויך דערפון אז איך קען עס רוקן ביי מיין באנוצער קאנטראל צימער, וואס איז אבער ווען איך בין נישט אריין געסיינט? (וואס איז רוב מאל ווען איך ליין דא)