חנוכה מיט די שטעטל ברודער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

חנוכה מיט די שטעטל ברודער

תגובהדורך פלאפי יוד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 7:51 am

אט יעצט האב איך מיך אונטערגעהערט פון "אונטער די טיר" אז די נייע הערליכע CD "חנוכה מיט די שטעטל ברודער" האלט שוין אין די לעצטע פאזעס און אט אט קומט עס שוין ארויס!!!

די ארויסגעבער זענען די זעלבע וואס האבן געמאכט די פארגאנגענע חוה"מ די פלעי "אונטערן שטעטל" און אנדערע פלעיס ווי "אונטערן באנק" און "אונטערן פענסטער"

די CD באשטייט פון עטליכע גאר גוטע ניגונים אויפן גראם מיט גאר גאר אונטערסאנטע פארציילונגען בנוגע חנוכה. הערליכע מיוזיק און קווייער.

די רעדנער אויפן CD שענען די שפילערס פון די פלעי, צווישן זיי, אבא ווינקלער, קאפי עלנבויגן, ארי גליק, יוסף שמואל פרענקל, יואל הערש פוקס, חיים פרענקל, ארי אבראמאוויטש, חיים מאיר ווערטהיימער, חיים אביגדור דייטש, און מרדכי הערש הערשקאוויטש!!!!!!

דער CD איז העכסט געלונגען מיוזיקאליש און זייער הומאריסטיש!!!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 10:48 am

פלאפי, וועלקאם בעק.

דו ווייסט, אלעמאל קומסטו אן צו די רעסקיו... ס'נישט די ערשטע מאל.

איך האב געהערט האלבע ווערטער דערוועגן, כאגעוואלט עפענען א אשכול, אבער כאפארגעסן.

טענקס בראו, לאדעך הערן מער אפטער.

אז ס'איז שוין יא אזוי, לאמעך פארציילן וואס איך האב געהערט.

ישראלי ווערצבערגער -ניגון דיסטריביוטער'ס זאגט מיר פאריגע וואך, וויכי, איך האב א שיינע פאר זאכן וואס קומען ארויס, צוויישן די אויסגערעכענטע איז געווען עפעס אונטערן.. וואטעווער... כ'געדענק נישט..

ער זאגט מיר האסט געהערט פון די פלעי'ס אונטערן שטעטל, אונטערן באנק? די מעכטיגע קינדער פלעיס, יאפ, זאגעך, זאגטער אז די חברה קומען ארויס מיט א חנוכה טעיפ, ס'איז סאאאך בעסער ווי אויף די פלעי לייוו.. (גיי ווייס וואס ס'קען נאך זיין בעסער, די קינדער גייען ניסלעך פאר זיי.)

קיצר, פלאפי, איך עגרי מיט דיר אז ס'קומט א גוט'ס, אז דו ווייסט מער אינסייד'ס, לאז אונז וויסן..

דאנקע שעין.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 9:42 pm

וויכי נאר צובאקומען א שלום עליכם פון דיר האט זיך שוין געלויענט צו עפענען אן אשכול

איז אזוי...

די חברה אנפירערס פון די CD זענען גאר גאר געוואלדיגע און געלונענע. זיי האבן שוין געמאכט עטליכענע פלעיס "אונטערן באנק" "אונטערן פענסטער" אונטערן שטעטל" "א מינוט צו שפעיט" "א בריוועלע"

לכתחילה זענען זיי טאקע געוועהן קינדער שפילס אבער למעשה זענען געוועהן אסאך "עדאלטס" דארט. זייער לעצטע פלעי "אונטערן שטעטל" איז געוועהן "סאלד אט" 4 פלעיס געפאקט מיט "עדאלטס" די לעצטע פלעי האבן זיי אפי' פארקויפט 100 שטייעדיגע זיצן!

די אנפירער איז ר' אליעזר נייהויז ני"ו גאר א געלונגענער יונגערמאן און בעה"ב פון די "וויקלי לינק"

שרייבערס פאר דעם CD זענען געוועהן ארי גליק, חיים פרענקל, יואל הערש פוקס, ועוד לצים...

מיוזיק איז אפנארמאל שיין אראנדזשירט דורך הערשי פאוועל און רעקארדערט ביי "יפה פראדאקשען'ס"

ס'הייסט די CD וועט זיין צו באקומען דעם מיטוואך אין געשעפטן

די CD וועט זיין באגלייט מיט א הערליכע ביכל מיט הערליכע אילאסטרירטע געמאלענע פיקטשערס דורך א פראפעסיאנאלער מעלער

שמעי ענגעל און קאפי עלנבויגן זינגען (צווישן אנדערע) אויף דעם CD
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » זונטאג נובעמבער 29, 2009 11:20 am

OK דעטס איט!!!

נאכן הערן דעם CD מוז איך זאגען אז כ'האב נאך קיינמאל, ענד איי ריפיעט, קיינמאל נישט געהערט אזא שיינע קינדער CD

ס'איז נישט נאר א קינדער CD ס'איז אויך זייער אינטערסאנט פאר עדאלטס!

איך (אן ערוואקסענער עדאלט) האב געקויפט דעם CD און אויפן וועג אהיים אנגעצינדן צו הערן אביסל, גלייבוס מיר ווען איך זאג ענק אז איך בין געבליבן זיצן אין די קאר פאר איבער א שעה!!! כ'האב מיך נישט געקענט אפרייסן פון עס...איך האב אליינס נישט געקענט גלייבן ווי אינטערסאנט א קינדער CD קען זיין!!!

קודם כל איז עס 2 CD'S פאר די זעלבע פרייז ווי עני אנדערע CD!! און סק'ומט מיט א הערליכע ביכל!!!

איך זאג אייך ס'איז ווערט יעדן דאלער פלאססס...
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 29, 2009 11:26 am

נאכנישט געהערט, אבער איך האב עס שוין, ס'איז צוויי סידי'ס מיט א בוק, איך בין קיינמאל נישט געווען ביי די פלעי פון די חברה, (אונטערן באנק/שטעטל..) אבער די חברה וואס זענען יא געווען זאגן אז זיי זענען ווערד אלע געלטער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 11:53 am

די טעיפ איז זייער שיין און פראפעסיאנעל, און זייער גוט אהערגעשטעלט פאר קינדער.

אבער, דאס חוזק מאכן און טרייבן שפאס פון די מושב זקנים (צווייטע CD) איז מיר געקומען צו וויינען.
דאס שפילט מען אויף פאר קינדער, אז די אלטע אידן זענען ליידער ליידער נישט קלאר ביים דעת און מ'לאכט דערפון.

אין מיינע אויגן איז עס א געוואלדיגע עולה. חוץ אויב איך פארשטיי נישט עפעס.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 3:14 pm

נאטרוליסט
דאס זעלבע האב איך געהאט אין געדאנק.
כ'האב ביי מיר אפגעמאכט, נישט אהיימברענגען דאס צווייטע סידי בכלל.

אבער נישטא וואס צו רעדן. אזאנס איז נאכנישט געווען קיינמאל [ווי ווייט איך ווייס], אראפלייגן ממש ווי א פראפעסיאנלער שפיל, אז מ'זאל עס הערן אויף אודיאו פונקטליך [אנדערש ווי אן אפגעכאפטער שפיל, וואס א גרויס חלק פארשטייט מען נישט ביים הערן, ווייל ס'האט צו טוען מיט וואס קומט פאר ביים שפיל].

איין זאך וואס ס'באדערט מיך יא אויפן ערשטן סידי. וואס פעלט אויס אריינצוגיין אין קירכע און הערן קאטאנגא, קאשמאנגא.. ווער ברויך עס..
און אויך די גרעפיקס.. שוין כ'זאג נישט גארנישט.. [אולי האט מען דאס ספעציעל אזוי געפאטשקעט, דאס מאכט עס אויסזעהן מער ווי א פלעי..].

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 7:40 pm

אינטעליגענט האט געשריבן:

איין זאך וואס ס'באדערט מיך יא אויפן ערשטן סידי. וואס פעלט אויס אריינצוגיין אין קירכע און הערן קאטאנגא, קאשמאנגא.. ווער ברויך עס..


חחחח גראדע איז מיר עס מורא'דיג געפאלן....

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 11:47 pm

דא בינעך, אבער ליינט מיט יישוב הדעת, עס איז קאמפלימענטן מיט קריטיק צוזאמגעמישט...


כ'שעמעך! אז כ'האב געקויפט די סידי.
די מוזיק איז נישט עפעס משוגע צו ווערן. דער זינגער פונעם ערשטען ניגון... שוין לאמיר נישט רעדן...


דאס ביכל: קוקט נישט אויס ווי דער גראפיקער האט אמאל באזוכט דעם גראפיק ווינקל אין אייוועלט... ודי בזה.
דער מאלער פון די בילדער איז ממש א ילד הפלא, איך אין חיידער האט נישט געקענט א פערטל אזוי שיין ווי ער קען...

בעביש אז כ'האב מיך געציפט צו קוקען ווי אלט כ'בין! האזזז
אוי חנוכה איז שוין דאהי, האזזז
צו חנוכה יעדער גרייט זיך צו, האזזזז, וואסארע מין גערעדאכץ איז דאס האזזזזזזזזזז??????????


נאך עפעס קען איך ענק זאגן, איך גיי קיינמאל אין מיין לעבן שוין נישט ווערן א קריסט... פוי דאווענען זיי עקלדיג!!!
קאסאבא!
קאסאבאטא!
קאטאנגא!
קאשאססס!
נאך אמאל קאשאססס!
אויב ווילט איר ווערן א קריסט נעמט אין באטראכט אז אזוי וועט איר דארפן דאווענען, דאס איז וואס גלח וואסא זאגט פאר, און אויפדעם שרייען אלע צוזאמען "די אידן".....


אקעי די מעשה איז זייער שיין און פראפעשענאל דערציילט
די בעק סאנדס איז מעיזשאר געוואלדיג!


יואל הערש פוקס, זינגט פיין, ער האט זייער א ענדליכע שטומע צו זיין ברודער ישעי' דער גראמער.


די יונים ניגון איז זייער הארציג און זייער א שיינער כאר.


שעפטיל קאנארא כ'מיין שניידער.. (איינער דענקט נאך ווען ארי האט דאס געשפילט ביי די ש"ב פון סאטמאר מהר"א אין בארא פארק חשון תשס"ח? וואוו אידאס גוט געווען!!!) וואס אידאס? ליצנות מאכן פאר קליינע קינדער פון די יונים ניגון???


די תורה ניגון איז ביוטיפעל!!!! ווער האטעס קאמפאזט??, דער ארי זינגט דאכעס אזזזזוי הארציג!!!!
"אוי יעדעס קינד האט דאך גרויסע כוחות, פאר איהם צוגעשטעלט, מלא כשרונות, ממש א וועלט", דער אינגעל סאלא איז אויכעט גוטע נייעס.



דא ענדיגט זיך זייט איינס, זייט מוחל דרייט איבער די טעיפ אויף די אנדערע זייט... קרעדיט: ר' לייבל וויינשטאק
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 10:35 am

די צווייטע CD

דאס באזוך אין מושב זקנים איז פאני, אבער ווי אנדערע האבן שוין ערווענט אידאס נישט שיין חוזק צו מאכן אז די קינדער זאלן דאס הערן...
(אויך וויכי'ס זשאק מיט דעם אלטן איד אין ליע עוו. פאטא קומט אפשר אויך אריין דארט...)


ר' חיים (פרענקל) דער אלטער ת"ח, איז זייער זיס געמאכט, ער פארציילט די מעשה מיט אן עכטען טעם זקנים, ביז ער איז איינגעשלאפן... (כ'מיין וואשינגטאן...)


אקעי שמעי ענגל איז ממש געשטיקט צו טרערן ווען ער דערציילט וויאזוי די ימח שמוניקס פארשוועכן ס'בית המקדש...
פרענקל/וואשינגטאן איז גוט... אבער איין זאך, כ'האב געמיינט אמאל אז וואשינגטאן האט שענער געקענט זינגען...


כ'האב גארנישט געוויסט אז קאפי עלנבויגן איז א מיקאלאדער אפשטאמיגער....


די מיקאלאדע מעשה איז גאנץ זיס, און וויזוי ענדיגט נאר וועלוול גאלדשטיין זיין פשעטיל "און פארדעם עסט מען לאטקעס חנוכה" כ'מיין הערינג אין מיקאלאדע....


קוטשי און באלאנד ס'קומט זיך ענק א גרינע מיט אן אגודל אויף ארויף.


דא ענדיג איך... אבער על טעם וריח אין ל... קויפט עס אליין אין זאגט וואס איר האט צו זאגן.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 3:18 pm

ארעסטאנט, געפעלסט מיר... ביסט דעפענעטלי גוט
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 8:17 pm

איינער האט דא פריער געזאגט א שלעכט ווארט אויף די שטעטל ברודער אלבוים??? נעה! קען נישט זיין!, איז ער משוגע צו וואס???

און אויב יא האבעך איין לימוד זכות אויף אים, ער האט נאך זיכער נישט געהערט די תורה ניגון מיט ארי גליק אין די קינדערלעך!!! יואש אידאס גוט!!!! איך האב דאס שוין איבערגעהערט מער ווי 10 מאל (כ'שעמעך צו זאגן די עכטע נומבער וויפיל מאל כ'האבעס שוין איבערגעהערט..) די טאן איז אויפן שטייגער פון די קאנטרי יוסי לידלעך, עס איז סופער!!!!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 4:32 pm

ארסעטאנט, און צום וויפעלטן מאל, ביסט גוווווווט!!!!

וועגן דעם אלבוים.

די וואס זאגן אז ס'איז נישט פראפעשענאל, צו איינער זינגט נישט גוט, פארשטייט נישט צו דעם אלבוים, דאס איז א פלעי... א הערשער זינגט ווי א הערשער, און א זיידע ווי א זיידע....

איך קען נישט אלע חברה, אבער איך קען מרדכי הערש הערשקאוויטש, טיפיקל מרדכי הערש... און יואל הערש פוקס... א עכטע הערשער... ס'שטייט עם בעסער פון גוט!!! אהה, אבא ווינקלער... באלאנד וואס דו ביסט... חאחאחאחאחא

דאס וואס א טייל עולם האט א פראבלעם מיט די מושב זקנים, זאל ביטע איבערהערן, זיי ברענגען ארויס א שיינע פוינט... אז ווען מ'לערענט אין די יונגע יארן, האט מען א זיסע עלטער...

אווער אלל, די טעיפ איז געמאכט פאר עלטערע קינדער, אבער ווי זאגט נאר דער אלטער יוד? "דו זעהסט נישט? געאייגענט פאר יונג און אלט"....

אין קורצן, ס'איז א פראפעשענאל ריקארדעד פלעי... זיס ווי ציקער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 9:02 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ארסעטאנט, און צום וויפעלטן מאל, ביסט גוווווווט!!!!..


יאפ יאפ יאפ ער איז טאקע גוט!!!!



וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך קען נישט אלע חברה, אבער איך קען מרדכי הערש הערשקאוויטש, טיפיקל מרדכי הערש... און יואל הערש פוקס... א עכטע הערשער... ס'שטייט עם בעסער פון גוט!!! אהה, אבא ווינקלער... באלאנד וואס דו ביסט... חאחאחאחאחא...


געוואלדיג געוואלדיג!!! אלע שפילן אויס זייער חלק זייער פראפעסיאנעל!!!

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דאס וואס א טייל עולם האט א פראבלעם מיט די מושב זקנים, זאל ביטע איבערהערן, זיי ברענגען ארויס א שיינע פוינט... אז ווען מ'לערענט אין די יונגע יארן, האט מען א זיסע עלטער...


זייער גטא ארויסגעברענגט וויכי (ווי שטענדיג...)
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:39 pm

כ'האב מיר איינגעהאנדעלט דעם קאסעטע, די קינדער (די עלטערע) האבן געשלינגען מיט דארשט יעדן ווארט, דער תוכן איז געוואלדיגט, נישט סתם איבערדערציילט נאכאמאל די מעשה פון חנוכה וואס די קינדער קענען שוין פון די דריי יאר, נאר אראפגעלייגט מיט טעם און געשמאק.

מען דערקענט אז זיי האבן אריינגעלייגט כח און מחשבה אז דער טעיפ זאל האבן תוכן, פארדעם איז טאקע א שאד אז זיי פארפאטשקען עס מיט'ן מושב ליצים-זקנים, מיט אלע הסברים איז נאך אלץ נישט אויסגעהאלטן צו לאזן קינדער הערן די ליצנות פון די עלטערע אידן, איך האב טאקע ביים צווייטן מאל הערן געכאפט אז עס דארף ארויסצוברענגען די חשיבות פונעם עלטערן תלמוד חכם, אבער ס'קוקט מיר נישט אויס ווי די קינדער כאפען עס.

80 פראצענט פונעם טעיפ איז אויסערגעווענליך גוט, טאקע דערפאר איז א שאד אויף די פאר נארישקייט וואס פארפאטשקען עס.

דרך אגב, ווייסט איינער דעם מקור פון דעם ערשטען און לעצטן ניגון, ס'זינגט זיך מיר אינטער אגאנצן טאג, פון וואו קומט עס?
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום מיטוואך דעצמבער 16, 2009 10:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 9:51 pm

יאפ, דער טעיפ איז געוואלדיג. מיינע קינדער קענען זיך נישט אפרייסן דערפון.

אבער בעפאר איך האב עס אהיים געברענגט, האב איך געשניטן שטיקער פונעם טעיפ, אזוי, אז די קינדער זאלן הערן נאר לויטערע זאכן.

כ'האב ארויסגענומען "קאטאנגא קאסאבא וכו.." און די גאנצע מושב זקנים שפיל, און די ערשטע [און לעצטע] ניגון, מחמת דעם ווילדן "האזז" געשריי, וואס האט נישט קיין הענט אדער פיס [אפשר פאנגוס יא..] און אויך די וואשינגטאן מעשה'לע האב איך מיטגעשניטן, איך פארלייד נישט דער דזשאוק פון וואשינגטאן איז איינגעשלאפן..
אבער חוץ מזה, איז עס א מייסטע ארבעט. בעיקר קיטשי מיט באלאנד, און דער ארי גליק איז דאך געוואלדיג..


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנפין נהירין, לעגאו מענטשעלע, מה ידידות, שירה פען און 10 געסט