בשמחה, בשמחה, וטוב לבב...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

בשמחה, בשמחה, וטוב לבב...

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 1:10 pm

בשמחה, בשמחה, וטוב לבב, בשמחה, בשמחחה, וטוב לבב, טוב לבבהההאאא...

בשמחה, בשמחה, וטוב לבב, בשמחה, בשמחחה, וטוב לבב, טוב לבבהההאאא...

וואס ווען וואו ווער???

פרטים יבאו...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 1:40 pm

דער ישראלי'שער ציוני יגאל אביב, דער גרינדער פון הייד פארק האט מיט זיין באקאנטע פקחות פאארופען א דיסקאסיע נושא מיטן מליצה "אשכול", א טראדיציע וועלכער ווערט אנגעהאלטן מיט פשטות.

די אורזאך דערצו איז פילפאכיג, הן אלץ דער צושטעל צום עצם באגריף פון גפן, ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל, עס פלעכט זיך צוזאם איין דעה מיטן 2טן און עס קומט ארויס א דבר השלם, און הן אלץ דער באגריף פון געהענגל וועלכער קוקט אויס ענדלאז און גוזמה'דיג, דער אייגנארטיגקייט פון א געהענגל זעה מיר אין פארשידענע פלעצער אין חז"ל וואס מיר גייען נישט דא נאכברענגען ווייל מיר זענען מסופק צו דער דאזיגער אשכול וועט אנקומען אין שמות, אדער וועט דאס צוליב'ן קאפל דערפון פארשליידערט ווערן אין אפגרונד. די פאראלעל פון די אלע דערמאנטע אייגנארטיגקייטן ציט זיך זייער פארשטענדליך פון א געהענגל טרויבן צו א אשכול אלץ א דיסקאסיע נושא.

אטא דעם געהענגל וואס איר האט באשלאסן יעצט צו לאנדן ווירטואליש, האט געשאפן אן היכי תמצא פון א געהענגל וואס דאס ערשטע צווייגל איז מיסטעריעז, און עס איז אין צווייפל איר גאנצע צוקונפט. דאס ברענגט אונז צו די חקירה צו דער אויבנדערמאנטער ערפינדער וואלט דאס אויך גערופן אשכול, בלויז על שם העתיד וואס איז מוטל בספק, אדער צו אזא פאל פארדינט זיך א באזונדער נאמען צוליב איר זעלטענע קאטאגאריע.

ימים ידברו.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 1:42 pm

.
צוגעלייגטע
גרין.jpg
גרין.jpg (85.54 KiB) געזעהן 3470 מאל
גרין 2.jpg
גרין 2.jpg (91.76 KiB) געזעהן 3471 מאל
טיבערג.jpg
טיבערג.jpg (65.47 KiB) געזעהן 3469 מאל
טיבערג 2.jpg
טיבערג 2.jpg (72.08 KiB) געזעהן 3471 מאל
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 1:49 pm

אין די היינטיגע וועלט ווי מען קען פאטאשאפן בילדער האט דאס בילד פארלוירן איר ארגינעלקייט, און כל שכן ווען עס ווערט געברענגט אן קיין ווערטער, כלומרש'ט אלץ "1 בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער". און בן בנו של קל וחומר ווען אין הנידון דומה לראיה, און קיין שום שייכות צום ערשטן תגובה ווערט נישט אנגעגעבן.

דעריבער איז אונזער פריערדיגע עדיטאריעל אין קראפט.

איגנארירן מיינט נישט בהחלט קאפאטאלירן. קאנגערעטולאציעס!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 2:01 pm

אנטשולדיגט, דאס אויבנדערמאנטע איז געשריבן געווארן אונטער נייגעריגע וואכזאמקייט, ווען קיין שום דעטאלן ווערט נישט אנגעגעבן אויף א פי אר, און דער עולם בלייבט מיט קשיות. איינמאל אלעס ווערט פארענטפערט וועט אונזער קאמפיוטעריזירטע סיסטעם אויסמעקן אויטאמאטיש מיינע אויבערשטע תגובות ללא שום נזק לשום בר ישראל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:49 pm

צוליב מאנגל אין צייט און נייגעריקייט וועל איך געבן קורצע אינפארמאציע.

עטליכע קרעטשמע מיטגלידער זענען היינט געווען - פערזענליך געלאדענט - ביי יוסי טיבערג אין סטודיאו בשעת יוסי גרין האט אריינגעזינגען זיינע וואקעלס פאר שלמי גערטנער'ס נייער אלבום.

מער פרטים יבואו.

אבער גרויזאמער, ביטע פארמעק נישט דיינע אויבערשטע גרויזאמישע תגיבות.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 6:51 pm

אוי די יוסי איז דאך א שטיק זיסקייט... קוק ווי ער ארבעט אריין מיט די ציצית אזוי פונדרויסן ווי א היימישע חסידישע יונגערמאן

(ציצית קרעדיט: מיין 3 יעריג יונגל - נארוואס געטראגן אין חדר...)

בד"וו די בילד פון די קאר אויף זיין שויס-דעכל (לעפ-טאפ בלע"ז) איז זיין אייגענס?
איך זאג עשה!

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

ומעשה שהיה כך היה

תגובהדורך תו השמיני » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 9:52 pm

ומעשה שהיה כך היה

די היכל התורה איז איבער געפילט על גדותיו אינגעלייט מוטשענען זיך, איינער אויף א קצות דער צווייטער אויף א שווער שטיקל טעקס מעסעדזש, ווען פלוצלינג טרררררר די פובליק טעלעפאון צוקלינגט זוך, א גרויסע שמייכל שפרייט זיך אויס אויף משה גרינשפאנ'ס פנים, ענדליך קלינגט שוין די פאון, ווי לאנג קען מען שטיין ביי די קאווע און ליינען די מודעות!? ער הייבט אויף די טרייבל און מיט זיין דינע הויכע שטימע טוט ער אנפרעגן: וועם זיכט איר? "טויבה אכטער" קומט די באלדיגע ענטפער.

משה שפרייזט אריין אין ביהמ"ד און גיט מיר א ווינק אז איך האב א פאון קאל, איך פרעג אים ווער עס איז, זאגט ער מיר: קיין נאמען האט ער מיר נישט געגעבן, אבער אויף זיין שטימע זעט זיך אן אז דאס איז גאר א וויכטיגע פערזאן....

איך הייב אויף דעם טרייבל:
טוביה: האלוא?
וויכי: יא טויבה, דא רעדט וויכי
טוביה: וועלעכע?
וויכי: מאכער
טוביה: אה! שלום עליכם, וויאזוי גייט די נייע זמן?
וויכי: ב"ה מ'האקט אריין וויפיל ס'גייט!
וויכי: זאג נאר, וואס טוסטו היינט ביי לאנטש ?
טוביה: נאטינג ספעשעל, כ'על מיר מסתמא דרייען אין תלפיות ספרים געשעפט כאפן א בליק אויף די נייע חנוכה ספרים...
וויכי: כהאב פאר דיר א פארשלאג וואס די קענסט נישט אפזאגן. איך וויל דיר טראגן קיין פלעטבוש.
טוביה: פלעטבוש!? ווי אויפ'ן גרויסן ערד קוגל געפינט זיך אט דער פלעטבוש?
וויכי: פרעג נישט קיין קשיות, קום נאר מיט מיר איך וועל דיר אפנעמן פון כולל אי"ה 1:30, וואס די גייסט זעהן דארט האסטו און וועסטו קיינמאל נישט זעהן.
טוביה: נא נא, מסכים. כל טוב הצלחה.

1:30 אויפ'ן האר הערט זיך א טומעל, די אינגערלייט דרייען זיך שוין ארום מיט כל ערליי שמועות אז די עף.בי.איי. זענען געקומען, איך קיק ארויס פון פענצטער לדעת מה זה ועל מה זה און א גרויסע שמייכעל האט מיך באנומען, אט זעט מען שוין די גרויסע יוקאן מיט די פולע בליצערס!!! ויבוא וויכי.

איך דראפעווע מיר ארויף די שטיגען פונעם אלטען יוקאן, ויסעו.

אויפן וועג;
טוביה: אפשר יעצט קענסטו מיר שוין זאגן וואו אהין גייען מיר און וואס גייט מען דארט זעהן?
וויכי: אונז גיימער מיט האלטן א שיעור עיון
טוביה: אוי א בראך! צינד אן דיינע בליצערס און מאך א גרויסע "יא טארן" אויפ'ן בי.קוי.אי.
וויכי: לאמיר דיר מסביר זיין, דא האנדעלט זיך פון אונזער אלעמען באקאנטען יוסי גרין הי"ו, וואס האט קאמפאזירט א פאר הערליכע קאמפאזיציעס פאר שלומי גערטנער'ס נייע אלבום, און היינט גייט ער ריקארדען די בעקאפ וואקאלס פאר א חלק פון זיינע ניגונים... איי וועסטו פרעגן מה ענין בעקאפ וואקאלס אצל שיעור עיון? ווייל ווען יוסי גרין זעצט זיך אריין אין סטודיא רוקארדען האט ער איין זאך אינזינען, וויאזוי ארויסצוברענגען פאר די צוהערער די פשט און די טיפקייט פון די ניגון.
טאקע!!?? היט די פעדל טא די מעטל... אונז ברויך מיר דארט זיין עי.עס.עי.פי.

רבותי, למעשה וואס האט זיך דארט אפגעשפילט איז מיין פעדער צו ארעם צו באשרייבען, ממילא עמוד עמוד וויכי און געב איבער פאר די חשובע ליינער א אפס קצהו וואס האט זוך אפגעשפילט און די הופקווארטיר פון טיע"ם פראדאקשענס....
לעצט פאראכטן דורך תו השמיני אום דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 10:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 10:17 pm

שיין באשריבן ר' טוביה!

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

תגובהדורך אויס מענטש » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 11:07 pm

איך מעג עפעס דא אריינרעדן?

איך וויל פארשטיין א קלייניקייט, איך בין בכלל נישט אין די ליין פון שירה ונגינה און איך האב נישט קיין מינדערסטע השגה וואס עס מיינט זינגען ביי א קווייער, אבער איך ליין דא אסאך אין די קרעטשמע און אויך אין די היכל הנגינה פארום און איך זעה אז ב"ה עס דרייען זיך דא אסאך וואס פארשטייען זייער גוט צו די זאכן, און איך שטעל מיך פאר אז נישט יעדער וואס שרייבט דא ביי היכל הנגינה האט מען גערופן צו פלעטבוש היינט ביי לאנטש צו זעהן אדער זינגען אויף די נייע טעיפ פון שלומי גערטנער, פארוואס דעמאלטס פעלט אויס די גאנצע אשכול? וואס איז די ציל דערפון? סתם זיך צו גרויסהאלטן און שרייבן מיט באלד קידוש לבנה אותיות אז אונז זעמער היינט געווען אין א סטודיא און ענק נישט?

איך וויל קיינעם חלילה וחס נישט באליידיגן, איך מיין אבער אז די אשכול באליידיגט אסאך מעמבער'ס פון די היכל הנגינה פארום, וואס פעלט דאס אויס?
עס איז שוין דא א אשכול וועגן שלומי גערטנער'ס נייע טעיפ, וואס פעלט אויס די אשכול?
איך בעט יעדעם מחילה אויב איך האב איינעם באליידיגט, א גוטע נאכט און א גוט שבת

נ.ב. איך שטעל מיך פאר אז מען גייט מיך ענטפערן; ווער נישט אזוי "אויס מענטש", ס'איז א גוטע דזשאוק...
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 12:18 am

ווער נישט אזוי 'אויס מענטש'..... :wink:

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 7:15 am

כבוד הרב ר' מענטש, כאטש מיר זענען אויך פון די וואס פארשטייען צו נגינה ווי דער מקוה איד צו פארעכטן קארס, אבער מיר זייטיגן זיך נישט מיט אייך איבערן קריטיקירן אט דעם אשכול - טרעד - נושא, דערפאר ווייל יעדער איז ערלויבט צו שרייבן זיינע געפילן חלומות מיינונגען ספעציאליטעטן פאכמאנשאפט ועוד, העכסטנס ווער עס פארשטייט קנאפ דערצו מוז עס נישט ליינען אויב אים ציעט עס נישט, גאנץ זיכער מן הסתמא אויב א איד נעמט זיך די מי און שרייבט געפונען זיך גענוג בעלנים וואס פארשטייען באיזה ענין מדברים און ליינען מיט דורשט.

נאכאמאל אני הקטן פארשטייט אויך נישט אבער ווי לאנג ס'איז נישט קיין ש"ך אדער פרי מגדים שטערט מיך עס נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

תגובהדורך אויס מענטש » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 7:57 am

כבוד הרב מ'פארשלאפן הי"ו, איר האט אינגאנצען נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. לויט ווי איר האט פארשטאנען דארף מען לשיטתי אפשפארען דעם גאנצען היכל הנגינה ווייל די וואס פארשטייען נישט צו נגינה באדערט זיי אז זיי קענען נישט מיטהאלטען די דין ודברים דארט,
ניין!! נישט דאס האב איך געשריבן, אדרבה! ליינט עס איבער און זאגט מיר וואס איך האב ארויסגעברעגט, איך שרייב פונקט פארקערט! אז דוקא די וועלכע פארשטייען יא אדער רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען פאר זיי וועט דעם אשכול באדערען, פארוואס זיי האט מען נישט געלאדענט צו דעם מעמד פון רעקאדירן א נייע טעיפ, הלמאי זיי זענען פונקט אזוי מבינים צו נגינה און זיי וואלטן גע'חלש'ט דארט צו זיין, דאס האב איך געשריבן,

אפשר בין איך נישט גערעכט, אפשר האט מען יא געלאדענט אלע שרייבער פון די היכל הנגינה פארום נאר רוב פון זיי קענען נישט אוועקגיין אינמיטען טאג פון די ארבעט אדער פון כולל, איך ווייס נישט, אבער אויבנאויף קוקט אויס ווי מען אנדעקט א סורפרייז אין די היכל הנגינה פארום ווי צו זאגן, אונז פאר מעמבערס זענען געווען דארט, (און עטץ נישט) ווייל אונז האמער קאנעקשאנס מיט די הויכע פענסטער... כ'מיין אז עס איז נישט מענטשליך און נישט אויסגעהאלטן,

(נעם לדוגמא די "נסיעת ידידם" וואס דארט האט מען געמאלדן אפאר מאל פון פאראויס אז ווער עס וויל קומען זאל זיך מעלדן, איז נישט שייך קיין קנאה, והבן...)
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 8:16 am

הרב האדם השלם, א"כ האט איר דעם עיקר נישט ארויגעשריבן, לייענט אייער אייגענע ווערטער:
[
אויס מענטש האט געשריבן:איך בין בכלל נישט אין די ליין פון שירה ונגינה און איך האב נישט קיין מינדערסטע השגה וואס עס מיינט זינגען ביי א קווייער, אבער איך ליין דא אסאך אין די קרעטשמע און אויך אין די היכל הנגינה פארום און איך זעה אז ב"ה עס דרייען זיך דא אסאך וואס פארשטייען זייער גוט צו די זאכן.

פארשטיי איך אבער נישט פארוואס איר מיינט אז נאר פריוויליגירטע זענען גערופן געווארן, צו דען איז יעדער מעמבער דאהי מחויב צו משתף זיין אלע אנדערע מעמבערס אין זיינע פריוואטע מסיבות און מיטונגען?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

תגובהדורך אויס מענטש » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 8:55 am

farshlufen האט געשריבן: צו דען איז יעדער מעמבער דאהי מחויב צו משתף זיין אלע אנדערע מעמבערס אין זיינעפריוואטע מסיבות און מיטונגען?

יפה דברת!
ניין! מען איז נישט מחיוב! און מען זאל נישט! דאס איז וואס איך האב גע'טענה'ט!

אויב עטליכע חשובע חבירים זענען גערופען געווארן צו א פריוואטע מסיבה אדער וויאזוי מען וויל עס רופן, זענען זיי נישט "מחיוב" אויסצופאמפען ברבים "אונז זעמער געלאדענט געווארן צו א פריוואטע מסיבה" איך פארשטיי נישט די ציהל דערפון,
מען קען באשרייבן די גאנצע זאך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען דארט אן דעם וואס מען זאל שרייבן אז עס זענען געווען עטליכע חברי ה'קרעטשמע וואס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן
און דערווייל האט קיינער נישט באשריבן עפעס אפס קצהו וואס מען האט דארט מיטגעהאלטן, נאר אז "מען איז גערופן געווארן" והבן,
איך מיין אז איך האב שוין גענוג קלאר געשריבן!

(אדרבה, פרעג דיך גוט נאך וויפיל עס זענען דארט געווען, איר פארשטייט אליינס אז מען האט נישט געלאדענט אלע מעמבערס וועלעכע זענען עוסק אין די נגינה פארום)
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 9:10 am

אויס מענטש. אנדערש וואו פארשלאפן פארשטיי איך זייער גוט וואס דו מיינסט. איך האלט די ביסט 100% גערעכט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 10:29 am

איך פארשטיי וואס עס באדערט פאר אויס-מענטש, אבער דאס איז נישט קיין סיבה צוריקצוהאלטן די הנאה פון די ניקס וואס גלייכן יא צו ליינען אזא סארט באשרייבונג אפילו זיי זענען נישט געלאדענט געווארן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 10:40 am

קרעמער, איך האב סייווי א פראבלעם, ס'איז צופיהל קערעקטערס, איך גיי דיר עס שיקן, און דו וועסטעס ארויפלייגן אויב דו האלטס אז ס'איז אינטערעסאנט.

א ווארט צו אויס מענטש, איך פארשטיי וואס דו זאגסט, די חלק פון שרייבן אין גערטנער'ס אשכול איז א גוטע איידיע, אבער וויבאלד ס'איז געווען א אינטערעסאנטע באזוך, מיין איך אז ס'קומט אין א עקסטערע אשכול, אויב די הנהלה וועט האלטן אנדערש, קענען זיי עס נאכדעם צוזאמשטעלן.

קיינער זוכט נישט צו ווייזן אז מיך האט מען געלאדענט, ווען איך קען, נעם איך מיט אנדערע חברים פון דא, אין פאקט האב איך שוין מיטגענומען אריבער 20 מיטגלידער פון דא אויף אזעלעכע פלעצער, און נאך מער, מ'האט מיך נישט גערופן ווייל איך בין ווער איך בין, נאר ווייל איך שרייב דא אין היכל, און זיי האבן געקענט באשטיין אז דער עולם זאל וויסן אביסל אינסייד'ס, סאו איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו האלטן ביי מיר מיין ענדזשוימענט, ס'איז געווען פאן, אבער היות א גאנצן צייט נאך זיצענדיג דארט, האבן אסאאך ניק'ס געהאלטן אין איין פרעגן וואס דארט טוצעך, און וואו מ'האלט, און צו איך גיי עס באשרייבן, האב איך באשלאסן כדי שטיל צו מאכן די חברה, הייב איך אן א אשכול, און מיין באשרייבונג וועט נאכפאלגן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

תגובהדורך אויס מענטש » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 10:46 am

קרעמער האט געשריבן:איך פארשטיי וואס עס באדערט פאר אויס-מענטש, אבער דאס איז נישט קיין סיבה צוריקצוהאלטן די הנאה פון די ניקס וואס גלייכן יא צו ליינען אזא סארט באשרייבונג אפילו זיי זענען נישט געלאדענט געווארן.

אויס מענטש האט געשריבן:מען קען באשרייבן די גאנצע זאך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען דארט אן דעם וואס מען זאל שרייבן אז עס זענען געווען עטליכע חברי ה'קרעטשמע וואס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן
און דערווייל האט קיינער נישט באשריבן עפעס אפס קצהו וואס מען האט דארט מיטגעהאלטן, נאר אז "מען איז גערופן געווארן" והבן,
איך מיין אז איך האב שוין גענוג קלאר געשריבן
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 10:57 am

אויס מענטש, צייטליך איז נישט דארט געווען, ער האט נאר געוואלט שטילן די נייגער, תו השמיני האט נישט געוואלט שרייבן די מעשה, נאר וויבאלד איך האב עם געבעטן ער זאל שרייבן זיין זייט פון די מעשה, האט ער באשלאסן נאר צו שרייבן די חלק פון זיין זייט, וואס איך האב נישט מיטגעהאלטן.

און איך האב געעפנט דעם אשכול צו בארואיגן געמיהטער אז איך גיי עס באשרייבן, ווי געשריבן פריער..

און שמערי איז אויך נישט געווען, ער האט נאר ארויפגעלייגט די פיקטשער'ס, כדי איך זאל נישט דארפן שיקן פאר יעדן וואס האט געבעטן עקסטער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 10:58 am

נאכנישט פיניש
לעצט פאראכטן דורך וויכטיג מאכער אום פרייטאג דעצמבער 04, 2009 11:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 11:35 am

יאפס וויכי/יוסי.. זינג נאך איינמאל איבער בעשימכא... נאך אמאל לעבעדיג בעשימכאהההה... אבער נאר הייזעריג ווי יוסי גרין זאלסטעט זינגען...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 2:00 pm

איך בין אויך נישט געוועהן...
וויכי מעגסט מיר מודיע זיין נעקסטיים...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש דעצמבער 05, 2009 5:56 pm

אזויפיל פאליטיק אין איין אשכול...
למה אשכול גם שניכם?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מוצ"ש דעצמבער 05, 2009 6:40 pm

גוטע מליצה מאשראם!!! :grin:
איך זאג עשה!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט