בלאט 1 פון 2

איפה דוב?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 3:44 pm
דורך מאשקע
איך וועל אנפאנגען מיט א משל. ס'איז געווען אמאל א זינגער, זיין אמת'ער נאמען איז נישט באקאנט, אבער זיין ניק איז געווען "דוב האפמאן". ער האט ארויסגעגעבן איין טעיפ, נאכדעם האט ער ארויסגעגעבן נאך א טעיפ. (טעיפ איז אזא זאך אזוי ווי א סידי נאר באקסעדיג, און מ'דארף האבן א ספעשל מאשין עס צו קענען הערן). עניוועי, ער האט געזונגען זייער שיין, און זיין שטימע איז געווען מורא'דיג קלאר און גליטשיג, ממש ווי א פידעלע. נאכ'ן ארויסגעבן צוויי טעיפס האט מען מער נישט געהערט זיין נאמען.

איין מינוט, יעצט דערמאן איך מיך: ס'איז נישט קיין משל; ס'איז אן עכטע מעשה וואס איז געשען אין אונזערע צייטן!

וואס איך וויל וויסן איז: וואו איז ער? וואס איז מיט אים היינט? פארוואס הערט מען מער נישט פון אים? זינגט ער אמאל אויף חתונות? פלאנט ער ארויסצוגעבן נאך א טעיפ (סידי)?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 3:53 pm
דורך jewish_audio
ער איז א גוטער ידיד מיינער, אזויווי די זאגסט ער הייסט דוב האפפמאן אין ער איז בעה"ב פון האפפמאן'ס אפטיקל אין וויליאמסבורג...
לכאורה האט ער אויפגעהערט ארויסצוגעבן זיינע סחורה וויבאלד כמעט קיינער האט שוין נישט די מאשין מיט וואס מ'הערט דעם באקסעדיגן סי די... :smile:

אין ניין ער האט קיינמאל אויף קיין חתונות נישט געזינגען, ער איז אן עלטערע יונגערמאן....

קאפויער.. העפי נאו? :)

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 3:56 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
מאשקע, ביי ממיך איז דאס יא א משל! ווייל דאס ניץ איך אלעמאל פאר א משל ווען כ'וויל ארויס ברענגן אז אלעס ווענדט זיך אין מזל און נאר אין מזל!

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 4:15 pm
דורך ארעסטאנט
וואס גייט דא פאר היינט? איינער זיכט לייבוש, א צווייטער פייבוש, און די זוכסט גאר דוב...

קודם די שבת פייפער..
איי טרארארם שבת טראראראם שבת!
איי בא שבת בא מנוחה, אויסגערוהט איז יעדער איד מעין עולם הבא, לאמיר לויבן דעם פון אויבן אשר שבת ברא...
איינער געדענקט נאך???

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 4:31 pm
דורך דארפסמאן
יא יא ארעסטאנט די דערמאנסט מיך דעי ניגין איז דוב'ס ניגין , עס איז זייער שיין

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 4:44 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
איך וועל אנפאנגען מיט א משל. ס'איז געווען אמאל א זינגער, זיין אמת'ער נאמען איז נישט באקאנט, אבער זיין ניק איז געווען "מאשקע". ער האט ארויסגעגעבן תגובות איינס נאכןצווייטן אין דער עולם האט זיך באלעקט די אצבעות . (עניוועי, ער האט געשריבן זייער שיין, און זיין שריפט איז געווען מורא'דיג קלאר און גליטשיג, ממש ווי א פידעלע. נאכ'ן מהנה זיין דעם עולם פאר א שטיק צייט האט מען מער נישט געהערט זיין נאמען.

איין מינוט, יעצט דערמאן איך מיך: ס'איז נישט קיין משל; ס'איז אן עכטע מעשה וואס איז געשען אין אונזערע צייטן!

וואס איך וויל וויסן איז: וואו איז ער? וואס איז מיט אים היינט? פארוואס הערט מען מער נישט פון אים? שרייבט ער נאך אמאל? פלאנט ער אונז נאך אמאל מהנה צו זיין?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 6:34 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
די גאנצע היכל שרייט פון זיך אליינס איפה מאשקע, ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן...

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 8:49 am
דורך יוסלמאן
אוי דענק מיר נאך איין יאר ווען מוצאי שמחת תורה ביים באגלייטן אויף בעדפארד איז ר' דוב ארויף אויף ר' שלום סאנדעלס טראק און געזינגען אזאש ס'געווע ןא געשמאק!

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:56 am
דורך שוועמל
מאשקע האט געשריבן:איפה דוב?

נו! עברית!!!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 29, 2009 11:05 am
דורך מאשקע
אקעי, כ'הער וואס די מעשה איז. אפשר ווען איך וועל אנפאנגען צו גיין מיט ברילן, וועל איך גיין באזוכן דעם דוב.

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 7:56 am
דורך ליינער
ברעקינג נייעס: די בארימטע זינגער ר' דוב האפמאן (הצלחה אפטיקעל) פאנגט יעצט אן צו ארבייטען אויף א פרישע טעיפ מיט נייע ניגונים

סטעי טונד פאר מאר אפדעיטס

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 8:12 am
דורך מאשקע
אה, קוק נאר וואס א פשוט'ע אשכול פון א מאשקע קען אויפטון! נעווער גיוו אפ!

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 1:11 pm
דורך elmonsey
איך דערמאן זיך אויך פין אזא זינגער אין די טעיפ ליגט ערגעץ פארשטויבט אין מיין מאמעס הויז יעצט כאפט מיר א חשק עס צי נעמען פין דארט איןעס אויסהערן

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2011 2:36 pm
דורך 1x1
ליינער האט געשריבן:ברעקינג נייעס: די בארימטע זינגער ר' דוב האפמאן (הצלחה אפטיקעל) פאנגט יעצט אן צו ארבייטען אויף א פרישע טעיפ מיט נייע ניגונים

סטעי טונד פאר מאר אפדעיטס

..Still waiting for updates

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2011 2:47 pm
דורך יגעתי ומצאתי
לפי זכרוני האט רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל אים אמאל געזאגט ער זאל טוהן עפעס אנדערש פאר פרנסה ווייל א זינגער קען פארלירן די קול און פארלירן די הצלחה, דערפאר האט ער זיך ארויסגעלאזט דערפון.
זיין אפטיקל הייסט הצלחה, ווייל ער האט עס געעפנט צו האבן הצלחה...
כך שמעתי, כ'נעם נישט אחריות...

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2011 2:50 pm
דורך משיח
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:זיין אפטיקל הייסט הצלחה ע"ש זה.

ע"ש וואס?

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2011 11:48 pm
דורך איצל פיצל
דאכט זיך מיר אז אויף די טעיפ "משוררים" איז ער דער וואס זינגט דארט אזוי שיין די ניגן פון פינקי "למה ד'"

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:11 pm
דורך elmonsey
יוסי גיל שפילא אסאך ניגונים פין אים נעכטן האט ער געשפילט 2 ניגונים

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2018 12:47 pm
דורך דוד משה
אויף קולמעוואסער זאגט ער אז ער האפט ארויסצוקומען מיט אן אלבום דעם קומענדיגן זומער.

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2018 2:49 pm
דורך eller
האט איינער א בילד פון וועם מ'רעדט ?

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 9:48 am
דורך ישראלי
זייו ערשטע טעיפ הייסט 'תורה הקדושה' מיין איך, און ס'איז א פעסטע ניגון.

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2018 12:04 pm
דורך בא שבת בא מנוחה
אויך געהערט אז ער ארבעט פעסט אויף אן אלבוים אין ער סוי פאר צוויי ניגונים פין יוסי גרין. ס׳ברענג צירוק מעמאריס פין די יונגע יארן.. איז די ניגון לדור ודור געווען אויף איינע פין זיינע טעיפס ? וירושלים עירך געדענק איך זייער א שיינער ניגון...

געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2018 2:36 pm
דורך אור
ער האט בכלל געהאט אפאר ניגונים וואס זענען פיין געווען אויפגעכאפט
אפשר ווייל סינישט געווען קיין סאך זינגערס

געשריבן: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:03 am
דורך מקווה איד
א מחייה צו טרעפען אזא אשכול, דוב איז פון מיינע בעסטע זינגערס, ארויסגעגעבן 2 סידיס ווי רוב זענען געווען יוסל'ס, יוסי האט אים געגעבן פון זיינע בעסטע סחורה, און יעצט ווען איך הער אז ער ארבעט אויף נאך איינס בין איך פשוט אראפ געפאלען פון בענקעל, און ווען איך האב געהערט די צווייטע האלב האב איך פשוט געחלשט, אז דאסמאל איז עס נאכאמאל מיט יוסי, חברה לויפטס הערטס אויס זיינע אלטע זאכן וועט איר שוין פונקטלעך פארשטיין וואס איך מיין, און גראדע תורה הקדושה איז מוזיק ביי מונה נאך א סיבה עס ליב צו האבן, און גראדע 3 ניגונים פון אים קענטס עטס אלע לכאורה דאסקאל האט עס געזונגען אויף הארציג, שומר ישראל, אור חדש, און צור כל העולמים, dov looking forward.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 10, 2018 10:44 am
דורך ראפאט קראמפלי
מקווה איד האט געשריבן:א מחייה צו טרעפען אזא אשכול, דוב איז פון מיינע בעסטע זינגערס, ארויסגעגעבן 2 סידיס ווי רוב זענען געווען יוסל'ס, יוסי האט אים געגעבן פון זיינע בעסטע סחורה, און יעצט ווען איך הער אז ער ארבעט אויף נאך איינס בין איך פשוט אראפ געפאלען פון בענקעל, און ווען איך האב געהערט די צווייטע האלב האב איך פשוט געחלשט, אז דאסמאל איז עס נאכאמאל מיט יוסי, חברה לויפטס הערטס אויס זיינע אלטע זאכן וועט איר שוין פונקטלעך פארשטיין וואס איך מיין, און גראדע תורה הקדושה איז מוזיק ביי מונה נאך א סיבה עס ליב צו האבן, און גראדע 3 ניגונים פון אים קענטס עטס אלע לכאורה דאסקאל האט עס געזונגען אויף הארציג, שומר ישראל, אור חדש, און צור כל העולמים, dov looking forward.