משה קרויס MK Studio

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

משה קרויס, MK Studios...

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 25, 2009 12:51 pm

אזוי ווי לעצטענס האצעך די היכל הנגינה פארשפרייט אויף א גאר גרויסן פארנעם, סאך מער ווי ערווארטעט, און אויף יעדע טעיפ איז דא לאנגע אפהאנדלונגען ווי יעדער וואס האט נאר אביסל וויסענשאפט אין זיך פארציילט פארן עולם די אינסייד'ס, געשעהט אסאך מאהל אז א אשכול פארט אוועק פון איר ארגינעלע ציהל, למשל, אין די "בערי וועבער" אשכול האט מען שוין באהאנדלט נפתלי משה שניצלער, מאשקע האט שווער געארבעט אריבערצופירן די אינפערמעשען צו די נייע אשכול, און יעצט באהאנדלט מען דארט משה קרויס, MK Studios, און די אשכול פארפארט שוין ווייטער..

דעריבער עפען איך אויף א באזונדערע אשכול פאר עם, כדי יענע אשכול זאל בלייבן אין טרעק..

אז מ'רעדט שוין פון 'משה קרויס'.. וויל איך דא מעלדן, אז די היכל הנגינה האט זיך שוין פארבינדן מיט עם, מיר וועלן בקרוב הערן פון עם אביסל אינסייד'ס אין די עולם הנגינה..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג יוני 25, 2009 12:59 pm


אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 25, 2009 1:02 pm

טענקס מיי מוזיק..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג יוני 25, 2009 1:16 pm

אז מדערמאנט שוין דא משה קרויס, מוז איך זיך אפשטעלן און באמערקן אז ער האט געהאט א האנט אין כמעט יעדע חסיד'ישע טעיפ וואס איז ארויסגעקומען די לעצטע שטיק צייט, סיי מיט כאר אראנזשירונגען, -וואס לדעתי הקלושה איז ער ממש א רעוואלוציע! (דאהי אין אמעריקע) ער קומט אויף מיט געוואלדיגע שיינע ליינס און חידושים, און אויך שטעלט ער אהער א הערליכע קאליר!- און סיי מיט סטודיא רעקארדירונגען, נעמט א שטייגער יוסי מאיערס טעיפ וואו ער האט געמאכט רוב פונעם כאר, און סאיז ממש וואונדערבאר, און אזוי אויך דא ביי בערי וועבער האט ער אהערגעשטעלט אן אמעזינג זשאב, אזוי אויך האט ער געמאכט די מוזיק אויף די קינדער טעיפ א גוט יום טוב קינדער, סיי אראנזשירט און סיי געשפילט, און סיי רעקארדירד, אויך האט ער שוין פראדוצירט אן אלבום, א פרייליכן חנוכה, (בערי זינגט טאקע דארט, ממש אנפאנג פון זיי קאריערע) וואס ער האט געשפילט און רעקארדירט.
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » פרייטאג יוני 26, 2009 8:10 am

די האט איר א בילד פון משה קרויס און ליפא מייזעלס גלייכצייטיג איז ליפא אויך ווערט פאר אן עקסטערע אשכול
צוגעלייגטע
IMG_1717.jpg
משה קרויס און ליפא מייזעלס
IMG_1717.jpg (12.95 KiB) געזעהן 5542 מאל

אוועטאר
סתם א לץ
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:44 am

משה קרויס MK Studio

תגובהדורך סתם א לץ » פרייטאג דעצמבער 11, 2009 1:50 pm

איך ווייס נישט צו ביי אייך, ביי מיר איז שוין אלעס גרייט, די בלעך איז געמאכט, די לעכט זענען געברענט, און פון די מנורה טראפט שוין אויל.
איך קען אבער נאך אלץ נישט צו זיך קומען פון מיין נעכטיגע באזיך ביי מושי קרויס MK Studio .

איך בין אנגעקומען קיין מאנדרא, האב איך גלייך געקאלט מושי'ן פרעגען ווי גיי איך?, זאגט ער מיר בלייב שטיין ביי די ביזנעס צענטער איך וועל דיר קומען אפ נעמען, ס'האט מיר באפאלען א פחד, געוואלד און אפגאניסטאן נעמט מען אזוי אויף ריפארטערס, בקוציר איך ווארט דארט, פליצלינג קומט אן א שווארצע קאר עטליכע יוגענטליכע מיט שווארצע מאסקעס שפרינגען ארויס פון דארט, זיי נעמען א שווארצע שמאטע און בינדען עס ארים מיינע אויגן, און דער עלסטע פון זיי האט גלייך אויס געשריגען "איים סארי סור די עמ. קעי. בונקער איז אף לימעטס נאו וואן איז טא נאו ווער איט איז" , שוין נאכען פארען לאנגע געדרייטע וועגן האט מען מיך ארויסגעשלעפט פון קאר, נאך אפאר טריט האט מען מיר געגעבן א שלעפ אראפ דעם שמאטע פון קאפ און...... דארט איז ער געזעסן מיט א ברייטען שמייכעל דער אלעמען באקאנטען מושי קרויס.

נאכדעם וואס איך האב אים אויסגעפרעגט אפאר טיפיקעל חסידי'שע קשיות, ביי וועם ביסטו אן איידעם?, וואזוי האסטו ליב מאנדרא?, וואי דאווענסטו?, און וואי איז די בית כסא?, א.ד.ג . האט ער געפענעט דעם מאנסטער סיסטעם וואס ער האט דארט, און ער האט מיר אנגעהויבען ווייזן שטיקליך פון זיין ארבעט, אוי.... איך מיז ענק זאגען ס'קומט מיר טרערען ווען איך טרייכט אריין וואספארא טאלאנטפאלע אידען ס'זענען פארהאן בתוכינו, דער מושי איז דאך אן בעליוועבעל וואס דער קען אלץ טוען,

טו מעק עי שארט סטארי איווען שארטער, איך האב מיט אים געשמיסט איבער פארשידענע ענינים און פראדזשעקס, פליצלינג האב איך מיר דערמאנט אז א חבר מיינע האט מיך געהט געבעטען מיט א צייט ציריק, אזוי ווי ער האט קומפאוזט צוויי ניגינים איך זאל עם העלפען עס פארקויפען, האב איך געזאגט פאר מושי אפשר מאך מיר דא א סעמפעל, איך וועל דיך אויס לערנען דעם ניגין און די וועסט עס מיר ריקארדען?, ער גיט זאך א שאר צו צי דעם קיבארד דארט און די זייט, צינד עס אן זאגט נו לאמיך הערען.

ראבויסעם אן קיין גוזמא, איך האב דעי ביידע ניגינים געזינגען פאר אים נאר """איין"""" מאל און דער האט עס געקענט בעסער פון מיר, און נישט נאר דאס, ביים צווייטען מאל האט ער מיך שוין פארראכטען א גרייז וואס איך האב געמאכט, ריבונו דעלמא כולה איין מאל?? וואן טיים??? אנא פאקאשא???.. איך בין ארויס פון די כלים, בקיציר און ווייניגער ווי א שעה האב איך געהאלטען און מיין היינט א סי די מיט ביידע ניגינים הערליך ריקארדעוועט.

אוי די בעל פייפט שוין!! העמער רעדען נאך שבת........
אגודל אויף ארויף

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 7:17 pm

נייס נייס, כמיין סשוין דא אן אשכול איבער מוישי׳ן, מנהל רוק עס אהין
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 7:32 pm

מבין;
איך מיין אז עס קומט זיך פאר אזא באזוך א עקסטערע אשכול אזוי ווי די חברה האבן פאר די באזוך ביי יוסי טיבערג אין סטודיא "בעשימכא"..

סתם א לץ;
די בוסט גוט.. (עקסטער א שכויעח פאר די עפפארט אין די ספעלינג...) איך האב היבש געלאכט... זאג; ס'קומט א אינטערוויא מיט מוישי'ן?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 7:41 pm

גוטע וואך! גוטן חנוכה!

שוין געצינדן, שוין געגעסן פאנקען, פון מיר רינט שוין אויל...

דער איז דאך "סתם א לץ".. ער געט א שיס אריין אזא ארטיקל אזוי בפניא דמעלי שבתא בין תנור למנורה...

זאג נאר, א ווידיאו האסטו אויך געברענגט?
---
ארעסטאנט האקט אריין, העי! איך האב קודם אנגעהויבן! שוין, כ'וועל דיר קודם לאזן גיין..

אוועטאר
סתם א לץ
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:44 am

תגובהדורך סתם א לץ » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 7:51 pm

איים סארי! כ'האב נישט געוויסט ס'שוין דא אן אשכול,

איים סארי כ'האב נישט קיין ווידיאו, אבער ס'דא אסאך פלענער :wink: איך זאג נישט גארנישט, כ'מאך נישט קיין צו זאגען אבער.... כ'האב אפאר גיטע איידיעס, מ'וועל מיר רעדען מיד די הנהלה און זעהן וואזוי מ'גיימיר ווייטער,

(ארעסטאנט קענסט חוזיקמאכען פון מיין ספוועלינג וויפיל די ווילסט סוף כל סוף האסטו דעם ווארט ציבויגוואלדשיבלאזאזגעכנען נישט געקענט ארויס זאגען)
אגודל אויף ארויף

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » זונטאג דעצמבער 13, 2009 11:37 am

האהאהאהא

איין זאך האסטו זיכער גע'פועל'ט ביי מיר, קיין עם קעי וועל איך נישט גיין באזוכן, די שוארצע קאר מיט די יוגענטליכע און די שמאטעס האט מיך אפגעשראקן, אפשר דארף מען אויסארבייטן א "פעסס" אזוי ווי א דיפלאמאט, למשל די איי-וועלט מעמבערס זאלן קענען אנקומען אהין אן שמאטעס אויפן קאפ.....

אלענפאלס, סתמאַלעץ גוט אראפגעלייגט....

אוועטאר
סתם א לץ
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:44 am

תגובהדורך סתם א לץ » זונטאג דעצמבער 13, 2009 1:07 pm

מבין נומ 1 האט געשריבן:נייס נייס, כמיין סשוין דא אן אשכול איבער מוישי׳ן, מנהל רוק עס אהין


אזוי ווי איך האב געזעהן דאס בין איך געווארען פארשעמט כ'האב געשפירט ווי א חוזיק כ'בין געווארען רויט :oops: ,
אבער אזוי ווי כ'האב אפ געליינט דעם ערשטן "אזוי געריפענעם אשכול" אויף מושי קרויס בין איך געווארען אזוי :twisted:
זו טאלאנט וזו שכרה ?? :?:
דער אינגערמאן האט דאך מיר געוועזן ווי ער נעמט וואקעלס וואס איינער האט ארייגעזינגען פלעט, און עס אויסגארבעט פאר א הערליכע ניגין מיט תניעות און דרייעס, די האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט ווען כ'האט געהערט דעם ארידזענעל פייל. :shock:
יעדע פאם טארי רא ראם, האט א חשבון ווי ס'באלאנגט און פארוואס, <:>P{
איך קען נישט באשרייבן וואס טאלאנט דארט שוועבט און די ליפטען, איינס ווייל מיין שרייבען שטינקט, און צווייטענס ווייל ס'איז אים באשרייבליך :grin:
אגודל אויף ארויף

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 11:20 am

יישר כח קרעמער פארן צוזאמשטעלן דעם אשכול.

סתם א לץ, האס עס וואונדערבאר אראפגעלייגט. ס'לעצטע מאל איך בין געווען ביי MK אין סטודיאו איז געגאנגען א שלאקס רעגן און עס האט וויקליך געגאסן אזוי אז דאס האט פארשווערט זיינע חברה מיר צו פארכפאן און בינדן, אזוי אז איך האב גלייכערהייט אריינשפאצירט (בעסער געזאגט: אראפשפאצירט) צו אום אין סטודיאו.

מיר איז אויך אינטערסאנט געווען ווען איך בין דארט געווען מיט א קאמפאוזער וועלעכער האט יענער מינוט אפגעמאכט ארויפצולייגן נאך א ניגון אויף א געוויסער אלבום און משי האט זיך געשטעלט ביים פיאנאו בעת יענער האט אריינגעזינגעם דעם ניגון, משי האט דאס זייער שיין צוגעשפילט און עווענטואל ארויפגעשפילט דעם ניגון אויפן אלבום און אויך געמאכט די קווייער, עס איז געווען צום באוואונדערען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 7:15 am

סתם א לץ, זייער שיין, כ'קען דעם משה אויפ'ן פנים, ווען ער קומט צומאל אין רעסטוראנט. כ'וואלט אין מיין לעבן נישט גע'חלומ'ט אז ער איז 'אזוי' טאלאנטפול. WOW

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 3:38 pm

כ'בין דא מעיד אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב. נישט ווייל איך בין דארט געווען אין סטודיא בשעת מעשה, נאר פשוט פון עקספיריענס...

לכו נא ונוכחה!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג ינואר 04, 2010 10:13 am

סתם א לץ האט געשריבן:וואי איז די בית כסא?


היינט איז שוין דא? אין מיינע צייטן האבן מיר געמיזט אריבערלויפן אקראס דעי סטריט צו הוניאד בהמ"ד...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג יוני 10, 2010 12:12 pm

הרב י"מ כהנא מיט מושי קרויס דעי וואך אין MK-סטודיאו
צוגעלייגטע
113074995.jpg
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג יוני 10, 2010 3:10 pm

הערשי קניהויז האט געשריבן:
סתם א לץ האט געשריבן:וואי איז די בית כסא?


היינט איז שוין דא? אין מיינע צייטן האבן מיר געמיזט אריבערלויפן אקראס דעי סטריט צו הוניאד בהמ"ד...


אויב הערשי רופט איר דאס א בית כסא, ווער ברויך א וואלד?

אחוץ אויב מ'האט ממש לעצטענס אריין געלייגט איינס, אויב נישט לעצטענס, מיין איך לפע"ד אז מען ברויך דאס פארעכטן ווי אומשנעלסטן.
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:37 pm

1x1 האט געשריבן:הרב י"מ כהנא מיט מושי קרויס דעי וואך אין MK-סטודיאו

היינט צוטאגס קוקט שוין די סטודיאו אויס גאר אנדערש.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:00 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:הרב י"מ כהנא מיט מושי קרויס דעי וואך אין MK-סטודיאו

היינט צוטאגס קוקט שוין די סטודיאו אויס גאר אנדערש.

נו אוודאי, יוסף משה איז שוין לאנג נישט דארט...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:51 am

תגובהדורך mk-studio » זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:23 pm

גראדע איז יוסף משה געווען דא דאנערשטאג נאכט...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:28 pm

קום נאר אהער דו!
לאמעך דיר געבן א קניפ אין בעקל...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:29 pm

mk-studio האט געשריבן:גראדע איז יוסף משה געווען דא דאנערשטאג נאכט...

דאסי גוטע נייעס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

יוסי ח.
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 5:46 am

תגובהדורך יוסי ח. » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 5:08 am

[quote="1x1"]הרב י"מ כהנא מיט מושי קרויס דעי וואך אין MK-סטודיאו[/quote]
הרב י"מ כהנא מיט ?
מןשי קרויס ? ער הייסט דאך יוסי גרין ניין ?????

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 5:27 am

ניין


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גולם, אנפין נהירין, מה ידידות, שירה פען און 10 געסט