שירה חדשה בויעס קווייער ~ הנירות הללו

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

שירה חדשה בויעס קווייער ~ הנירות הללו

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 7:26 pm

איר האטצעך גוט פארגעשטעלט... איך בין יעצט אין מיין לאקאלע געשעפט, און אזוי קוקענדיג שטויס איך מיך אן אין א נייע אלבוים רופט ער זיך הנירות הללו, און ער געט זיך אן אלס א פראדוקט וואס איז קאנדאקטעט געווארן דורך איינעם נחמן זעלצער מיט די שירה חדשה בויעס קווייער, ארענזשירט דורך זשעף הורוויץ.

זאל עכעס קויפן???
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 7:35 pm

אויפן פריוויו סאונד עס היפש גוט....
צוגעלייגטע
SCBC.jpg

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 11:14 pm

חחחחחח.... איך לאךךך...

איך האב די אלבוים געזעהן ביי לי עוו. פאוטאו, אבער נישט פארדעם לאך איך, נאר די אלבוים דערמאנט מיך פון עפעס.

איך בין געווען די וואך ביי לי עוו. פאוטאו, קומט אריין א אלטער יוד, קוקט אויס שוין א בן שמונים, ער הערט שווער, און ער בעט די נייע אלבוים.

דער יונגערמאן וואס שטייט דארט פרעגט עם וועלעכע ער ברויך, וואאעס? פרעגט דער יוד, וועלעכע ברויכט איר? פרעג דער יונגערמאן נאכאמאל, איך ברויך שפיהרן א טעם אין חנוכה, דארט הענגט א צעטל, ווילט איר שפיהרן א טעם אין חנוכה קויפט די נייע אלבוים "א בליק אויף חנוכה"...

פארוועם ברויכט איר דאס? פרעגט ווייטער דער יונגערמאן, א_וואאעס?? שרייט דער אלטער נאכאמאל, פארוועם דארפט איר דאס? פרעגט נאכאמאל דער יונגערמאן, וואס הייסט פארוועם, פאר מיר ברויך איך דאס, איך ברויך שפיהרן א טעם אין יו"ט, דער יונגערמאן לאזט נישט נאך, אבער דאס איז דאך פאר קינדער, זאגטער פאר דעם יוד, א_וואאאעעס? דאס איז פאר קינדער, זאגטער איבער.

איר האט נישט גוט געליינט, זאגט דער יוד, דארט אויפן צעטל שטייט קלאר, געאייגנט פאר יונג און אלט...

כ'מזל דער יוד האט נישט קיין סידי פלעיער, נאר א טעיפ-ריקארדער, אזוי האט ער געמוזט קויפן א אנדערע טעיפ.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 10:14 am

וויכי, איך האב שטארק מורא אז דער תגובה באלאנגט א אנדער אשכול. פראביר געוואויער צו ווערן..

דער קאווער דא זעהט זיכער גוט אויס. מיך באדערט נאר דער אינגעל וואס זיצט דארט אויף די קאנפעקשאן צוקער. ער וועט זיכער ווערן גוט שמוציג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 10:39 am

יא כ'האב עס שוין אריינגעשריבן אין די שטעטל ברודער אשכול...


דער אינגל אויף די קאנפענקשאן צוקער באדערט מיר נישט אזוי ווי דער אינגל וואס זיצט אויף די דעקל פון דעם גלאזערנעם באטל אויל, שיגענער! עס קען זיך צוברעכן און ער וועט זיך ביטערלעך צושניידן... פון די אינגעלעך וואס דרייען זיך הארט לעבן די ליכט רעד איך מיטאמאל, ווי איז די אחריות???
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 10:48 am

חחחחחח.... איך לאךךך...

אבער נישט פון וויכיס תגובה. דאס דארף מען דאך פאר קיינעם פארציילן אז מען לאכט.

איך ליין וויכיס תגובה, און איך קוק אויף די קעפל פון די אשכול. נאכדעם ליין איך עס איבער. און איך קען נישט כאפן וואס עס גייט פאר. בין איך משוגע, אדער וואס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היימישער הייקער און 6 געסט