א חידוש נפלא בנגינה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

א חידוש נפלא בנגינה

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 11:19 pm

איך בין דא ביי א חתונה, דער זינגער האט דא אויפגעטון א חידוש נפלא, אזש די באבלעך אין די אפענע האלב אנגעפילטע סעלצערס האבן זיך געווארפן פאר שרעק. איין מינוט, איך גיי ריפארטן לייוו, העלאו? מ'הערט? עחחחעחעחעםםםםם... אקעי, ס'אפחד וואס דא גייט פאר... די געסלאך זענען אנגעשטאפט מיט מענטשן, די שויבן צובראכן... האלאו??? יא... אקעי איך לייג דא צו דעם טעלפאן צום זינגער... ער האט צוזאמענגעשטעלט 3 ניגונים...


הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטן אין הימל... הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטן אין הימל...

אמר רבי עקיבא אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל...

אביכם שבשמים... אביכם שבשמים...

חתן כלה אידן אלע ס'איז דאך א געהויבן זמן... מחותנים ובני בנים לאמיר טאנצן פרייליך זיין... הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטן אין הימל...

א גוטן, דאס האט גערעדט צו אייך גרויזאמער, זיצנדיג ביי א מצוה טאנץ, די מצב איז איום ונורא, מען האלט יעצט צווישן די 6טע און די 7טע זיידע. איינער ווייסט? מען קען זאגן ויהי נועם פאר א נייע דירה פונדערוווייטנס? איך נעם אן צו זאגן... איך האב שוין געזאגט קי"ט פערציג מאל וראיתי ישועה גדולה.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 11:25 pm

זאג עס צירוקציוועיס ביטע.
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 8:50 am

גרויזי האסט מיר געמאכט טראכטן פון אן איידיע פאר א ניגון...
אימעדזשין..
ווען אידישע קינדער זיצן ביים מצוה טאנץ....אין זעהעהענען באורד...., וכו'

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 8:57 am

טאקע א חידוש!
אמר רבי עקיבא מיט הענטעלעך איז שוין א אלטע זאך אז ס'איז דער זעלבער ניגון, אבער דער ניגון פון יודל "חתן כלה אידן אלע.." האב איך נישט געכאפט ביז היינט און ס'איז טאקע אויך ממש דער זעלבער שניט.

איינמאל מ'קומט אן צו די ניינטע זיידע זאג מיר ווער ס'האט געווינען..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 12:53 pm

געוואלדיג. טאקע א חידוש נפלא.

אבער פארוואס האלטסטו נישט ווארט?

כ'האב געמיינט אז גייסט 'רעפארטן לייוו'?

נו, ברענג אראפ א 'לעבעדיג שטיקל'. לאמיר זיך אביסל מיטפרייען מיט די שמחה און אפשר אויך באורד ווערן..

איין זאך בין איך געוואויר געווארן אז גייסט זיך אריבערציען אין א נייעם דירה.. מזל טוב און זאל עס אנקומען גרינגערהייט..

זאג נאר, וואס איז געבליבן מיטן ויהי נועם? איך קען אידן וואס מאכן עס טעכנאלאגיש שנעל. :roll:

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 3:18 pm

גרויזאמער, כ'וויל דיר בעטן זאלסט גיין צו חתונות אביסל אפטער, ווייל אזא גוטס מאכצעך נישט יעדן טאג, כאטש אז דו שרייבסט בדרך כלל אלעמאל גוט, אבער דאס איז דאך עפעס אויסנאם.......

עס האט מיר געקאסט נישט איינס, נאר אפאר גוטע געלכעכטערס (מילא איך וויל שוין נישט רעדן פון דעם וואס אלע מיטפארערס מיט מיר האבן געוואלט וויסן וואס אזאנס איך האב דא געזען אדער געהערט אז איך קאולער מיך אזוי)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט