וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע

תגובהדורך arender » מיטוואך יולי 28, 2010 11:26 am

לכבוד אלע חשובע שרייבער און ליינער.

ווי יעדער פון אייך ווייסט אוודאי, איז אונזער סערווער פון אידישע וועלט אינטערגעגאנגן פארגאנגענע וואך מיטוואך אינמיטן די נאכט, צום ערשט האט מען ניטאמאל געוואוסט וואס עס האט פאסירט, הערשט נאך עטליכע שעה האט מיך גאו-דעדי (וואו מיר האלטן די סערווער) געלאזט וויסן אז דאס מאל איז דער פארבלעם גאר א שווערער, און די גאנצער סערווער איז דערנאך, לויט זיי איז די פייל סיסטעם געווארן קארופטעט, יס האט גארנישט צו טוהן מיט קיין העקערס אדער וואס, נאר כך הוא סדר הקאמפיוטערס אז עס מאכט זיך אז די הארדווער מיספונקציענירט,א זאך וואס איז טאקע נישט קיין מילתא דשכיחא אבער פארט קען זיך עס מאכן.

די איינציגסטע אפשען איז געווען ארויף צו לייגן א נייעם סערווער, וואס פארשטייט זיך דאס מיינט אנהייבן פון דאסניי, און לגבי די קארופטעט אלטע סערווער האבן זיי פאר געלט צוגעטשעפעט צום נייעם.

פארשטייט זיך אז מיר האבן גלייך זיך גענומען ארבעטן צו רעקאווערן די אינפארמאציע פונעם אלטן סערווער, און דא מוז איך מיך באדאנקען פאר די אלע (סיי וואס האבן ניק'ס דא און סיי וואס נישט) וואס זענען אונז געשטאנען און געהאלפן שלא על מנס לקבל פרס, אבער ווי מען האט גלייך געזעהן וועט דאס נישט זיין קיין גרינגע אדער שנעלע ארבעט, דעריבער האבן מיר גלייכצייטיג געארבעט אויף א צייטווייליגע פארום וואס זאל האבן אלע אינפארמאציע וואס מיר האבן פון ביז אביסל מער ווי דריי וואכן צוריק.

דאס פאר זיך איז אויך נישט קיין שנעלע זאך אבער פארט שנעלער ווי די רעקאווערי, עס איז אויך נישט 100% גרייט אבער כאטש עפעס, און ווי איר וועט אליין זעהן איז עס נישט 100% פון וואס איז געווען און נישט אלעס ארבעט, דאס איז וואס איז געווען.

גייענדיג פאראויס.

מיר האבן איצטערט גע-עפענט די פארום אז עס זאל זיין א פאלץ וואו צו פארברענגען ביז ווען מען ענדיגט די דעטע ריקאווערי, אלע פארום'ס זענען פארמאכט פון שרייבן נאר צום ליינען זענען זיי אפען, אויסער די פארום, אין די פארום קען מען אלעס שרייבן אבער אויב וועט מען קענען צוריק ברענגען אלע אלטע דעטע וועלן די אשכולות פון דא נישט אריין גיין דערין, עס וועט נישט פארלוירן ווערן, מען וועט עס לאזן אפען פאר עטליכע וואכן אויף א צווייטע פלאץ כדי דער עולם זעל קענען קאפירען דערפון אריין צו די געהעריגע.

דעריבער אויב ווילט איר שרייבן איבער א געוויסע נושא וואס האט באמת אן עקסטערע פארום, דאן שרייבט אין קעפעל [נושא] און דאס קעפל (טוישט נושא מיט למשל "נגינה")

דערווייל טוהן מיר ווייטער ארבעטן צו רעקאווערן אלע דעטע ביז'ן קראך, אויב וועלן מיר בעז"ה זיין סוקסעפול וועלן מיר עס אפדעיטן און איר וועט קענען קאפירן וואס איר האט געשריבן אינעם צייטווייליגען פארום און אלעס וועט זיין כשורה, אויב נישט דאן וועלן מיר מוזן פאראויס גיין מיט וואס מיר האבן, און מען וועט קענען אריינריקן די אשכולות פונעם צייטווייליגען פארום וואו זיי קומען.

וואס מיר האבן זיך געלערנט און וואס מיר גייען פארעכטן.

