א גאסט אויף חנוכה, משפחת מידאסאוויטש...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קינדער שפיל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2009 9:18 pm

תגובהדורך קינדער שפיל » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 1:16 pm

גרויזאמער האט געשריבן:
קינדער שפיל מאכט די טעיפ דאס מערסטע פאני און אינטערסאנט, אז עס זאל ציען פאר קינדער, און זיי זאלן עס בעטן פון זייער טאטע, בקיצור קינדער שפיל מיינט נישט די חינוך פון קינדער, קינדער שפיל מיינט געלט!



צום ערשט יישר כח פאר'ן קויפן דעם טעיפ, היות קינדער שפיל מיינט געלט האמיר כאטש עפעס פארדינט אויף דיר... און באמת ביזטו גערעכט מיט דעם, מיר וועלן טאקע מודה זיין. ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, מיר מיינען געלט, אזוי ווי דיין גראסערי מאן וואס פארקויפט דיר דיינע עסנווארג און דיין קלאדינג סטאר וועמענסט מלבושים דו גייסט אנגעטון, אלע זענען דא צו מאכן פרנסה.
קינדער שפיל עקזעסטירט צו פארדינען דורך אינטערהאלטן די קינדער מיט געימס, ביכער און טעיפ'ס, מיר טוען אלע השתדלות אז דער תוכן פון די זאכן זאל זיין אויסגעהאלטן און מיר האבן ב"ה מצליח געווען ביז היינט אז עס איז "כמעט" נישטא קיין קריטיק אויף דעם תוכן פון אונזערע מאטריאלען.

יעצט צו דיין קריטיק:
טויזענטער קינדער האבן שוין געהערט דעם טעיפ, און מיר האבן נאכנישט געהאט אזא פאזעטיווע פידבעק אויף א אייטעם! דער טעיפ באשטייט פון טאג טעגליכע עפיזאדן וואס דו קינדער לעבן מיט יעדן טאג און זיי כאפן זיך אליינס נישט ווי נישט גוט מען קוקט אויס ווען מען לאזט זיך פון ייצר הרע, מיר האבן גארנישט מחדש געווען פאר די קינדער קיין מעשה היצר, די קינדער קענען עס גאר גוט, (חוץ אויב גרויזי דשוניאר האט גאר א הויעכע נשמה...) פארקערט, צענדליגער אידן האבן אונז איבערגעגעבן אז די קינדער האבן אליינס אנגעהויבן צו זאגן דאס פאסט פאר א עקשנאוויטש... איך וועל ענדערש זיין א וואטרענאוויטש. די קינדער האבן געכאפט דעם קאנצעפט, מיר האבן געגעבן דעם טעיפ צו הערן פאר "צענדליגער" קינדער פאר עס איז ארויסגעקומען, און "אלע" האבן פארשטאנען ווי דער טעיפ ברענגט ארויס "נישט" צו פאלגן דעם יצה"ר...

צו דיין טענה אויב איינער וועט נאר הערן די פאר סעקונדעס וואס מען הערט דעם יצה"ר און ער וועט נישט הערן ווייטער ווי מען מאכט אים אוועק, לויט אונזער אינפארמאציע, א קינד וואס זעצט זיך צו צום טעיפ הערט עס אויס פון אנהייב ביזן סוף, און נישט נאר איינמאל...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 1:28 pm

אגב, מ'קען הערן א אינטערוויו מיט ר' יוסף שווארץ פון קינדער שפיל אויף קול מבשר נומער 85.

(ס'איז נישט קיין נייע אינטערוויו, ס'איז פון בערך א יאר צוריק - חנוכה ס"ט, נאר פשוט כ'מאך יעצט א ליסט פון אלע אינטערוויא'ס אויף ק"מ, שרייב איך דאס דא...)
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 1:37 pm

קינדער שפיל האט געשריבן:לויט אונזער אינפארמאציע, א קינד וואס זעצט זיך צו צום טעיפ הערט עס אויס פון אנהייב ביזן סוף, און נישט נאר איינמאל...

100% :wink:
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 1:59 pm

שפיל, ;l;p-
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 7:28 pm

איך וויל זיך באדאנקן פאר קינדער שפיל פארן אלעס אזוי שיין פארענטפערן, מיך האט נאר אינטערסירט דעם פרט וויאזוי זיי טשעקן זייערע טעיפס פון א חינוך שטאנדפונקט, דאס איז א געוואלדיגע רעיון דאס צו געבן צו הערן פאר קינדער איידער מען געט עס ארויס און הערן זייער רעאקציע. למעשה האט מיין קינד טאקע שוין אנגעהויבן דעם שפראך פון צוברעכן דעם יצר הרע, ער "לויפט" פאלגן און ער נעמט אראפ א פוס... עס איז געווארן א גאנצע פאן פון צוהרגענען דעם יצר הרע, און ווען מען פאלגט נישט בין איך אים מסביר אז אויוויי! דער יצר הרע באקומט צוריק זיין פוס.

איך האב עס גראדע נאכאמאל געהערט און איך מוז גראטולירן קינדער שפיל פאר די הערליכע ארבעט, פון אן "עדאלט" שטאנדפונקט, האב איך מיר געריסן פאר געלעכטער פון דעם גאליציאנער זיידע ביים סדר, דאס איז ווערד אלע געלטער! (ווער איז עס באמת?), אבער בכלל האט עס אזויפיל אינטערסאנטע דיטעילס וואס מען זעט וויפיל חכמה עס ליגט דערין.

און אגב, וויל איך זיך אנטשולדיגן אויב מיינע אויבערשטע ווערטער האבן מער אויסגעזען ווי קריטיק, מער ווי א תמימותדיגער שאלה, איך האב באמת גארנישט געמיינט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קינדער שפיל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2009 9:18 pm

תגובהדורך קינדער שפיל » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 11:44 am

יישר כח

מיר האבן הנאה צו הערן אז גרויזי דשוניאר האט זיך צוגעשטעלט צום קריג מיטן יצה"ר...

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 12:30 pm

מיין פיר יעריגער קומט צו מיר יעדע נאכט מיט פחד, פארלייפיג צווישען 3-4, טאטי איך האב מורא, אויף מיין פראגע פון וועם ? ??

ע: פון די יצר הרע...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 2:57 pm

פריילאך, די קעיס איז זייער אן ערנסטע, קענסט פראוויידן מער אינפארמאציע? פון דיינע ווערטער "יעדע נאכט" איז משמע אז מען רעדט פון די גאנצע 2 וואכן זינט די טעיפ איז ארויסגעקומען, און 2 וואכן איז 14 טעג, סהייסט אז 14 טעג אין א ציה, יעדע נאכט פונקטליך צווישן 3 און 4 אזייגער וועקט ער זיך אויף, ער לויפט צו טאטי פריילאכ'ס בעט, ער זאגט "טאטי איך האב מורא", דער טאטע פרעגט אים יעדע נאכט "פון וועם", ער ענטפערט יעדע נאכט "פון די יצר הרע", און ער פליט צוריק אריין אין בעט.

די שאלה איז אויב מישסטו נישט אריין קיין מעדיצינישע באהאנדלונג וואס עס גייט פאסירן, צו עס גייט אנהאלטן אזוי א אגאנץ לעבן (אפילו נאך די חתונה), אדער ערגער ווערן, אדער גאר בעסער ווערן. ווער ווייסט?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 3:10 pm

לץ

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 3:12 pm

גרויזאמער, קוקט אויס ווי די ביסט אין די גוסטע היינט.

שאלה: איז דער טעיפ גוט פאר א מיידל אין די יארגאנג פון 4 יאר? עז ווי ספיק הערט זיך אויס די מעשה פון עליפארני וויאזוי ר' ד.ח. ווייס לייגט עס אראפ. ס'איז זייער ציענד, אבער מ'קען דאס נישט הערן מער ווי עטליכע מאל. איך זיך צו קויפן א שיינער אינטערסאנטער קינדער/מוזיק טעיפ (וואס זאל אויך זיין גוט פאר מיר..), וויל איך וויסן אויב דער מידעסאוויטש וועט זיין אינטערסאנט פאר מיין 4 יעריג טאכטערעל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 3:40 pm

זיכער אז יא, איך האב עס פאריגע וואך אויסגעהערט, איך מוז זאגן איך האב שוין לאנג נישט געהערט אזא געלונגענע טעיפ וואס זאל זיין גוט פאר 'גרויס און קליין'
א שטייגער ווי "מגילת אסתר מיט געזאנג" וואס גייט שוין יארן און גרויס און קליין באלעקן זיך דערמיט, (הגם מידעסאוויטש איז מער קריעטיוו... -חוץ מיט די ניגונים, וואס זענען דא אלטע ניגונים-)

אגב, כ'געהערט פון א קראנטע מקור אז די ערשטע זיבן טויזנט קאפיס האלטן זיך שוין ביים אויסלאזן, און קינדערשפיל דרוקט שוין נאך
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 3:50 pm

ב.ד.וו. איך האב געזען אויף פ.ב. אויף מושי קרויס'ס אקאונט א קליפ פון וועלוול ביים רעקארדן דעם יצר הרע, וואלט געווען א מעגליכקייט דאס אריבערצוברענגען אהער? ווער ווייסט וויאזוי?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 10:26 am

בקיצור, נעכטן האט מען ביי משפחת מאשקעוויטש געהערט דעם סידי איינמאל, און נאכאמאל, און איך בין ממש ארויס פון התפעלוסאוויטש, הערנדיג וואספארא כוחוסאוויטש די אראנדזשירער פונעם אלבומאוויטש האבן אריינגעלייגט אינעם יצר הרע-וויטש.

אקעי-איטש, לאמיך ענק זאגן. די געדאנק איז א געוואלדיגע, דער יצר הרע ווערט געניט אראפגעשפילט דורך וועלוולאוויטש גאלדשטיינאוויטש (כאמיך נישט געקענט איינהאלטן...), און די ליצנותא דע"ז איז אויפ'ן העכסטן פארנעם. כ'האלט אז דער יצר הרע שעלט און שימפט יעצט... די פוינט איז, די קינדער באקומען א בליק אויפ'ן יצר הרע ווי א שלעכטער רשע וואס זוכט נאר שלעכטס צו טון פאר א מענטש און נאכדעם גיין משטין זיין אויף אים, און ער זעהט דעם יצר מיט אזעלכע שרעקעדיגע פארבן אז ער האט מורא צו שטיין אין פארבינדונג מיט אים.

לדעתי האט "קינדער שפיל" דא געמאכט א געוואלדיגן דשאב, און כ'קוק שוין ארויס אויפ'ן קומענדיגן אלבום אינעם סעריע פון משפחת מידעסאוויטש שיחיו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:53 pm

my_music האט געשריבן:ב.ד.וו. איך האב געזען אויף פ.ב. אויף מושי קרויס'ס אקאונט א קליפ פון וועלוול ביים רעקארדן דעם יצר הרע, וואלט געווען א מעגליכקייט דאס אריבערצוברענגען אהער? ווער ווייסט וויאזוי?


עניוועי, ווי איר ווייסט דאך אוודאי, האבן מיר א וויכי, וואס ער מיט זיין יוקאן קומען אן איבעראל.

אבער אין אונזער פאל האט די גאנצע מעשה גארנישט געהאט מיט קיין וויכי און מיט קיין יוקאן... סארי.

כ'האב מיך אליינס פארבינדן מיט דעם משה קרויס, כ'האב אים געפרעגט צי ער איז גרייט מהנה צו זיין אפאר הונדערט אידן מיט א שמייכל. ער האט זיך אביסל נאכגעפרעגט אויף די אידישע וועלט בכלל און אויף די היכל הנגינה בפרט, און בטוב לב האט ער מיר געשאנקען א סידי מיט צוויי קליפס פון וועלוול (יצה"ר) גאלדשטיין.

כ'האב אביסל געדארפט ארבעטן צו קאנווערטן און אפלאודען די פיילס, אבער למעשה איז עס ב"ה געלונגען.

הכלל, דא איז די ערשטע קליפ און דא איז די צווייטע קליפ.

הערט, זעהט, לאכט און האט הנאה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 2:09 pm

יעצט שיקט מיר משה קרויס א מעלדונג, אז מעגליך בקרוב וועט ער זיך עפענען א ניק ביי אונז!
An article a day keeps the babies away

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 2:45 pm

ייש"כ פאר'ן ברענגען דעם קליפ, ס'איז מעכטיג.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 2:56 pm

חחחחחחחחחחחחח מאשקע מעכטיג...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:07 pm

מעככככטיג!!

מאשקע, טענקס פארן אהערברענגען דעם קליפ. און זאג פאר משי'ן אז ער איז מאר דען וועלקאם דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:34 pm

יישר כח פאר די קליפס און פארן אריבערברענגן דעם טאלאנטפולן אינגערמאן.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 6:28 am

זייער אינטערעסאנט, שכוח.

(ווער איז דער אנדערער וועם מהערט דארט חוץ מושי קרויס?)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 8:53 am

ווי אזוי פלעגט מען זאגן אין ישיבה "אייזען"!!

היפש שווער צו זיין א יצר הרע
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:45 am

הערשי קניהויז האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, שכוח.

(ווער איז דער אנדערער וועם מהערט דארט חוץ מושי קרויס?)


דאס איז יאסל שווארץ, דער בעה"ב פון קינדער שפיל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 1:50 pm

יוי לאך איך... קענסט מיר זאגן וואס ער וויל פון פיוויש'ן דארט?...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג ינואר 04, 2010 9:12 am

א דאנק קינדער שפיל.

א נאבעלער טעיפ. מיינע חברה זענען צוגענאגעלט דערצו, מקטן החל ובגדול כלה.

מיך וואונדערט וויאזוי האט מען געמאכט דעם קליינעם שלומי רעדן אזוי "קיוט" און גוט.
איז עס דורך א קאמפעיוטער אדער עכט?

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:51 am

תגובהדורך mk-studio » מאנטאג ינואר 04, 2010 9:28 am

קודם כל א גוטן נייס טא בי הער

שלומי איז א 2 א האלב יעריג אינגל מיט א זיסן צינגל, ער רעדט עכט נישט מיט קיין קאמפיוטער, אבער מען האט זיך זייער געמוטשעט לאנגע שעות ביז מען האט ארויסגענומען וואס מען דארף, קודם ביז מען קען ארויסדערזעהן פון א צוויי יעריג אינגל די ריכטיגע ווערטער, און נאכדעם דארף מען זיכער מאכן אז עס איז געזאגט געווארן מיט די ריכטיגע ניגון (קשיא תירוץ עטק), און נאכדעם נישט אייביג האט א קליין קינד געדולד.

עס איז זייער אינטערעסאנט אויסצוהערן די אריגינעלע טרעק וויאזוי מען מוטשעט זיך מיט איהם, און ער זאגט עס איבער איינמאל און נאכאמאל, און דאן ווען ער וויל שוין נישט זאגט מען איהם צו א גוטע זאך
לעצט פאראכטן דורך mk-studio אום מאנטאג ינואר 04, 2010 12:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: צפנת פענח, שטילער און 10 געסט