כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א חזן איז ער געווען, א שטימע האט ער פארמאגט, זיי – די אייניקלעך זיינע – פארציילן אויף אים אז לא די וואס פאר לעבעדיגע האט ער אראפגעלייגט אזוינס וואס האט אפגעדונערט ווייט ווייט, נאר אפילו אויף די נידריגע פון די בריאה, נישט דער מאדחבלר, נאר דער חי, פויגעלעך פון הימעל פלעגן אראפפליען נידריג נידריג אים צו קענען הערן.

איר לאכט? איך אויך, אבער אזוי איז געדריקט אויף אים, ומה נענה אנן אבתרייהו, זאלן מיר חלילה טראכטן אז אויף יוסעלע ראזענבלאט - עליו השלום אדער זכרונו לברכה – זאל מען אויף אים באקן א מעשה שלא היה ולא יהיה? נע, מסתמא איז עס אמת. אבער אויב שוין אזוי, איז דאס נישט א חרפה פאר אונז – בני אדם – אז מיר זאלן ליב האבן דאס זעלבע קול וואס פייגעלעך האבן ליב?.

היינט איז זיין יארצייט, יעדעס יאר דערמאנט עס פאר מענטשן זיין קול, זיין שטימע, זיין הארציגן מאלערי, ווי ער פלעגט עס אזוי גוט אראפלייגן.

באמת איז מיר שווער ווייטער צו ציען דאס שטריקעלע פון זיינע מעלות, ווען איך האב אים נישט געקענט, נישט צופיל געהערט און צופיל געוואוסט. איך בין בלויז דא ביים קיבארד, און דערזענדיג און מיין לוח פארצייכנט מיט פיצקעלעך אותיות אז היינט איז זיין יארצייט, האבן מיר אויסגעפלאצט אין א וואט-עווער-איט-מינס, און זיך צוגעזעצט צום ליידיגן פאפיר און עס אנגעסקריבעלט.

איך פערזענדליך – פרובירנדיג עפעס צו טאפן א דופק אויף דעם איד - וואלט אפילו צוגעלייגט אז מיאסעלע עד יאסעלע לא קם כיאסעלע. איר קענט עס אויסטייטשן אויף יאסעלע וואס האט זיך געדרייעט ביים מהר"ל, אדער ביי דעם קינד וואס האלט אינמיטן אריין אדער ארויסמאפן, אדער גאר ביי דעם וואס האט פארראכטן "שיך". ביי מיינע געפילן איז אלעס איינס.

כאפט מיך נישט ביים גענאק, היתכן איך פארשעם אים, ווייל איר וועט פון מיין הייזעריגען האלדז גארנישט האבן, איך קען נישט, איך פארשטיי נישט צו די חזנ'אראציע, קיין כי הוא זה. איין זאך ווייס איך, אז מ'דארף עס באשרייבן, ווייל וויאזוי ס'זאל נאר די באשרייבונג נישט קלעבן, איז אבער פארט זיין יארצייט פונקט אין די וואך פון די "קרעטשמע וואלן".. נו פירט אליין'ס דאס בענדל..

עפעס א שייכות פארמאגן זיי פארט, ווייל ביידע ניצן די "שטימע"..

וואס יא? זאל הרב ר' יאסעלע, ארויפגיין אויבן אין א העכערן היכל, און זיך אריינרייסן ביי די מלאכים אין הימעל, אז ער וויל זיך טרעפן מיט דוד המלך'ן, יא, עפעס קומט זיך אים פארן האלטן א גאנצן עולם יום הקדוש געשפאנט ביי נעילה, אין זיכער איז אז בימים ההם, האבן זיינע מתפללים ווייניגער געדרייוועט זייערע וועגעלעך אין דעם הייליגן טאג, צוליב דעם וואס זיי זענען שעה'ן על גבי שעה'ן געזעצן צוגעקלעבט צו זייערע בענקלעך אויסהערנדיג די אלע הארציגע פזמונות פון די הייליגע תפלות.

קלענערע נסיונות אויף ארויסצוגיין עסן אינמיטן טאג, דאס האט ר' יאסעלע זיכער יא געמאכט, זאל ער דאס ניצן אויבן ביים פמליא של מעלה.

און יעצט, וועט איר וועט האבן די זכי' צו שטיין לעבן אונזער קעניג, דער קעניג דוד, בעט איך אייך יאסעלע, איר זאלט מיט א פלענע טרוקענע שטימע, אן קיין שטילע אדער געדרייטע פעלער, אים אראפלייגן דעם מצב, ווי כלל ישראל מוטשעט זיך אזוי ארום, זאג אים איבער, פארצייל אים נאר, וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט די חתונה פאריגע וואך, וואס דער טאטע האט נישט געקענט באגלייטן דאס קינד אינטערן חופה, ווייל די מוטער פונעם חתן איז שוין בעלמא דקשוט, ליידער.

זאג אים נאר, פאר דוד המלך, וויאזוי ס'גייט אויסקוקן די חתונה א וואך ארום ווען די עלטערן זענען אפ'גע'גט, זאג אים נאר וויאזוי די כלה וויינט שוין יעצט ווען זי דארף זיך טרעפן מיט איר פאטער און אים איבערבעטן פאר די בזיונות וואס זי האט אים געמאכט, יוי, פארצייל אים אלעס, רעד צו אים, זאג אים ס'איז צייט ער זאל שוין דא קומען און אונז ארויסנעמען, זינג אים נאר דעם פסוק: אל תשב פני משיחך, וויין צו אים רעד צו אים, ווען דו ביסט דא געווען האסטו געקענט – דזשאסט פאר די פאן אוו איט – מאכן איינעם וויינען, יעצט ווען די בכיות רייסן זיך ארויס פון יעדעם'ס הארץ פון זיך אליינס, האלט זיך נישט צוריק.

אחרית דבר, פארצייל אים ווי מחותנים וואס מאכן היינט חתונה קינדער, ווי זיי פאלן צוזאם, הארץ אטאקע'ס אויף א שוידערליכן פארנעם, זיך זעהנדיג אין א ים של חובות, וויפיל א שפילער און א בדחן בעטן היינט, יאסעלע, פלעגסט איינרייסן אינטן, רייס איין אויבן אין הימעל, זאלן שוין די געשרייען פון דיר און פונעם כלל ישראל, צוזאמען ארויפגיין און אויפטון דאס זייעריגע.

תהא נשמתך צרורה בצרור החיים.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

נאך אזא ארטיקל,ווען איך קען ווען וואטען,

העטך פעטעך....בלא בלא בלא...
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

הערליך שיין (אבער טריקן) אראפגעלייגט. ס'דערקענט זיך דיין הייזעריג שטימע. לא איש דברים אנכי, אבער פטור בלא כלום (כ'מיין... פוטער בלא קריעם...) אי אפשר.
אלץ "פערזענליכע" תלמיד, יא, פערזענליך, פון יוסעלע, ווייס איך אסאך אינסייד אינפארמעישאן מער פון אנדערע. יאך האב אין באזיץ טייערע אוצרות פון נאטן און ליסטעס פון זיינע ניגונים, טאמער זאל איינער מיינען אז ער איז געווען א חזן ווי אנדערע, האט ער א גרויסן טעות. טאמער זאל זיך איינער דאכטן אז ער האט דאס געטוהן פאר כבוד; טאמער זאל איינער מיינען אז ער איז נישט געווען ערליך, האט ער א גרויסן טעות.
דער איד איז געווען פון א חסיד'ישע משפחה פון גאליציען (גאליציאנער, געדענקסט עם נאך?), א ירא שמים און זייער ערליך. דער גרעסטע חזן - אדער ווי דער וועלט רופט עם "מלך החזנים" - מיט א פולן בארד. יאך האב נישט צופיל צייט צו דערציילן פון זיין היסטאריע... אבער דאס וואס דו - יגר'ל - שרייבסט וועגן זיינע צוהערערס, כ'מיין דאס איז א שטארקע פארשעמונג פאר עם, און לכאורה אויך א שקר. אפשר מיינסטו ווען ער איז געווען חזן דא אין מאנהעטן? קען זיין, אבער ס'איז נאר געווען א קליינער מיעוט פון זיין קורץ לעבן. ס'רוב איז געווען אינדערהיים אין יוראפ וואו מ'האט נישט געדרייווט קיינע וועגעלעך בעצם יום הכיפורים.
צום געזונט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

לחיים דאנט טעיק איט סאו סיריעס.

ער איז אנגעצויגן.

מאשקע איז היפש פאראויס.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

ווען איך וואלט געווען באפולמעכטיגט, וואלט איך נישט געלאזט קיין איין זייט האלטן דרשות אין די וואך פון די וואלן... ובזה יצאתי ידי חובת מחאה...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוי יוסף'ל אוי יוסף'ל כאפ זיך אן ביים שטריק, אט דער ניגון שווימט מיר ארויף אין געדאנק נאכ'ן ענדיגן ליינען דעם אלטן ראשעקאל'ס ארטיקל איבער ... די אויגן זענען מיר נאס פול מיט טרערן, איבער... יאסעלע ראזנבלאט... ווען מ'זאל נאר טראכטן פון וועמען מ'רעדט, וואלט דאך דער לשון פארשטומט געווארן, נאך מער ווי די שטומעס אין שטום בודקע.

א חזן אמאל איז דאך געווען נישט קיין באשרייבליכע נסיון, מ'רעדט נישט נאר פונ'ם בארד, נאר די סיבה פונ'ם בארד. ווייניק ווייניק חזנים האבן זיך דערהאלטן אין אידישע פארמען, וואס דארף מען א גרעסערע ראי' ווי זבל (זבולון) קווארטין, וואס איז געבוירן אין אוקריינא צו א חסיד'ישע שטוב, און מונקאטשע רב זצוקללה"ה איז ארויס אינמיטן א קאנצערט זיינע, כדי נישט נתעורר צו ווערן לתשובה דורך איהם. און די סיבה איז ליידער פארשטענדליך, פרנסה האט דאס געברענגט, ווי מער פארדארבן מ'איז געווען, אלץ מער איז די אינטערעסע פון די צוהערער'ס געווען אויסצוהערן, און אזוי אויך האט מען נישט פארפאסט קיין געמישטע קאנצערטן, אזוי אז ווער ס'האט געוואלט אנקומען צו א הויכע שטופע און חזנות, האט געברויכט אפגעפארן ווערן.

אבער יאסעלע, האט געזאגט ניין!!! מיט א שלשלת א_ווי דער דברי יחזקאל איז מסברי אויף וימאן ביי יוסף הצדיק. ער האט געזאגט צו די הבלי עולם הזה: ניין מיט אנאלעף, כ'דארף אייך נישט און אויך נישט אייער געלט. קוקט נאך די ביוגרופיעס איבער איהם, ווי ער האט זיך געמוטשעט רוב פון זיינע יארן אויף א שטיקל ברויט. וואס דאס האט געברענגט אז די שטיקלעך אין זיינע ערשטע יארן האבן נישט געהאט דעם קנאק ווי די שפעטערדיגע.

אלזא ווען כ'אגעליינט ס'יגרל'ס ארטיקל, האביך פלעין געוויינט, יאסעלע דער עולם ווייסט נישט ווי אזוי מעריך צו זיין דיין פערזענליכקייט, כ'רעדט שוין בכלל נישט פון דעם אז לית מאן דפליג, יאסעלע האט נישט קיין בר פלוגתא, יאסעלע'ן קען מען נישט נאכמאכן און נישט בידען. האבעך געהערט פון א אידן וואס האט נאך לעצטענס געלעבט דא אין מאנטריאל, און ער האט אינדערהיים געהערט יאסעלע'ן, (נאך אנדערע אויך) זאגט ער: כ'קען נישט הערן יאסעלע'ן אויף קיין טעיפ, עס איז נישט ס'זעלבע, איי איי פון וואנעט נעמט מען די קלארקייט פון די שטימע? די שטארקייט, די מעכטיגקייט, די ווארימקייט, די הארץ, קיין טעיפ קיין רעקארד וועט נישט ארויסברענגן יאסעלע'ן א_ווי בחייו. איז וואו וואס ווען? ווער רעדט פון וועמען?

יאסעלע האסטעך שוין אזויפיל אידן מעורר געווען לתשובה, אפילו נאך דיין פטירה, איך אליין ווען כ'זוך אביסל התעוררות הער איך נאר דיך. צו זאל עס זיין 'הבט משמים וראה', צו 'ועל ידי עבדי'ך, צו די שטיקלעך פון די עבודה יום כיפור, אוי רבונו של עולם, אן אוצר בלום.... מ'קען דאך פון יעדן שטיקל ווער א יראת שמים.

איין זאך יא, שערקויעך יגר'ל פאר'ן זאגן אז היינט איז ס'יארצייט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איך אויך טוה זיך מצטרך זיין... דאנקע שעהן פאר'ן מעלדן דאס יארצייט ליכט.
אוי יארצייט ליכט, אין א ווינקל....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לאמיך טאקען אראפברענגן די ווערטער פונ'ם ניגון, ווער עס קען עס זאל עס זינגען.

יאהרצייט ליכט

יתגדל ויתקדש שמיה רבא
א יאהרצייט ליכט אין א ווינקל אליין
מיר ברענען דיר היינט מיט הייסן געוויין
דייןפלאם זאל בעלייכטן פארגעסענע טעג
זאל גיסן א שיין אויף דעם דונקעלן וועג
צו געפונען א הארץ.... וואס אמאל האט געלעבט נאר פון רוה
יתגדל יתגדל

א יאהרצייט ליכט אין א ווינקל אליין
דו זאלסט אונז דערמאנען ווי ליכטיג מיר זיין,
דערמאן דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם,
צו געדענקען א אונזער הייליגן שטאם,
צו וויינען צו קלאגן און ליכט פון דיין שטראל, מיט ביטערע טרערן
יתגדל יתגדל

א יאהרצייט ליכט פארטרויערט פארטראכט,
וועסטו אמאל ברענען פאר מיר ווען א נאכט,
יתגדל ויתקדש שמיה רבא
נאך טויזענטער יארן ווי די יעצטיגע שעה זאל קלונגען דיין קדיש מיין...
זאל קלונגען דיין קדיש יתגדל יתגדל ויתקדש שמיה רבא
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

סאכדעס,ווערי עמאשענאל.

אמת'דיג געשריבן.געוואלדיג.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

שרעקליך צובראכן, כמעט געוויינט האב איך, זעהנדיג ווי ס'ווילט זיך פאר מאנכע צו נעמען מיינע ווערטער און עס אזוי פארטייטשן, אז חלילה וחלילה איך האב אים געמיינט מנגח צו זיין, כאילו איך וויל איבערנעמען זיין פאסטן אלטס וועלטס-חזן, און דערפאר, כדאי איך זאל עררייכען מיין ציל, מוז איך אים שטעכן, חלילה אזוי צו קלערן.

לבי ובשרי יודעים, איך האב ארויסגעשריבן, איך בין נישט אויסן געווען אים צו ערלעדיגן מיט מיין איין תגובה, ס'איז פשוט געווען א מיסטפארשטעניש מצדי אים נישט אזוי ארויסצוהייבן ווי ס'וואלט געדארפט צו זיין, אין מספרים אחר מטתו ובפרט אז ס'איז נישטא אויף וואס, זאל ער זיך מיען אין לעכטיגן גן עדן פאר אונז אלע.

ולכבוד הרב ר' יאסעלע יאמר, את מחילתך אני מבקש, וכשם שמתירין בבית של מטה כך יהי' מותרין בבי"ד של מעלה.

ת.נ.צ.ב.ה.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

בני היכלא, זייער שיין.
אבער דאס וואס דו שרייבסט ר' זבלון קווארטין.... קומט זיך דיר פעטש. אפשר האט ער געהאט א הרהור תשובה פאר'ן שטארבן? ער האט מיר דאס נישט דערציילט. דאס האט ער מיר יא דערציילט אז ער האט געגעסן חזיר אין יו"כ. כ'האף אז ס'איז נישט אמת.... אבער מ'דארף חושש זיין.
מספר זיין בשבחו? ס'אנדערע מעשה, אבער נישט געבן כבוד.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

כ'וועל שוין קיין סאך נישט ציגעבן, מיינע ידידים דא האבן שוין ארויסגעברענגט אלעס וואס שייך, דער עיקר, יהא זכרו ברוך,

ביי אלע יארצייטן איז מען פארנימען ביי די פילצאליגע דרשות, אז מיר דארפן זיך אפלערנן פונעם בעל הילולא, אינז דארף מיר גיין אין זיינע דרכים, און זעהן צו טוען וואס ער האט אייביג געפאדערט פון אינז, מ'זאגט עס געווענליך ביי א גרויסע רבי, א צדיק, וואס ער האט געפאדערט תורה ויראת שמים וכדו', דא ביינונז קען מען זאגן די זעלבע זאך, יעדער פארשטייט וואס כ'מיין, ס'מיינט נישט צו זאגן אז יעדער מיז יעצט קענען זינגען אקוראט ווי יוסעלע, און אפילו יעדער וועט וועלן, "מ'קען נישט", נאר וואס דען, כאטש ליגן אביסל מער דערון, אים מער אויסהערן, און אביסל מער זינגען זיינע ניגונים.

דאס וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען פאר די חבירים דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

צייטליך, איך גלייב נישט אז דו האלסט אז דאס פאדערט דער בעל הילולא פון אונז אז מזאל ליגן אין זיינע נגינים,און אז דאס וואלט ער ווען פארלאנגט פון אונז, גלייך עס נישט צו צו תורה ויראת שמים,
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האלט גראדע יא אזוי ווי צייטליך. יאסעלע וואלט זיך געוואונטשן מ'זאל ליגן אין זיינע ניגונים אנשטאט אין די היינטיגע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איזאק, כאדעך נישט געמיינט צו זאגן אז מ'זאל ליגן אין זיינע ניגונים אנשטאט תורה ויארת שמים, חלילה, כ'אב עס נאר צו געגליכן צו די דרשות פון אנדערע בעלי הילולא, און געזאגט א משל, און ברום זכר מאשקע לטוב, וואס ער זאגט שוין די נמשל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

נע, איך קלער אז דארט אויבן וואונטשט ער זיך מזאל לערנען אפילו איין פרק משניות לע"נ
ענדערשט ווי טויזענט מאל זיינע נגינים
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דא האט איר דעם רבונו של עולם וואס כאלי האט פריער דערמאנט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:20 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

בני היכלא, ס'דערקענט זיך אז דו ביזט נאכנישט צו באהאווענט מיט אונזער שפראך.... איך האב נישט געהערט פון עם אליינס, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגן אז ער האט זיך נישט געשעמט דערמיט.... כ'וואלט עס געקענט ווען הערן פון עם אליינס ווען כ'וואלט געלעבט אין זיינע צייט.
ער האט געקענט אנווארימען דעם עולם נאכ'ן עסן חזיר אויך, דאס איז דאך געווען זיין קונץ. איז דען נישטא פראסטע גוים וואס קענען מאכן דעם עולם וויינען מיט זייער געזונגאכץ?

אגב, כ'האב שוין לאנג נישט געהערט עפעס פונעם, אפשר קען איינער ארויפלייגן עפעס א שטיקל, למשל טהר רבי ישמעאל, אדער זיין מוסף לראש השנה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאלי, די חילוק צווישן יאסעלע און זבל'ן האב איך געהערט אנדערש, יאסעלע האט אמאל געזאגט, אז ער איז ביי כל נדרי אנגעגעסן, -פון די מצוה אכילה בעריוה"כ- מילא איז זיין קול דאון, עס איז שווער צו זינגען מיט אן אנגעפולטן בויך. אבער ביי נעילה, וואס דאן איז ער שוין ליידיג נאך א גאנצן טאג נישט עסן. משא"כ זבל, איז פונקט ס'פארקערטע, ביי כל נדרי געט ער זיך אכטונג אז ס'קול זאל זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם, אמער, כל נדרי אידאך די העכסטע מאמענט פון יאר ביי אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, אבער ביי נעילה איז ער שוין נישט אזוי איי איי, נאכן עסן א גוטן לאנטש.

ווייסעך נישט צו עס איז געווען חזיר צו נישט, אבער קיין וואלעווע איז עס זיכער נישט געווען.

איצט וועל איך דיר אראפברענגן דעם . יהי רצון

און דא לחיים נאדיר דעם טיהר כאדיר עס אויך געשיקט אין אימעיל.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:19 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

א גרויסן יישר כח סאכדעס. כ'האב שטארק הנאה דערפון. געבענטש זאלסטו זיין.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הלפגאט איז א חידוש, כ'מיין אז מ'האט שוין גערעדט פון איהם אין היכלל הנגינה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

א חידוש, ערשט די וואך איז ער נעבעך דורכגעפאלן... אבער ער איז נישט אוועקצומאכן. געוואלדיג! ער טוט אסאך פארדרייען יוסעלע שטיקלעך אבער ס'איז דאך שיין.
אגב, האסט געזעהן די קליפ ווי ער זינגט צוזאמען מיט יוסעלע? כ'מיין א ווידיאו פון יוסעלע און העלפגאט זינגט הארמאני.... אן המצאה! ס'איז זייער עמאשענאל צו זעהן א נישט בין החיים'דיגע זינגן "לא המתים יהללוקה...". ס'איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”