דאס נישט האבן קיין אפטע בעקאפ פון די אינפאמאציע איז א געפערליכע עולה, און פון היינט אן וועט אי"ה יעדע נאכט ווערן די דעטע אוועקגעלייגט אויף א זיכער ארט (נישט דאס זעלבע וואו די סייט),

גאו-דעדי איז נישט די בעסטע און שנעלסטע צו פארעכטן פראבלעמען ווען עס מאכט זיך, און זענען נישט צופיל ווערט צו העלפען, חוץ וואס זיי ווילן מיר נישט שיקן די אלטע סערווער צו קענען טוהן די ריכטיגע דעטע ריקאווערי צוליב זייער קאמפאני פאליסי, דעריבער וועלן מיר בקרוב אריבער גיין צו א בעסערן האוסטינג פירמע מיט פול בעסערע הילף, על כל צרה שלא תבוא.

די גאנצע סיסטעם ווי אזוי די סייט באט ביז איצט געארבעט איז נישט געווען די בעסטע, (ניצענדיג דריי פארשידענע פראגראמען מיט איין באנוצער באזע), דעריבער וועלן מיר אי"ה בקרוב (אדער מיט די פולע ריקאווערטע דעטע אדער אן) אריבערגיין צו א נייע פאלטפארמע וואס וועט זיין גרינגער און בעסער צום ניצן פאר אלע, באנוצער, אחראים, מנהלים.

--

און איצטערט אביסל וויכטיגע אינפארמאציע איבער די צייטווייליגע פארום'ס.

אויב קענט איר נישט אריינסיינען, וועט איר מוזן קוועטשן אויף "איר האט פארגעסן אייער פעסווארד" און די סיסטעם וועט אייך שיקן א נייער פעסווארד און א לינק, איר מוזט קודם קוועטשן דעם לינק און דערנאך קענט איר אריין סיינען מיט דעם נייעם פעסווארד, דערווייל קען מען "נישט" טוישן קיין פעסווארד'ס דעריבער מאכט זיכער אוועקצולייגן דעם נייעם פעסווארד איר זאלט קענען אריין קומען, (מיר ארבעטן אז מען זאל יא קענען טוישן די פעסווארד).

אויב דערנאך האט איר נאך אלץ א פראבלעם אריינצוקומען ביטע שיקט מיר אן אישית אדער אימעיל.

נישט אלע פונקציעס, ארבעטן דא, ווצבש"פ תגובה מהירה, וכדומה. אזוי אויך אלע לינק'ס ווצבש"פ צו זעהן אלע אשכולות אויפאמאל, ארבעטן אויך דערווייל נישט, (מיר ארבעטן דערויף).

אזוי קען זיך אויך מאכן נאך זאכן וואס ארבעטן נישט, אויב באגעגענט איר אזא זאך ביטע שרייבט עס אריין אין דעם ספעציעלן אשכול וואס מען וועט דערפאר צוגרייטן.

פאר אלע אנדערע פראבלעמען ביטע פארבינד זיך מיט אונז אין אימעיל.

מיר וועלן ווייטער האלטן דעם עולם אינפארמירט כסדר, סיי אויף טוויטער און סיי דא.

מיט אנטשולדיגונג.

matovu
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » מיטוואך יולי 28, 2010 11:55 am

HODY LASHEM KI TOV KI LEOLAM CHASDOY

HAGOMEL CHYUVIM TOIVIM....

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2499
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יולי 28, 2010 11:57 am

גם זו לטובה... ב"ה מען האלט שוין דא

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24666
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 28, 2010 11:59 am

Wow wow wow!!!

הערש יעצט קען מען זעהן וואס מיר פארמאגן דא... ווען אלעס גייט כשורה, מיינט מען אז ארענדאר האט סתם געעפענט א סייט אויף עפעס א פלאץ מיט א סערווער, בלא בלא בלא... יעצט זעהט מען, יעדע לינק צו מאכן קאסט קאפ און מח...

ארענדער!!! נאך איין מאל "WOW"... וואונדערבאר!!!

און א גרויסן שכח...

און יעצט נאך א פונקט, די לינק "Yiddishworld.com/forum" ארבייט דערווייל נישט, נאר די "Ivelt.com/forum" ארבייט דערווייל, סאו ביטע פארשפרייטן פארן עולם די לינק.

נאך א זאך וואס ס'קען זיין אז דאס מאל איזעס נישט קיין חילוק, אבער א צווייטע מאל קענעס מאכן א גרויסע חילוק, און דאס איז ווען איינער זעהט אז ס'דא א פראבלעם, די סערווער איז דאון, זאל מען נישט ווארטן צו לאנג, נאר תיכף ומיד איינמעלדן פאר ארענדאר, צו דורך די הנהלה, צו דורך א צווייטן.

ווי פריער מ'ווייסט פונעם פראבלעם, אלץ גרינגער איז עס צו סאלווען.

נאך איין מאל, טענקס ארענדאר!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מיטוואך יולי 28, 2010 12:12 pm

א גרויסן יישר כח פאר דער שווערער ארבעט.
ישלם ה' פעלכם לטובה.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך יולי 28, 2010 12:14 pm

א גרויסן ישר כח.

אין די פאר טעג וואס עס איז נישט געעוען קיין קרעטשמע האב איך זיך אויסגעלערנט צו אפפרישיעטן קרעטשמע!!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך יולי 28, 2010 12:16 pm

טעינקס ארענדאר פאר די שווערע ארבעט!!!

ב"ה אז מען איז שוין טיילווייז דא צוריק. לאמיר מתפלל זיין אויף ווייטער
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יולי 28, 2010 12:18 pm

עס גייט יא אידישווארלד

און פאר איך פארגעס, יישר כוח ארענדאר פאר דיין אימערמידליכע ארבעט.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך יולי 28, 2010 12:19 pm

איך זע אז מען קען יא שרייבן אין אנדערע פארומס. וואסי פשט? ווייל ארענדאר האט געשריבן אז אלע פארומס זענען געשפארט דערווייל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יולי 28, 2010 12:20 pm

אפשר קעמען, אבער ביטע פליז, שרייבט נישט.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך יולי 28, 2010 12:20 pm

מסתם מיינט ער צו זאגן עס וועט פארלוירן ווערן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך יולי 28, 2010 12:22 pm

א גרויסן שכח!

ווען מען קליקט אויף זעהן אלע אשכולות אויפאמאל ווערט מען ארויסגעסיינט.

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » מיטוואך יולי 28, 2010 12:28 pm

א גוטער ווינק געווען אז מיר זענען אין גלות.

שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל.
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך יולי 28, 2010 12:38 pm

ווער עס פלעגט נוצן דעם אלטען אויסשטעל קען עס צוריקטוישן ביי,
באניצער קאנטראל צימער< פארום פרעפרעצען< טויש די גלאבאלע אנשטעלונגען< מיין סטייל< prosilver

אין א גרויסען שכוח פאר ארענדאר פאר'ן זיך אזוי אנשטרענגען פאר אונז, מיר זעהן עס יעצט איין מער ווי אייביג.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך יולי 28, 2010 12:52 pm

דער גיסטע זעט מיר דא אויס ווי תשעה באב נאכמיטאג...

שכוח ארענדער! אין לי מילים!

(אגב, אויב מעג איך פרעגן ווער איז דער טעקנישן וואס ארבעט דערויף?)

וויכטיגע מעלדונג וואס שטייט אויפ'ן רעכטן זייט ווען מ'שרייבט אן הודעה:
הויפט פון די הודעה:
דו קענסט נאר שרייבן 60000 אויתיות.

טענקס. כ'וואלט עס נישט געוואוסט אליינס. כ'מיין עס ערענסט.


איז דא א מעגליכקייט צוריקצוגיין צום אלטען סטייל?

איינער גייט צום בית החיים? מיין קנאבל שטינקט שוין...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך יולי 28, 2010 12:57 pm

העי קרעטשמע! האסט פארגעסן שרייבן א סאבדזשעקט אויפ'ן אימעיל פונ'ם ריסעט פעססווארד!...
איר האט נישט געלייגט קיין קעפל פאר די אימעיל



עצה: סגנונות יכולים להתווסף במהירות לטקסט שבחרת.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך יולי 28, 2010 1:01 pm

אקעי, כ'האב געטוישט מיין סטייל. ס'זעט אויס ענדליך צו וואס איז געווען פאר'ן חורבן. שכוח האניג פאר'ן עס אנווייזן שלא על מנת לקבל פרס!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך יולי 28, 2010 1:01 pm

פאר די וואס האבען געארבייט שווער אויף דעם סייט ;l;p-
פאר די גאו דעדי פירמע :-(
לעצט פאראכטן דורך פרעזידענט אום מיטוואך יולי 28, 2010 1:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 28, 2010 1:03 pm

טייערער ארענדאר,
האט טאקע געמוזט געשען אזא אויסערארדענטליכע קאטאסטראפע ארויסצוריקן א תגובה פון דיר???

פאר די לעצטע צוויי יאר האט איך קוים געוויסט אז דו לעבסט נאך..


און א הארציגן יישר כח פאר די שווערע ארבעט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מיטוואך יולי 28, 2010 1:12 pm

אההה, אהההה, אאאהה, לאמיר אפאטעמען קודם, נאכדעם העמיר רעדן.

צום אלעם ערשטן פריי איך זיך מורא'דיג צו טרעפן מיט מיין אלטן גוטן פריינט, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'ירוק שליט"א, דא האט איר א בילד גענומען מיט רשות פון כל הגולם כולו ;l;p- ...

און מעומקא דליבא, באמת א גרויסן יישר כח פארן ארענדאר אויף דעם געשמאקן פלאץ וואס מיר האבן נישט געוואוסט אזוי שטארק צו אפרישיעיטן ביזן קראך, און מיר האפן זייער שנעל ווידער צו פארגעסן... ווען אלעס וועט זיין צוריק צום אלטן בקרוב אי"ה.

אין איין ווארט: דער אויבערשטער זאל ענק באצאלן.

הק' גראד גראדער
פה גראדער טאון.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך יולי 28, 2010 1:15 pm

כ'קען ענדליך זען וואו פונקליך יעדער געפינט זיך! ב"ה! די אלע יארן האב איך געדארפט ארום נישטערן דער אידישע וועלט ביז כ'האב איינער געטראפן!... כה לחי!...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך יולי 28, 2010 1:20 pm

הערשי קניהויז האט געשריבן:ווען מען קליקט אויף זעהן אלע אשכולות אויפאמאל ווערט מען ארויסגעסיינט.


אויף יעדע אלטע לינק וואס מען דריקט ווערט מען ארויס געסיינט, מ'דארף דערווייל פריש סעיווען די נייע לינק אהער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2010 11:37 am

תגובהדורך וויל וויסן » מיטוואך יולי 28, 2010 1:22 pm

ענדליך זענען מיר דא צוריק

איך האף אז דער אויסזע דא מיט די פארדעקטע טשיינע קלאזעט וועט זיך שנעלער ענדערן, ווייל ס'פארגייט מיר די אפעטיט דא צו שרייבן (כאילו איך שרייב אזוי סאך דא.... אקעי כ'מיין מיט מיינע אנדערע ניקס....)

אקעי, איך האב א שאלה דא, מה דינו פון איינער וואס האט דא א ניק, און דעם אימעיל אדרעס האט ער שוין נישט, ממילא קען ער נישט טוישן פעסווארד, איז ווי אזוי געט מען זיך א עצה דא צו קענען צוריק אריינקומען אין קרעטשמע?
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » מיטוואך יולי 28, 2010 1:33 pm

אהה!! ווי געשמאק צוריק צו זיין אינדערהיים...

יישר כח ארענדאר פאר אלעם, די אייבישטער זאל דיר באצאלן מיט אלעם גוטן..

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 28, 2010 1:39 pm

ענדליך...
עפעס א שטראל פון ליכטיגקייט.....
אבער, ס'יז נאך שווארץ שבת דא..
איינער ווייסט וואו איך בין דא, אה! עפעס א באקאנטן זעה איך דארט, נו, לאמיך ציגיין עם פרעגן דירעקשאנס,
העי, זאג נאר ווי קריך איך דא ארום?????
ווייסט אפשר דעם וועג ארויס פון דא
אה, ס'יז געשעהן א קראך, אוי וויי......, ווען ווי, ווי אלט איז ער געווען......... אוי נעבעך......

רבותי, לאמיר יעצט אפשמיעסן אויב נאך אזוינס פאסירט היל"ת דא אינעם ווירטואלע וועלט זאל מיר כאטשע האבן עפעס א ווינקעלע אין די ריאלע וועלט וואו ממשיך צו זיין, כ'קען נישט אזוי...
כ'האב אזוי פיל אנגעזאמלט אין מאגן צו פירקלען דא, נו שוין.... אלעס געגאנגען לאיבוד ציזאמען מיטן תשעה באב'דיגן אויספאסטן........ ברוך המקום שהרגו.........


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט