גניבת דעת? וואס איז אייער מיינונג

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

גניבת דעת? וואס איז אייער מיינונג

תגובהדורך תו השמיני » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 9:39 pm

איך וואלט זיך געוואלט דורכשמועסן מיטן ציבור אויף א נושא וואס דריקט מיר אויפן געדערעם און הערן וואס די עולם זאגט דערצו.

בטבע ביך איך א גאר שטארקע מוזיק ליבהאבער און פון קינדווייז אן האב איך אויפגעוואקסען מיט א טעיפריקאדער צוגעשמידט צום אויער.

גאר א גרויסע שוואכקייט האב איך צו קינדער קווייערס, איך האב אלס געהאלטן אז קינדער קענען ארויס ברענגן א ניגון אויף אן אופן וואס ערוואקסענע קענען נישט.

אחוץ פון אלע אנדערע קינדער קווייערס וואס איך פלעג אלס קויפן, פלעג איך קויפן יאר איין יאר אויס צוויי פראדוקטן פון מיאמי קינדער קווייער, 1 די אלבום 2 די ווידיאו/סי.די./די.ווי.די.

די אלבום האב איך געקויפט זיך אויסצולערנען די נייע ניגונים און צו הערן די הערליכע עיבודים אויף די מוזיק און די וואקאלס א.ד.ג. בקיצור, צו הערן א דבר השלם אויסגעפיצט און אויסגעארבייט כדבעי למהוי.

די די.ווי.די. פלעד איך קויפן פאר גאר א צווייטע ענטערטעינמענט. דהיינו, קודם כל קומט דאך פאר ביי די מיאמי קאנצערטן געוואלדיגע טאנצערייען וכו', אבער מיין ריכטיגע כוונה ביים קויפן די ווידיאו איז געווען צו זעהן ווי אזוי די קינדער זינגען אהן קיין שום געהילפן פון קיין טייערע סטודיאו מייקס, אן קיין געפיצעכטס פון מעלאדיין אוטאו טאהן וכו', און אזוי אויך צו זעהן די מוזיקאנטאן שפילן איבער די ארענג'מענטס פועם טעיפ אן קיין אבערדאבס וכו'.

הכלל, ביים טעיפ הערט מען טאקע אסאך שענערע זאכען אבער ביים קאנצערט קען מען זעהן די ריכטיגע טאלאנטען פון די זינגערס און די שפילערס וואס מען זעהט נישט ביים טעיפ, ודו"ק כי פשוט הוא.

למעשה ווי אלע יארן האב איך אויך היי יאר געקויפט די נייע מיאמי אלבום "יבוא" ווי דארט האב איך געהערט הערליכע ניגונים קאמפאזירט דורך די אלעמען באקאנטע ר' ירחמיאל הי"ו, מייסטערהאפטיגע ניגונים מיט הערליכע מוזיק דורך די גרעסטע לייבן אין מוזיק, הערליכע קווייערס און סאלא'ס ווי ס'פאסט זיך פאר א מיאמי פראדאקשאן.

גייט דורך א קנאפע יאר און איך זעה שוין ענדליך די גרויסע פלאקאטן אז עס איז שוין ערשינען די די.ווי.די. פונעם קאנצערט יבוא, איך טוה מיר אן מיין קוטשמע און לויף שנעל אין געשעפט איינצוקויפן די די.ווי.ד., איך ווארט עס זאל שוין אנקומען ניטול נאכט איך זאל אים שוין קענען זעהן אן א חשש פון ביטול תורה (איך הער זאגן....).

ניטול נאכט... קודם ליין איך דורך די קאווער מדעקל לדעקל, נאכער שטעקט מען אריין די די.ווי.די אונעם קאמפעטאטער מיט די גרויסע העדפאונס אויפ'ן אויער, הנני מוכן ומזומן מגיימער הערן חידושים איך קען שוין נישט ווארטען, איין האנט אויפ'ן מייזל די אנדערע אונעם טאפ פאפקארן, מיט א פעסטקייט דרוקט מען דעם פלעי קנעפל......

מיט גרויס פרייד האב איך גלייך באמערקט אז פנים חדשות באו לכאן, א נייע סיסטעם פון קאלירטע לעקטערס און רויעך מאשינען אז וינועו אמות האבאטעבער.

אבער אבער אבער....

גאר גרויס איז געוועזן מיין אנזעץ ווען איך האב באמערקט וואס דא גייט פאר, די גאנצע חלק האודיאו דהיינו קווייער סאלאס מוזיק וכו' איז געווען פריריקארדעד, ד.ה. פשוט אנגעצינדען דעם טעיפ און די קינדער שעפשענען מיטן ליפן שפתותיהם נעות וקוליהם לא ישמע...

למעשה זענען זיי נישט די איינציגסטע וואס טוהן דאס, די סבות פארוואס מזאל דאס טוהן איז: סאיז ביליגער מצד מדארף נישט נעמען א בענד א ארענדז'ער א קאנדאקטער וכו', סאיז פראקטיש מצד די קינדער קענען לייגן זייער גאנצע קאנצעטראציע אויפ'ן טאנצען און זיי דארפן נישט מורא האבן פון פארלירן זייער אטעם אדער זינגען אף טאאן.

סאיז דא געוויסע וואס וועלען זאגן אז סאיז נישט קיין שום פראבלעם, ווי לאנג עס קומט ארויס א ניגון פון די ספיקערס מה לי הכא מה לי התם, סאיז דא וואס זאגן אז אזא קאנצערט גרעניצט זיך מיט גניבת דעת. מיין שטעלע איז אז א קאנצערט וואס די אודיאו איז פרי ריקארדעד מיז דאס זיין ארויפגעשריבן אויפן קאווער אז די קונה זאל קענען מחליט זיין אויב פאר אזא זאך לוינט נאך צו אויס געבן געלט צו נישט.

נא, גענג געפלוישט!

וואס זאגט די עולם?
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 9:51 pm

אלטע פראבלעם אין די גויאישע וועלט.
איינע פון די גרעסטע זינגערס האט לעצטנס אפגעהאלטן א מאסיוון קאנצערט ערגעץ אין יוראפ, דערוילעם האט אימדערמיט באמערקט אז דא קומט פאר אן ערנסטן ״ליפ סינקינק״ (אזוי הייסט די פרי רעקארדעד סטייל) און דערוילעם האט ארויסגעשטורעמט פון זאל... און געלאזט דעם זינגער מיט בושות אויפן פודיום מיט א ליידיגן זאל....
הפנים תו האסט ערווענט א ווייטאגליכן ענין...
אגב, אייזן געשריבן
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 9:55 pm

קןדם וועלקאום בעק תו - אונז בענק מיר זיך צו די צייטווען דו פלעגסט זיין א שטערקערע קאנטרעביוטער דא אין היכל.

ס'וויכטיג ארויס צו ברענגן אז די סיסטעם פון מאכן קאנצערטען איז היינט די סטייל אין די גוישע וועלט אויך, און ווי ס'גויעשט זיך אזוי יודישט זיך.
ס'האט מיך אויך זייער געבאדערט ווען איך האב דאס אויס געפונען אבער העות די דוד'לעך קוק איך נאר פאר דענסינג פארפעסעס אנלי און נישט פאר זינגען האט איך שנעל שלום געמאכט מיט'ן מצב.

אויב ס'גניבת דעת? דאס ברויך מען שוין פרעגן א רב.

אה כ'זע מבין האט מיר שוין אויסגעכאפט
איך זאג עשה!

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:01 pm

מבין נומ 1 האט געשריבן:אלטע פראבלעם אין די גויאישע וועלט.
איינע פון די גרעסטע זינגערס האט לעצטנס אפגעהאלטן א מאסיוון קאנצערט ערגעץ אין יוראפ, דערוילעם האט אימדערמיט באמערקט אז דא קומט פאר אן ערנסטן ״ליפ סינקינק״ (אזוי הייסט די פרי רעקארדעד סטייל) און דערוילעם האט ארויסגעשטורעמט פון זאל... און געלאזט דעם זינגער מיט בושות אויפן פודיום מיט א ליידיגן זאל....
הפנים תו האסט ערווענט א ווייטאגליכן ענין...
אגב, אייזן געשריבן

שכוח מבין פארן קאמפלימענט!
איך דערמאן מיך יעצט אז ביי די מאסיווע איינשווערונג צערעמאניע פון פרעזידענט אבאמא יר"ה איז פארגעקומען א הערליכע מוזיקאלישע שטיקל געשפילט דורך 3 באוואוסטע שפילער (טשעלא פיאנא און קלארינעט), למעשה איז ארויסגעקומען אפאר טעג דערנאך אז עס איז געווען פריריקארדעט ווייל זזי האבן מורא געהאט אז די קאלטע פראסטישע וועטער וועט די-טאנען די אינסטרומענטען.... והעיר שושן איז געפארן אויף רעדער, די בלאגס האבען געמאכט לאקשען דערפון!
"הניגון קולמוס הלב"

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:01 pm

מבין,
די געשיכטע פון וואס דו רעדסט איז פארגעקומען אין אוסטראליע, נישט אין אייראפע.

פארגאנגענעם יאר ביי די אלימפיקס אין כינע, איז פארגעקומען אן ענליכע - אבער ערגערע - סקאנדאל, ווען דאס מיידעלע וואס האט "געזינגען", האט בלויז געשאקלט אירע ליפן צו דעם קול פון אן אנדער מיידל.
זע דא:
http://www.cnn.com/2008/WORLD/asiapcf/08/12/oly.kids/

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:05 pm

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:קןדם וועלקאום בעק תו - אונז בענק מיר זיך צו די צייטווען דו פלעגסט זיין א שטערקערע קאנטרעביוטער דא אין היכל.

ס'וויכטיג ארויס צו ברענגן אז די סיסטעם פון מאכן קאנצערטען איז היינט די סטייל אין די גוישע וועלט אויך, און ווי ס'גויעשט זיך אזוי יודישט זיך.
ס'האט מיך אויך זייער געבאדערט ווען איך האב דאס אויס געפונען אבער העות די דוד'לעך קוק איך נאר פאר דענסינג פארפעסעס אנלי און נישט פאר זינגען האט איך שנעל שלום געמאכט מיט'ן מצב.

אויב ס'גניבת דעת? דאס ברויך מען שוין פרעגן א רב.

אה כ'זע מבין האט מיר שוין אויסגעכאפט

עליכם השלום הרב געלט פאר צובראכענע קארס!
פאר די וואס האבן געקויפט די די.ווי.די. פאר דענסינג פארפעסעס וועלען טאקע שטארק הנאה האבן ווייל עס ראקט!
אבער די מענטשן ווי מיר וועלען שטארק מאוכזב ווערן
"הניגון קולמוס הלב"

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:05 pm

איך האב די DVD אין אויך געוועהן ביי די קאנצערט(ביידע אויב די באמערקסט אויפן DVD)

איך האב געשריבען א לענגער אימייל צי ירחמיאל טאקע אויף דעם נושא אז אלעס דא איז פאלש איז ער גאר באליידיגט געווארן אין איך האב גערעדט צי מרדכי שפירא(אגב מזל טוב פאר אים ער האט חתונה געהאט זינטאג)זאגט ער אז ירחמיאל איז אייביג אזוי אויב ער ווייסט נישט ווער די ביסט...

איך גיי האבן א מיטינג מיט ירחמיאל ערגעץ נאך חנוכה ווי איך וועל אויסשמיעסן די נושא אין נאך זאכן וואס איך האב געשריבן איו מיין אימייל לגבי די DVD

האסט עס זייער גיט ארויסגעברענגט אין איך האב הנאה אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס כאפט אויף די "קלייניגקייטן" ווי ירחמיאל ריפט עס אין איך ווייס קיינמאל נישט וויאזוי עס אויפציברענגען.

אגב די באונעסעס איז גאנץ גיט אין מ'קען זעהן אז מ'האט אריינגעלייגט אסאך ארבעט אין אלעס סאו איך געב אים קרעדיט אבער דאך ערווארט איך בעסערפין אים...

דא האט עטץ א לינק ווי עס איז דא נאך חברה וואס רעדן וועגן די DVD

פין די פורום פרחי מיאמי

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:09 pm

אגב ביי די קאנצערט איז געוועהן א בענד אבער די מיוזיק איז בעיקר געוועהן פלייבעק אין עס האט געפלאפט ביי די צווייטע קאנסערט(איך האב די ווידיאו)זיי זענען בעיקר געוועהן פאר בעקאפ

די זינגען ביים קאנסערט איז יא לייוו אין נישט ווי ישיבה בויס וואס איז נישט לייו אפילו יוסי נוימן האט עס מודה געוועהן צי מיר שטילערהייט

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:12 pm

elmonsey האט געשריבן:אגב ביי די קאנצערט איז געוועהן א בענד אבער די מיוזיק איז בעיקר געוועהן פלייבעק אין עס האט געפלאפט ביי די צווייטע קאנסערט(איך האב די ווידיאו)זיי זענען בעיקר געוועהן פאר בעקאפ

די זינגען ביים קאנסערט איז יא לייוו אין נישט ווי ישיבה בויס וואס איז נישט לייו אפילו יוסי נוימן האט עס מודה געוועהן צי מיר שטילערהייט


די זינגען ביים קאנסערט איז יא לייוו????

ביסטו זיכער?
"הניגון קולמוס הלב"

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:14 pm

כ'מיין ס'יש ויש.
איך זאג עשה!

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:16 pm

יא איך גיי צי די קאנסערט אין מ'קען הערן דארט אז עס איז לייו

חוץ פין דעם איך קען אסאך קינדערפין קוויער בתוכם מרדכי שפירא וואס איז געוועהן א שיינע פאר יאר דארט אין אויך קען איך א שיינע פאר קינדער וואס זענען יעצט דארט אין אלע זאגן מיר אז זיי זינגען לייו

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:18 pm

כ'מיין דא איז דא א שטיקל מיסאנדערסטענדינג, ביז רוח - ועד בכלל איז אלעס געווען לייוו, ס'א נייע זאך וואס ער האט אנגעהויבן ממש לעצטענס צו מאכן די פרי ריקארדעט שטיק. כך שמעתי און אזוי איז אויך משמע.
איך זאג עשה!

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:20 pm

איך קען נישט זאגן אויף 100 פראצענט אבער כמיין כהאב געהערט אפאר דאבעל עפעקטס און דיגיטאל טאנינג וואס קען נישט געמאכט ווערן ביי א קאנצערט (אזוי אויך קען עס נישט ווערן געמאכט שפעטער וד"ל). אזוי אויך אויף די דאקאמענטערי זאגט ירחמיאל אז ער איז נישט ארויס געקומען די ערשטע טאג ביי עפעס א געוויסע סאלא, איז משמע אז עס האט געשפילט זיין סאלא אן ער זאל דארט זיין....
"הניגון קולמוס הלב"

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:21 pm

אויב איך וועל געדענקען וועל איך מארגן לייגן דא די ווידיאו ווי די פלייבק האט געפלאפט אינמיטן זינגען

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 10:23 pm

תו השמיני האט געשריבן:אזוי אויך אויף די דאקאמענטערי זאגט ירחמיאל אז ער איז נישט ארויס געקומען די ערשטע טאג ביי עפעס א געוויסע סאלא, איז משמע אז עס האט געשפילט זיין סאלא אן ער זאל דארט זיין....


די DVD איז צאמגעשטעלט םין 2 קאמסערטס

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 8:26 am

elmonsey האט געשריבן:אויב איך וועל געדענקען וועל איך מארגן לייגן דא די ווידיאו ווי די פלייבק האט געפלאפט אינמיטן זינגען

עס איז שוין מארגן!
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 8:53 am

תו, האסט א שטארקע פוינט - אויב עס איז טאקע אזוי געווען - וויבאלד מיר איז אויך בעיקר אינטערסאנט געווען ביי א קאנסערט ווי די קינדער זינגען אזוי פראפעסינאל בעת זיי ברויכן זיך קאנצעטרירן אויפן טאנצן און אן קיין עקסטערע טרעקט, אלעס לייוו. דאס איז וואונדערבאר. אויב איז עס אבער פרי רעקארדעט איז עס א בלויזער שיינער טאנץ - אויך נישט אוועק צומאכן - אבער נישט דאס ריכטיגע וואס מענטשן ווילן דערפון ארויסנעמען.

מיר געדענקן גוט די צימעס וואס די מידיאו האט געמאכט נאכן אבאמא איינשווערונג פון די פאלשע שפילער, אז איך האב שוין נאכדעם געטראכט אז מעגליך אבאמא'ס דרשה (אינאיינעם מיט די קלאטשען אינדערמיט) איז געווען פרי רעקארדעט און אזוי אויך די שווארצע זינגערין..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 9:09 am

צייטליך האט געשריבן:מיר געדענקן גוט די צימעס וואס די מידיאו האט געמאכט נאכן אבאמא איינשווערונג פון די פאלשע שפילער, אז איך האב שוין נאכדעם געטראכט אז מעגליך אבאמא'ס דרשה (אינאיינעם מיט די קלאטשען אינדערמיט) איז געווען פרי רעקארדעט און אזוי אויך די שווארצע זינגערין..

sheker.jpg

לייטסאנעס!
אגב די פידל שפילער הייסט יצחק אייזיק פערלמאן הי"ו, ער קומט פון א היימישע שטוב, איך האב אים שוין געהערט רעדן א היימישע אידיש אויף זיין בייאגראפי ווידיאו, ער איז פון די גרעסטע פידל שפילער בנמצא היינט (ער איז הענדיקעפט)
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
סתם א לץ
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:44 am

תגובהדורך סתם א לץ » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 9:12 am

און די גוי'שע וועלט ווען אימער דעי דיבעט קומט אויף, איז דא צוויי צדידים איינס האלט ס'זאל זיין אי ליגעל , און די אנדער טענה'ן ס'איז נאר א מארעל אישוא און מ'קען עס נישט מאכן אי ליגעל, קומט דאך אויך אז א מארעל אישוא איז עס זיכער, און ביי אינז אידען איז מארעלס די לוא אף די לענד, קומט דאך אויס א'סאיז אידישליך נישט אויסגעהאלטן
אגודל אויף ארויף

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 9:22 am

אבער מען קען מאכן אז עט ליסט אויף די דעקל פון א דוד זאל עס מוזן שטיין.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 9:28 am

סתם_אזוי האט געשריבן:אבער מען קען מאכן אז עט ליסט אויף די דעקל פון א דוד זאל עס מוזן שטיין.

ממש דאס איז געווען מיין שטעלע, אז די קונה זאל וויסען פונקטלעך וואס ער קויפט
"הניגון קולמוס הלב"

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 11:24 am

דא איז די ווידיאו מעם ה'

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 12:57 pm

ouch!!!!!
עס טוט וויי צו זעהן אזא זאך
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 2:02 pm

דאס ציפט!

אבער מ'זעהט אז די קינדער זינגען יא לייוו. די מוזיק איז נישט.

דער ערשטער אינגל ווערט היפש צומישט, אבער דער צווייטער זינגט שוין יא מער פעסט. (כ'מזל דער עולם קלאטשט)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 4:07 pm

א הארץ וויי... און א ביטערער געלעכטער...
איך זאג עשה!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט