בלאט 2 פון 4
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2009 1:16 pm
דורך קינדער שפיל
גרויזאמער האט געשריבן:
קינדער שפיל מאכט די טעיפ דאס מערסטע פאני און אינטערסאנט, אז עס זאל ציען פאר קינדער, און זיי זאלן עס בעטן פון זייער טאטע, בקיצור קינדער שפיל מיינט נישט די חינוך פון קינדער, קינדער שפיל מיינט געלט!
צום ערשט יישר כח פאר'ן קויפן דעם טעיפ, היות קינדער שפיל מיינט געלט האמיר כאטש עפעס פארדינט אויף דיר... און באמת ביזטו גערעכט מיט דעם, מיר וועלן טאקע מודה זיין. ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, מיר מיינען געלט, אזוי ווי דיין גראסערי מאן וואס פארקויפט דיר דיינע עסנווארג און דיין קלאדינג סטאר וועמענסט מלבושים דו גייסט אנגעטון, אלע זענען דא צו מאכן פרנסה.
קינדער שפיל עקזעסטירט צו פארדינען דורך אינטערהאלטן די קינדער מיט געימס, ביכער און טעיפ'ס, מיר טוען אלע השתדלות אז דער תוכן פון די זאכן זאל זיין אויסגעהאלטן און מיר האבן ב"ה מצליח געווען ביז היינט אז עס איז "כמעט" נישטא קיין קריטיק אויף דעם תוכן פון אונזערע מאטריאלען.
יעצט צו דיין קריטיק:
טויזענטער קינדער האבן שוין געהערט דעם טעיפ, און מיר האבן נאכנישט געהאט אזא פאזעטיווע פידבעק אויף א אייטעם! דער טעיפ באשטייט פון טאג טעגליכע עפיזאדן וואס דו קינדער לעבן מיט יעדן טאג און זיי כאפן זיך אליינס נישט ווי נישט גוט מען קוקט אויס ווען מען לאזט זיך פון ייצר הרע, מיר האבן גארנישט מחדש געווען פאר די קינדער קיין מעשה היצר, די קינדער קענען עס גאר גוט, (חוץ אויב גרויזי דשוניאר האט גאר א הויעכע נשמה...) פארקערט, צענדליגער אידן האבן אונז איבערגעגעבן אז די קינדער האבן אליינס אנגעהויבן צו זאגן דאס פאסט פאר א עקשנאוויטש... איך וועל ענדערש זיין א וואטרענאוויטש. די קינדער האבן געכאפט דעם קאנצעפט, מיר האבן געגעבן דעם טעיפ צו הערן פאר "צענדליגער" קינדער פאר עס איז ארויסגעקומען, און "אלע" האבן פארשטאנען ווי דער טעיפ ברענגט ארויס "נישט" צו פאלגן דעם יצה"ר...
צו דיין טענה אויב איינער וועט נאר הערן די פאר סעקונדעס וואס מען הערט דעם יצה"ר און ער וועט נישט הערן ווייטער ווי מען מאכט אים אוועק, לויט אונזער אינפארמאציע, א קינד וואס זעצט זיך צו צום טעיפ הערט עס אויס פון אנהייב ביזן סוף, און נישט נאר איינמאל...
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2009 1:28 pm
דורך 1x1
אגב, מ'קען הערן א אינטערוויו מיט ר' יוסף שווארץ פון קינדער שפיל אויף קול מבשר נומער 85.
(ס'איז נישט קיין נייע אינטערוויו, ס'איז פון בערך א יאר צוריק - חנוכה ס"ט, נאר פשוט כ'מאך יעצט א ליסט פון אלע אינטערוויא'ס אויף ק"מ, שרייב איך דאס דא...)
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2009 1:37 pm
דורך גימעל
קינדער שפיל האט געשריבן:לויט אונזער אינפארמאציע, א קינד וואס זעצט זיך צו צום טעיפ הערט עס אויס פון אנהייב ביזן סוף, און נישט נאר איינמאל...
100%
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2009 1:59 pm
דורך מבין נומ 1
שפיל,
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2009 7:28 pm
דורך גרויזאמער
איך וויל זיך באדאנקן פאר קינדער שפיל פארן אלעס אזוי שיין פארענטפערן, מיך האט נאר אינטערסירט דעם פרט וויאזוי זיי טשעקן זייערע טעיפס פון א חינוך שטאנדפונקט, דאס איז א געוואלדיגע רעיון דאס צו געבן צו הערן פאר קינדער איידער מען געט עס ארויס און הערן זייער רעאקציע. למעשה האט מיין קינד טאקע שוין אנגעהויבן דעם שפראך פון צוברעכן דעם יצר הרע, ער "לויפט" פאלגן און ער נעמט אראפ א פוס... עס איז געווארן א גאנצע פאן פון צוהרגענען דעם יצר הרע, און ווען מען פאלגט נישט בין איך אים מסביר אז אויוויי! דער יצר הרע באקומט צוריק זיין פוס.
איך האב עס גראדע נאכאמאל געהערט און איך מוז גראטולירן קינדער שפיל פאר די הערליכע ארבעט, פון אן "עדאלט" שטאנדפונקט, האב איך מיר געריסן פאר געלעכטער פון דעם גאליציאנער זיידע ביים סדר, דאס איז ווערד אלע געלטער! (ווער איז עס באמת?), אבער בכלל האט עס אזויפיל אינטערסאנטע דיטעילס וואס מען זעט וויפיל חכמה עס ליגט דערין.
און אגב, וויל איך זיך אנטשולדיגן אויב מיינע אויבערשטע ווערטער האבן מער אויסגעזען ווי קריטיק, מער ווי א תמימותדיגער שאלה, איך האב באמת גארנישט געמיינט.
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 11:44 am
דורך קינדער שפיל
יישר כח
מיר האבן הנאה צו הערן אז גרויזי דשוניאר האט זיך צוגעשטעלט צום קריג מיטן יצה"ר...
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 12:30 pm
דורך פריילאך
מיין פיר יעריגער קומט צו מיר יעדע נאכט מיט פחד, פארלייפיג צווישען 3-4, טאטי איך האב מורא, אויף מיין פראגע פון וועם ? ??
ע: פון די יצר הרע...
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 2:57 pm
דורך גרויזאמער
פריילאך, די קעיס איז זייער אן ערנסטע, קענסט פראוויידן מער אינפארמאציע? פון דיינע ווערטער "יעדע נאכט" איז משמע אז מען רעדט פון די גאנצע 2 וואכן זינט די טעיפ איז ארויסגעקומען, און 2 וואכן איז 14 טעג, סהייסט אז 14 טעג אין א ציה, יעדע נאכט פונקטליך צווישן 3 און 4 אזייגער וועקט ער זיך אויף, ער לויפט צו טאטי פריילאכ'ס בעט, ער זאגט "טאטי איך האב מורא", דער טאטע פרעגט אים יעדע נאכט "פון וועם", ער ענטפערט יעדע נאכט "פון די יצר הרע", און ער פליט צוריק אריין אין בעט.
די שאלה איז אויב מישסטו נישט אריין קיין מעדיצינישע באהאנדלונג וואס עס גייט פאסירן, צו עס גייט אנהאלטן אזוי א אגאנץ לעבן (אפילו נאך די חתונה), אדער ערגער ווערן, אדער גאר בעסער ווערן. ווער ווייסט?
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 3:10 pm
דורך DONE
לץ
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 3:12 pm
דורך צייטליך
גרויזאמער, קוקט אויס ווי די ביסט אין די גוסטע היינט.
שאלה: איז דער טעיפ גוט פאר א מיידל אין די יארגאנג פון 4 יאר? עז ווי ספיק הערט זיך אויס די מעשה פון עליפארני וויאזוי ר' ד.ח. ווייס לייגט עס אראפ. ס'איז זייער ציענד, אבער מ'קען דאס נישט הערן מער ווי עטליכע מאל. איך זיך צו קויפן א שיינער אינטערסאנטער קינדער/מוזיק טעיפ (וואס זאל אויך זיין גוט פאר מיר..), וויל איך וויסן אויב דער מידעסאוויטש וועט זיין אינטערסאנט פאר מיין 4 יעריג טאכטערעל.
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 3:40 pm
דורך מבין נומ 1
זיכער אז יא, איך האב עס פאריגע וואך אויסגעהערט, איך מוז זאגן איך האב שוין לאנג נישט געהערט אזא געלונגענע טעיפ וואס זאל זיין גוט פאר 'גרויס און קליין'
א שטייגער ווי "מגילת אסתר מיט געזאנג" וואס גייט שוין יארן און גרויס און קליין באלעקן זיך דערמיט, (הגם מידעסאוויטש איז מער קריעטיוו... -חוץ מיט די ניגונים, וואס זענען דא אלטע ניגונים-)
אגב, כ'געהערט פון א קראנטע מקור אז די ערשטע זיבן טויזנט קאפיס האלטן זיך שוין ביים אויסלאזן, און קינדערשפיל דרוקט שוין נאך
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 3:50 pm
דורך my_music
ב.ד.וו. איך האב געזען אויף פ.ב. אויף מושי קרויס'ס אקאונט א קליפ פון וועלוול ביים רעקארדן דעם יצר הרע, וואלט געווען א מעגליכקייט דאס אריבערצוברענגען אהער? ווער ווייסט וויאזוי?
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2009 10:26 am
דורך מאשקע
בקיצור, נעכטן האט מען ביי משפחת מאשקעוויטש געהערט דעם סידי איינמאל, און נאכאמאל, און איך בין ממש ארויס פון התפעלוסאוויטש, הערנדיג וואספארא כוחוסאוויטש די אראנדזשירער פונעם אלבומאוויטש האבן אריינגעלייגט אינעם יצר הרע-וויטש.
אקעי-איטש, לאמיך ענק זאגן. די געדאנק איז א געוואלדיגע, דער יצר הרע ווערט געניט אראפגעשפילט דורך וועלוולאוויטש גאלדשטיינאוויטש (כאמיך נישט געקענט איינהאלטן...), און די ליצנותא דע"ז איז אויפ'ן העכסטן פארנעם. כ'האלט אז דער יצר הרע שעלט און שימפט יעצט... די פוינט איז, די קינדער באקומען א בליק אויפ'ן יצר הרע ווי א שלעכטער רשע וואס זוכט נאר שלעכטס צו טון פאר א מענטש און נאכדעם גיין משטין זיין אויף אים, און ער זעהט דעם יצר מיט אזעלכע שרעקעדיגע פארבן אז ער האט מורא צו שטיין אין פארבינדונג מיט אים.
לדעתי האט "קינדער שפיל" דא געמאכט א געוואלדיגן דשאב, און כ'קוק שוין ארויס אויפ'ן קומענדיגן אלבום אינעם סעריע פון משפחת מידעסאוויטש שיחיו.
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 1:53 pm
דורך מאשקע
my_music האט געשריבן:ב.ד.וו. איך האב געזען אויף פ.ב. אויף מושי קרויס'ס אקאונט א קליפ פון וועלוול ביים רעקארדן דעם יצר הרע, וואלט געווען א מעגליכקייט דאס אריבערצוברענגען אהער? ווער ווייסט וויאזוי?
עניוועי, ווי איר ווייסט דאך אוודאי, האבן מיר א וויכי, וואס ער מיט זיין יוקאן קומען אן איבעראל.
אבער אין אונזער פאל האט די גאנצע מעשה גארנישט געהאט מיט קיין וויכי און מיט קיין יוקאן... סארי.
כ'האב מיך אליינס פארבינדן מיט דעם משה קרויס, כ'האב אים געפרעגט צי ער איז גרייט מהנה צו זיין אפאר הונדערט אידן מיט א שמייכל. ער האט זיך אביסל נאכגעפרעגט אויף די אידישע וועלט בכלל און אויף די היכל הנגינה בפרט, און בטוב לב האט ער מיר געשאנקען א סידי מיט צוויי קליפס פון וועלוול (יצה"ר) גאלדשטיין.
כ'האב אביסל געדארפט ארבעטן צו קאנווערטן און אפלאודען די פיילס, אבער למעשה איז עס ב"ה געלונגען.
הכלל, דא איז די
ערשטע קליפ און דא איז די
צווייטע קליפ.
הערט, זעהט, לאכט און האט הנאה.
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 2:09 pm
דורך מאשקע
יעצט שיקט מיר משה קרויס א מעלדונג, אז מעגליך בקרוב וועט ער זיך עפענען א ניק ביי אונז!
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 2:45 pm
דורך 1x1
ייש"כ פאר'ן ברענגען דעם קליפ, ס'איז מעכטיג.
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 2:56 pm
דורך bailout
חחחחחחחחחחחחח מאשקע מעכטיג...
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:07 pm
דורך צייטליך
מעככככטיג!!
מאשקע, טענקס פארן אהערברענגען דעם קליפ. און זאג פאר משי'ן אז ער איז מאר דען וועלקאם דא.
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:34 pm
דורך קרעמער
יישר כח פאר די קליפס און פארן אריבערברענגן דעם טאלאנטפולן אינגערמאן.
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 6:28 am
דורך הערשי קניהויז
זייער אינטערעסאנט, שכוח.
(ווער איז דער אנדערער וועם מהערט דארט חוץ מושי קרויס?)
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 8:53 am
דורך פריילאך
ווי אזוי פלעגט מען זאגן אין ישיבה "אייזען"!!
היפש שווער צו זיין א יצר הרע
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 9:45 am
דורך מאשקע
הערשי קניהויז האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, שכוח.
(ווער איז דער אנדערער וועם מהערט דארט חוץ מושי קרויס?)
דאס איז יאסל שווארץ, דער בעה"ב פון קינדער שפיל.
געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 1:50 pm
דורך שמערי בערי
יוי לאך איך... קענסט מיר זאגן וואס ער וויל פון פיוויש'ן דארט?...
געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 9:12 am
דורך נאטרוליסט
א דאנק קינדער שפיל.
א נאבעלער טעיפ. מיינע חברה זענען צוגענאגעלט דערצו, מקטן החל ובגדול כלה.
מיך וואונדערט וויאזוי האט מען געמאכט דעם קליינעם שלומי רעדן אזוי "קיוט" און גוט.
איז עס דורך א קאמפעיוטער אדער עכט?
געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 9:28 am
דורך mk-studio
קודם כל א גוטן נייס טא בי הער
שלומי איז א 2 א האלב יעריג אינגל מיט א זיסן צינגל, ער רעדט עכט נישט מיט קיין קאמפיוטער, אבער מען האט זיך זייער געמוטשעט לאנגע שעות ביז מען האט ארויסגענומען וואס מען דארף, קודם ביז מען קען ארויסדערזעהן פון א צוויי יעריג אינגל די ריכטיגע ווערטער, און נאכדעם דארף מען זיכער מאכן אז עס איז געזאגט געווארן מיט די ריכטיגע ניגון (קשיא תירוץ עטק), און נאכדעם נישט אייביג האט א קליין קינד געדולד.
עס איז זייער אינטערעסאנט אויסצוהערן די אריגינעלע טרעק וויאזוי מען מוטשעט זיך מיט איהם, און ער זאגט עס איבער איינמאל און נאכאמאל, און דאן ווען ער וויל שוין נישט זאגט מען איהם צו א גוטע זאך