רולי אזרחי - וואס איז אייער מיינונג?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וויאזוי גיפעלט אייך רולי אזרחי'ס מיקסן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך דעצמבער 23, 2009 7:27 pm

1
8%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
1
8%
5
38%
6
46%
 
סך הכול שטימען: 13

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

רולי אזרחי - וואס איז אייער מיינונג?

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:27 pm

איך הער יעצט די נייע סידי 'הוא בורא ומנהיג' עס ליגט ביי מיר אין סטיריאו צוזאמען מיט 'כולם אהובים' פון מב"ד, עס פארט אריין פון איין סידי צום צווייטען, באמערק איך טאקע די דיפרענט סטייל וויאזוי זיי זענען געמיקסט, זאל איך זאגן אז רולי'ס מיקסינג איז שלעכט? נישט דוקא, למעשה בינעך געוואוינט צו הערן עפעס אנדערש.

*
דאס האב איך געהאט אנגעגרייט צו שיקן אין די אשכול פון 'יואל שווארץ - הוא בורא ומנהיג', למעשה האב איך באשלאסן צו מאכן אן אנעקטע דערפון, לאמיר זעהן וואס די דעת הציבור איז, און האפענטליך וועט מען זיך רעכענען מיט די מערהייט.
לעצט פאראכטן דורך צום זאך אום דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 12:05 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:30 pm

געשטימט אינעם פערטן קעסטל
איך זאג עשה!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 9:28 pm

4
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 11:16 pm

צום זאך, דו רעדסט פון מיקסן, אדער בכלל?

די וועג וויזוי ער האט געשפיהלט חנינא אויף יואלי שווארץ'ס אלבוים איז גאר גוט!!!
איך מיין אז ער שפיהלט עס בעסער וואו אויף הענטעלעך פון קאליש.

וועגן מיקסן, די מיקס אויף מיכאל'ס סידי איז אייזן, און אויף יוסף חיים שוואקי, מעכטיג!! אויף הוא בורא ומנהיג איזעס אויך זייער גוט, חוץ אויף צוויי פלעצער איז יואלי שווארץ אביסל שטיל.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 8:58 am

וויכי, איך רעדט פון רולי'ס מיקסן.

די מציאות איז אז אויף די 3 אלבום'ס וואס רולי האט לעצטענס געמיקסט: 'בעזרת ה' יתברך' (וועבער), 'מיין קינד טרעף מיך' (מיכאל), 'הוא בורא ומנהיג' (יואלי שווארץ), האט ער ארייגברענגט א נייע מיקסינג סטייל, איך קען נישט פונקטליך אנצייגן וואס דאס איז, אבער הערנדיג אנדערע אלבום'ס וועלכע זענען געמיקסט געווארן דורך לישינסקי הערט זיך א שטארקע דיפערענס.

איז מיין שאלה וואס דער עולם זאגט דערצו, איך פערסאנאל גלייך מער לישינסקי'ס מיקסן, אבער מעגליך אז דאס איז בלויז ווייל צו דעם בין איך געוואוינט, אבער למעשה קען איך באשטיין אז רולי זאל אויך נאכמאכן לישינסקי'ס סטייל אפילו ער האלט אנדערש, און פארדעם האב איך געמאכט די פאול, צו זעהן וואס די מוזיק מבינים דא האלטן.

נאכאמאל, איך זאג נישט אז ער מיקסט 'שלעכט', אבער עס איז 'דיפרענט', וואס דאס איז יעדער מודה, קענזיין אז דו האסט עס זייער ליב, פונקט ווי איינער האט זייער ליב אייז קרעים, און א צווייטער טשולענט, ביידע זענען "זייער גוט" אבער ס'איז צוויי אנדערע הנאות..
וויאזוי שרייבט זיך יענער אונטער? על טעם וריח אין ל...

(און יא! די מוזיק אויף 'חנינא' איז סופער גוט! איך קען נישט טראכטן אז איינער אנדערש ווי רולי וואלט עס געקענט צושטעלן, אבער איך רעד נישט פון ארענדזשמענט'ס, נאר פון מיקסן.)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 9:05 am

איך האב נישט געשטומט פאר גארנישט.

איך זאל זאגן אז איך מערק גלייך א חילוק איבער די מיקס? ניין. איך האב ביי שוועקי'ס אלבום גראדע יא גלייך געהערט אז עס איז נישט גוט געמיקסט, אויך ביי בערי וועבער זענען געווען געוויסע חלקים וואס איך האב גלייך געמערקט אז די מיקסן איז דא א פראבלעם, אבער ביי יואלי שווארץ איז דאס בכלל נישט זעהבאר. און זעהבאר מיין איך פארן פשוטן אויער.

מעגליך אויב איך וועל אויסהערן 'כולם אהובים' און דערנאך 'הוא בורא ומנהיג' און אזוי הין-און-צוריק וועל איך אפשר באמערקן א חילוק. איך ווייס נישט, איך האב נישט פראבירט דערווייל. אבער אויסערליך אויסהערענדיג דעם אלבום זעהט מען נישט קיין דיפרענטס אדער בכלל עפעס זאל זיין א פראבלעם מיט די מיקסן.

לדעתי איז ער זייער גוט אויף דעם אלבום. א נארמאלער מענטש און פשוטע אויער זעהט נישט קיין שום חילוק אויב לאשינסקי, אזרחי אדער לערי געיט'ס האט דאס געמיקסט. (הגם געיט'ס האט דאס דאכציך געמעסטערט)

--
צום זאך האקט אריין. קודם שיק איך עס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 9:12 am

די פוינט פארוואס איך האב געשריבן אז נאכן הערן 'כולם אהובים' האב איך געהערט דעם דיפרענס, איז ווייל קאמפערינג די צוויי איז עס זייער אבוויעס,
אבער למען האמת האב איך גלייך ווען כ'האב אנגעצינדן 'הוא בורא ומנהיג' ס'ערשטע מאל געמערקט אז ס'איז נישט לישינסקי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 9:18 am

צייטליך, רולי האט געמיקסט "יוסף חיים שוואקי", און נישט "יעקב" שוואקי".
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 9:23 am

צום זאך. מעגליך קאמפערינג זעהט מען א חילוק (כ'האב עס נישט פראבירט), אבער ביים אויסהערן דאס אליין זעהט מען נישט קיין שום פראבלעם. קענסט נישט אנצייגן אויף גארנישט אז עפעס איז דא נישט גוט. און עס הערט זיך זייער קלאר, שיין און באלאנסירט (חוץ עטליכע מאל ווען יואלי שווארץ איז שטיל, וואס איך גלייב אז דאס איז פאר סיבה) דאס מיינט אז ער איז גאר א פיינער מיקסער. ווייל מיקסן איז נישט צו קאמפעירן מיט אנדערע סידי'ס, עס איז פאר די סידי זעלבסט און אויב דארט זעסטו נישט קיין שום פראבלעם און עס הערט זיך א מחיה דאן איז ער גאר א פיינער מיקסער.

נאכמאל. מעגליך אז די ערפארענע חברה מיט גאר שטארקע אויערן וועלן הערן אז דער איז סאמטינג ראנג, אבער נישט פשוטי המון עם, און אפילו נישט פשוטע המון עם וואס האלטן זיך עכ"פ פאר פארשטייער.

וויכי, שוועקי און וועבער האב איך נאר דערמאנט א_ווי צו זאגן, כ'הער נאך ווען עס איז דא א פראבלעם מיט מיקסן. און אויף דעם אלבום האב איך גארנישט געהערט, לאו דווקא רולי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 9:39 am

אקעי כ'וועל געבן איין קליינע דוגמא, ביי די ערשטע ניגון אויף יואלי'ס אלבום 'כל מה' די בעיס הערט זיך זייער שטארק העכער ווי די רעסט מוזיק/קווייער/זינגער, צו ס'איז א פראבלעם? קענזיין אז נישט, און ס'דא וועלכע האבן דוקא ליב שטארקע בעיס, איך גלייך ווען די בעיס איז אביסל מער באלאנסירט מיט די אנדערע חלקים פון די מוזיק.

נאך א זאך, די דיפרענס קען מען נאר באמערקן ווען מ'הערט עס געהעריג פון א סטיריאו, נישט ווען מ'הערט עס פון געווענליכע דעקסטאפ ספיקערלעך.

(צייטליך, איך האב געשריבן פריער אז כ'האב עס באמערקט אויך נאך פארן קאמפערן.)

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 11:27 am

די סיבה פארוואס איך האב געשטימט פאר 4 איז אזוי:

לישינסקי האט א מורא'דיגן קונץ ער 'פלעטנט' די מוזיק, נאכן מיקסן די מוזיק (ער ארבעט אויס די סאונד און לעוולט עס) מאכט ער עס ווי איין 'שטיק' די מוזיק, און חוץ דעם איז דא דער זינגער וואס זיין קול שווימט אזוי איבער די מוזיק אבער נישט צו סאך העכער און נישט צו סאך נידריגער, חוץ פון דעם מאכט לישינסקי אז די זעץ פונעם פויק זאל זיין אזא געשמאקע זעץ וואס זאל זיך גוט הערן (אבער נישט צוזעצן דעם ניגון) בקיצור ער לעוועלט עס עפעס נישט פלעין און סהערט זיך קריספי און נאכאלץ געשמאק פארן אויער, און בעיקר זייער איזי צו הערן!

רולי'ס סטייל איז טאטאל אנדערש -מ'זעהט עס אסאך ביי די גוים - ער ברעגט אריין דעם צוהערער זאל שפירן כאילו ער זיצט יעצט ממש לעבן דראממער און זינגער, ער איז סאך מער אפן און די זעץ פונעם פויק נידערט אראפ צו די טיפענישן פונעם ניגון, און די מוזיק נעמט ארום דיינע אויערן...
יעצט אויב די מוזיק איז העווי, וועסטו הערן העווי מוזיק ווייל דאס האט דער אררענזשער געשריבן, ער פארשטעקט נישט גארנישט אלעס איז אפן לעין כל, און דאס איז דער היימישער עולם נישט צוגעוואוינט , סאיז נישט 'אזוי' סמוד ווי לישינסקי'ס, הגם סקען אפשר זיין מער אויסגעהאלטן!

לעצטנ'ס איז אויפגעקומען נאך איין מיקסער אויף חסיד'ישע טעיפס ער האט געמיקסט בעני פריעדמאן, זיין שיטה איז שוין אנדערש, ער 'קאמפרעסט' אלעעעס, די זינגער, זיין קול, די מוזיק, די כאר, און סווערט ווי איין שטיק גאלערעטע.... גראדע איז דאס אויך א מהלך אין די פראפעסיאנאלער וועלט, אבער ס'קען שטעכן אין די אויערן
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 12:02 pm

מבין, זייער שיין צולייגט. און הגם נישט יעדער וועט פארשטיין וואס פונקטליך עס מאכט דעם דיפרענס, וועלן דאך זייער אסאך צוהערער עס באמערקן.

---
צייטליך, כ'האב צוגעלייגט אן אפציע:
* דער דורכשניטליכער צוהערער באמערקט נישט די דיפרענס.
ווי אויך האב איך אנגעשטעלט אז מ'זאל קענען טוישן די שטימע.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 12:46 pm

מבין א שיינעם דאנק פארן אהערשטעלן אזא באלערנדע שיעור אין הלכות מיקסן, עס איז גאר געשמאק און קלאר ארויסגעברענגט!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 12:51 pm

דער עולם (איך רעד שטייצעך פון די מבינים אין מוזיק...) זאגט אז לושינסקי סטייל איז בעסער און רולי איז אפשר זייער גוט אבער נישט אין מיקסן!

אגב, אז מען רעדט פון מיקסן הער איך דעם נאמען פון חיים יצחק גאלדמאן אז ער איז געוואלדיג.

קען זיין אז ערגעץ רעדט מען שוין איבער אים?

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 3:29 pm

און וואס איז מיט לערי געיטס אדער מייקעל מארסיאנא פון סיסטעמס טאא?
http://www.teoria.com/ Music Theory

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 7:17 pm

מבין! גוט! זייער קלאר ערקלערט.
איך זאג עשה!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » פרייטאג דעצמבער 18, 2009 12:25 pm

לערי געטס איז א מישמאש פון אפן און צוגעמאכט, צומאל קען ער זיין שוואכער און צומאל איז ער גאר גוט, ער האט אבער נישט קיין עקסטרים רעכטס צו לינקס, אויף ליפא'ס נאן סטאפ איז ער היבש אפן אבער זייער צעפלויגן...

אויף ענגליש רופט זיך דאס mediocre ד.מ. נאטינג ספעשל אבער נישט שלעכט

סאיז דא אסאך מיקסערס, דא האט מען דיסקאסט רולי ווס. לישינסקי'ן
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » זונטאג דעצמבער 20, 2009 10:41 am

ברענג נישט קיין ראי' פון נאן סטאפ. דאס איז א שרעקליכע כאפ לאפ ארבעט פון די ארענדזשמענטס ביזן מיקסן.
איך זאג עשה!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג דעצמבער 20, 2009 2:47 pm

צום זאך,
איך פארשטיי וואס דיר עגבערט.

מבין,
גוט ארויסגעברענגט,

וכמבין ועוד להייוון:
אפעקטס
חוץ פון די לעוועלס זענען לאשינסקיס 'עפעקטס' עפעס מורא'דיג, סיי דאס צופאסן דעם עפעקט צום ניגון-זינגער-אלבום, און סיי וויפיל עפעקט ארויפצולייגן, ממש הפלא'דיג.

קלין
ועוד, מאכט ער א געוואלדיגן זשאב אין 'רייניגן' ממש יעדן צאשטאנדטייל פונעם מיקס (נישט ווייניג אראנדזשירער זענען בייז אויף אים פאר דעם...). ער שניידט רעכטס אין לינקס....

אי קיו
און צולעצט, זיין מייסטערהאפטיגע 'אי קיו', ער לאזט נישט אויס קיין איין 'צימבל' אדער 'טאם' וואס ווערט נישט איבערגעארבעט, און אויב פעלט אויס מאכט ער א חליפין, ער טוישט אויפ די וואטעווער מיט א צווייטע, זייער אפט טוישט ער דעם סנעיר, צומאל אויך די 'היי העטס',

כ'האב שיער פארגעסען,
פריקווינסיס
כ'וועל נישט מאריך זיין, אבער ביי כמעט אלע אנדערע מיקסינג אינדזשענירן וועט איר הערן ווי איין חלק פון די רעקארדינג דעקט איבער דאס אנדערע, דאס איז צוליב דעם וואס זאכן זענען נישט אין די ריכטיגע פריקווינסי, אדער, ס'איז דא צופיהל סחורה אין איין פריקווענסי, ביי לאשינסקי וועט עס קיינמאל נישט פאסירן, ביי אים איז אלעס אריינגעפיט אין איר ריכטיגן ארט.

פארשטאנען...?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » זונטאג דעצמבער 20, 2009 3:07 pm

שטארי! וועלקאום בעק! הוי ווי מיר פארשטייען!
איך זאג עשה!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט