המברך יתברך - יואלי גרינפעלד

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

המברך יתברך - יואלי גרינפעלד

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 11:12 am

פאם פים פאם פאאאם..

דיס איז וויכי וויט די סאנדעי מוזיק שאו, אן ק.נ.א. נעטווארק, איר גיבט אונז א קוואדער, און איך קויף מיר א קאפי.

היינט האמער אריינבאקומען גאר פיינע נייעס, און איך האב עס געוואלט שערן מיטן עולם, אבער איך וויל אז דער עולם זאל זיך לאזן הערן זייער מיינונג דערוועגן.

ס'רעד זיך וועגן דעם אלעמען באקאנטער זינגער "יואלי גרינפעלד", וואס כאטש ער איז נאך היבש יונג אין די ליין, האטער באוויזן צו באקומען א שטארקע נאמען אין די מארקעט, ער האט באשלאסן ארויסצוקומען מיט א אלבוים.

זעלבסטפארשטענדליך אז ווען מ'נעמט זיך אונטער אזא פראדזשעקט, גייטעס נישט פון איין מינוט אויף די צווייטע, אזא כאפ-לאפ.. נאר מ'קוקט זיך אום אויף אנדערע אלבוים'ס, אויף די געלונגענע, וואס זיי האבן געטוהן גוט, און די נישט אזוי געלונגענע, וואס זיי האבן נישט גוט געטוהן.

יואלי האט געזעהן די סוקסעס פון "בערי וועבער", און אנדערע אלבוים'ס וואס זענען שוין ארויס, אדער האלטן אינמיטן, און ער האט געזעהן וואס די אלע האבן אין קאמען, און לויט ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז די קי צו זייער סוקסעס, איינער מיט די נאמען "נפתלי משה שניצלער", און ער האט זיך פארבינדן מיט נפתלי משה, און נאך לענגערע פארהאנדלונגען, איז געבליבן אז "נפתלי משה" גייט פראדוסן דעם אלבוים.

לויט ווי די זאך קענער געבן איבער פאר ק.נ.א., האלט מען שוין טיף אינמיטן סעלעקטן ניגונים, ער גייט האבן ניגון פון "מאטי אילאוויטש", (א לעבעדיגע-הארא.) "טולי ווייל", "נפתלי "משה שניצלער, (הארא..) אויך איין ניגון האט ער אליין געמאכט, און אין די נאנטע טעג דארף מען קאנפוירמען א ניגון מיט "פינקי וועבער", און מיט .. ווער?! יאפ.. "דוד קויפמאן"..

זינט אונזער היכל האט א שטארקע איינפלוס אויף די עולם הנגינה בכלל, און אויף די אלבוים בפרט, גייט דער עולם דא קענען אריינרעדן וואס מ'זאל טוהן אין דעם אלבוים.

למשל, "ארעינדזשען", די אלבוים גייט האבן אויף יעדע ניגון א ארעינדזשער צוגעפאסט צו דעם ניגון, (אזוי ווי אונזער עולם וויל..) ארעינדזשער'ס גייען זיין פון "ישראל לאאם, רולי אזראחי, ביז פרישע חברה ווי "עמי כהן", (לויט ווי איך הער, וויל נפתלי משה אים אריינברענגען אין די ליין, ער איז א דזשיניעס..) און נאך נייע חברה.

דער עולם דא זאל זיך לאזן הערן וועלעכע סטייל ניגונים מ'האט ליעב, וויזוי מ'זאל עס זינגען.. וכד', און מ'גייט זיך אי"ה רעכענען מיט דו מיינונג פונעם עולם. (פארשטייצעך אויב ס'מאכט סענס.)

אופס!! פארגעסן א וויכטיגע זאך, ווי ס'איז די לעצטיגע סטייל, גייט ער אויך האבן א סורפרייז ניגון, איך קען נישט צופיהל רעדן, אבער דאס גייט זיין א ניגון צו הערן און געדענקען..

מיטן אייבערשטען'ס הילף, וועט די אלבוים זיין אינדרויסן אב "צייט", און געוויסע זאכן קענען זיך נאך טוישן. (אז דער עולם וועט געבן גוטע עצות, וועט מען דעך מוזן טוישן, איא?..)

מער נייעס נאך די לאאאאנגע עדוויטייזמענט..

בעק טו יו צייטליך..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג נובעמבער 08, 2009 12:00 pm

אקעי, פיינע נייעס,

בד"וו, נפתלי משה מיט יואלי האבן שוין אין די פארגאנגנהייט געארבעט אינאיינעם אויף די קאלעקשן אלבוים 'מרקד על תלת'.

וועלכע איז אגב געווען נפתלי משה'ס ערשטע אלבום, ביי וועלכע דער אלגעמיינער ציבור האט צום ערשטן מאל געהאט די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט דעם זעלטענעם טאלאנט וואס הייסט 'נפתלי משה שניצלער'.

אסאך הצלחה יואלי.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג נובעמבער 08, 2009 12:28 pm

וויכי, כוועל דיר מוזן ברענגען וואס דו האסט געשריבן ביי בערי וועבער

איך בין א קנאפע חסיד פון בערי וועבער "לייוו"


נאר די ווערטער האב איך צו זאגן אויף יואלי גרינפעלד. אבער דאך, אז ער ארבעט מיט די ריכטיגע חברה, אפשר וועט ער ארויסקוועטשן א שיינער אלבום.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 12:48 pm

עס עפעס, כ'האב זייער הנאה אז דו שרייבסט נישט אז ער איז נישט גוט, (ווי די מנהג פון אסאאך אירע דא..) נאר דו שרייבט אז דו גלייכסט עם נישט.

אבער איך האלט אז יואלי איז יא גוט אויף א לייוו דזשאב.

און, ווען ער האט די רייט פיפעל, קען ער איבערשטייגן אסאאאך אנדערע..

און וואס זאגסטו צו די מוזיק איידיע?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג נובעמבער 08, 2009 3:46 pm

יישר כח וויכי פאר די נייעס. כ'האב אייביג געזאגט אז אויף דיר קען מען זיך פארלאזן. (אגב זיצענדיג די וואך ביי א שלום זכר מיט יואלי'ן האט ער מיר נישט געזאגט קיין ווארט איבערן אלבום. זעהט אויס אז ער האט נישט געכאפט אז איך בין צייטליך...)

יואלי גרינפעלד איז היינט זייער א אויפגעכאפטער זינגער אויף חתנות (ס'הייסט לייוו..) און ווי 'שטארק זיך' האט שוין דערמאנט, אויף מרקד אתלת האט ער אראפגעלייגט א הערליכער ארבייט (חוץ נפתלי משה)

ביסט רעדי איך זאל גיבן מיינע מיינונגען? אקעי.

איך גיי נישט אריינרעדן וועם ער זאל נעמען פאר די מוזיק, עס ווערט צוטיילט זעה איך. און ער וועט סייווי נישט נעמען יוחי.. אפילו איך זאג אום נישט..

קווייער וועט ער מיסתמא סייווי נעמען ביי משי קרויס/נפתלי משה (וועם דען?) און קאווער וועט מיסתמא מאכן דוד קויפמאן. אלזא ווי קום איך בכלל אריין אונעם בילד?

אה, זאגן מינונגען, אקעי. איך בין דא רעדי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג נובעמבער 08, 2009 3:53 pm

ווען איז דער יואל גר"פ ווער איז זיין טאטע , משפחה וכד' ווי האט ער שוין געזינגען ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

הענטעלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 03, 2009 4:50 pm

בלא כל קשר

תגובהדורך הענטעלעך » זונטאג נובעמבער 08, 2009 4:32 pm

איך האב געהרט אסאך אויף יואלי אין טאקע זאל זאן אגרויסע הצלחה

אבל צריכים לשים לב לדבר אחד שכבר עובר כל גבול, פעם לעשות דיסק היה דבר יוקרתי ומכובד והיו משקיעים היום כ"א ששר קצת בחתונות או בשירה המזמרים וכו' כבר מוציא דיסק הולך לאיזה מפיק שיש לו גם אולפן וצ'יק צ'ק מוציא דיסק ולכן פחות משקיעים היום בדיסקים וזה חבל וזה בושה למוזיקה החסידית
והגורמים לזה הורסים את הענף ואת היוקרה כי היום כל דבר נעשה בזול ואפ' לשמוע על הדיסקים שיצאו לאחרונה (בלי לפרט) שהמקמלות לא בנויות כמו שצריך והמוזיקה היא בMIDI לא נכון ואין סאונד כמו שצריך................ ואפ' לשאול את כל המומחים בתחום
אבל מה דער עוילם איז אגוילם ולא מבין בכלום והעיקר שיש איזה גימיק או קליפ שמצלמים וד"ל
וזה התוצאה שאנשים בסוף לא קונים דיסקים כי זה לא שווה את הכסף ולתשומת לבכם המפיקים תחזר ליצור מוזיקה כמו פעם
אין הידיעה קשורה לכתבה אלא אני מעורר חלק מהבעיות במוזיקה בזמנינו והנני מבקש מחילה מכל מי שנפגע ותסלחו לי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 5:06 pm

הרב הענטעלעך, שלום עליכם, איך וואלט געוואלט בעטן א פערזענליכע טובה, ביטע שרייבן יודיש.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » זונטאג נובעמבער 08, 2009 5:32 pm

הענטלעך ווערי גאד פוינט! (פרוביר צו טרענסלעטען...) אונז וויין מיר שוין א לאנגע צייט אויף דעם...

עמי כהן איז זייער גוט - יא ער קען אים נעמען
איך זאג עשה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 7:30 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הרב הענטעלעך, שלום עליכם, איך וואלט געוואלט בעטן א פערזענליכע טובה, ביטע שרייבן יודיש.

לאז אים שרייבן זיין שפראך, אזוי זענען כאטש דא עטליכע פארשטייער ודו"ק.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » זונטאג נובעמבער 08, 2009 7:35 pm

גוט געזאגט קרעמער!!!!! :grin: וד"ל
איך זאג עשה!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג נובעמבער 08, 2009 10:05 pm

מער פון אלעם קען איך נישט באהאלטן מיין פרייד צוקוקנעדיג ווי ס'גייען אנהייבן ארויסצושפראצן "יואלי" אלבום'ס מאסנווייז!

די ערשטע דורכברוך איז געווען טאקע דא אין די ראמען פון אונזער קרעטשמע ווען אונזער "יואלי צייטליך" האט דורכגעבראכן די אייז און איז ארויסגעגומען מיט זיין - שוין היינט באקאנטע - אלבום בדידי! וועלכע איז מיט א צייט דערויף נאכגעפאלגט געווארן מיט די צווייטע חלק 'בדידי' וואס האט געהאט א שטארקע אפקלאנג ביי אוהבי ושכורי נגינה... ביז דאן איז נאכנישט געווען אזא מציאות אז א "יואלי" זאל ארויסקומען מיט א אייגענע אלבום, סיי יואלי שוועקי, און סיי יואלי ווערדיגער האבן זיך געגעבן פיקטיווע נעמען אויף זייערע אלבום'ס צוליב'ן פאביע אז די גאס וועט נישט גלייכן א זינגער מיטן נאמען "יואלי", איז געקומען 'יואלי צייטליך' און איינמאל פאר אלעמאל געבראכן די הארטע אייז און געוויזן פאר די וועלט אז "יואלי'ס" קענען אויכעט!

גלייך נאכדעם איז באקאנט געווארן אז דער באקאנטער זינגער "יואלי שווארץ" וועט אנהייבן ארבעטן אויף זיין ערשטן אלבום, און יעצט קומט די בשורה אז מ'האלט מיר שוין ביי נאך א יואלי וואס שפרינגט אריין אין די ליין, 'יואלי גרינפעלד'!

איי.. וואספארא שטותים דא צוזאמגעשאסן... שכוח וויכי פארן ברעכן די נייעס! כ'גלייך עם גראדע יא לייוו..

בעק טו יו צייטליך, ס'קומען גוטע צייטן! הערסט שוין?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 10:16 pm

צום זאך!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 10:50 pm

גוט געזאגט יואלי צום זאך, יואלי גרויזאמער האט שוין אויך אנגעהויבן צוזאמקלויבן ניגונים פאר זיין אלבום (איך הער אז ער זוכט בעיקר אידישע ווערטער אויף אלטע ניגונים)?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:39 am

שכויח וויכי פאר די נייעס.
כ'אב נאך קיינמאל נישט געהערט דעם יואל גרינפעלד לייוו. איינמאל אויף יוטוב אבער ס'האט נישט געקלאפט, קען זיין א שלעכטע רעקארדירונג.

צום זאך;
חח :lol:

הענטעלעך;
נקודה טובה אתה מנקד.

וויכי, אין קורצן א איבערזעצונג פון ענטעלעך:
אָבער זאָל מען צוקוקן זיך צו דעם באַגרענעצן שוין, אַמאָל צו דיסק איז געווען אַ פּרעסטידזשאַס און מענטשיש זאַך און ינוועסטערז היינט ווי ער סאַנג אַ ליד אָדער געזאַנג ביי וועדינגז, עטק. שוין גאָוינג צו נעמען אַ דיסק פּראָדוצירער וואָס אויך האט סטודיאָ און מאַגיק קאָנטראָליר זיך דיסק דערפֿאַר ווייניקער דיסקס ינוועסטערז היינט אַז עס איז אַ שאָד שאָד האַססידיק מוזיק
פאַקטאָרס וואָס זענען דיסטרויינג די ינדאַסטרי און דעם פּרעסטיזש וואָס טאָג אַלץ איז געווען דורכגעקאָכט טשיפּלי און 'הערן וועגן די סי געקומען זיך לעצטנס (אָן דעטאַל) שמקמלאָט נישט בילט רעכט און די מוזיק איז אויף די פאַלש מידי געזונט און רעכט ............ .... און 'בעט אַלע די עקספּערץ אין דעם פעלד
אָבער וואָס דער אָילם יז אַגאָילם נישט פֿאַרשטיין עפּעס און מערסט ימפּאָרטאַנטלי האָבן אַ גימיק אָדער אַ קלעמערל פילמד שאַדאַל
און דער סוף רעזולטאַט איז אַז מענטשן מאַכן נישט קויפן קדס ווייַל עס הערט נישט ווערט די געלט און ופמערקזאַמקייט די פּראָדוסערס קומען צוריק צו מאַכן מוזיק ווי עס געניצט צו
ניט קיין שייַכות נייַעס דערציילונג, אָבער איך מייקס עטלעכע פון די ןעמעלבארפ אונדזער צייט אין מוזיק איך בין אַסקינג מעכילע פֿון אַלעמען, וואָס איז געווען שלאָגן עקסקוסע מיר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:44 am

די איינציגסטע וואס איך פארשטיי פון דעם איבערזעצונג איז:
"איך בין אַסקינג מעכילע פֿון אַלעמען"

"דער אָילם יז אַגאָילם "

יוי טראסקע איך פאר געלעכטער.....................................
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

הענטעלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 03, 2009 4:50 pm

הלהו

תגובהדורך הענטעלעך » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:16 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הרב הענטעלעך, שלום עליכם, איך וואלט געוואלט בעטן א פערזענליכע טובה, ביטע שרייבן יודיש.

קיק נישא אויף די שפראך קיק אויף די תוכן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 9:43 am

וויזוי קען איך קוקן אויף די תוכן? איך פארשטיי נישט די שפראך..

שוועמל, יו קרעק'ד מי אפ!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 11:45 am

צייטליך האט געשריבן:ביסט רעדי איך זאל גיבן מיינע מיינונגען? אקעי.

איך גיי נישט אריינרעדן וועם ער זאל נעמען פאר די מוזיק, עס ווערט צוטיילט זעה איך. און ער וועט סייווי נישט נעמען יוחי.. אפילו איך זאג אום נישט..

קווייער וועט ער מיסתמא סייווי נעמען ביי משי קרויס/נפתלי משה (וועם דען?) און קאווער וועט מיסתמא מאכן דוד קויפמאן. אלזא ווי קום איך בכלל אריין אונעם בילד?

אה, זאגן מינונגען, אקעי. איך בין דא רעדי.


צייטליך, יא, דיין מיינונג וויל מען הערן, נעמדעך זאגן, זיי נישט גיין ביישן.

ביסט צופרידן פון משה קרויס'ס קווייער? אדער דו ווילסט ענדערש די וואס האבן געזינגען ביי מיכאל'ס אלבוים, (חיים יצחק'ס קווייער..) אדער גאר מונה'ס קווייער, אדער שירה/המזמרים.. אדער יעדע ניגון א צווייטער?..

צייטליך, די חברה ווילן הערן וואס דו זאגסט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 1:26 pm

אוודאי וואלט איך מסכים געווען חיים יצחק'ס קווייער.... ס'ארא שאלה!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 1:31 pm

לויט ווי נפתלי משה זאגט, איז שטארק מעגליך אז ער גייט געבן א ניגון צוויי פאר יענע קווייער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 1:37 pm

אקעי. נישט יעדער האט שוין געהערט יואלי גרינפעלד? לאמיך אייך צייגן עטוואס א קליינער ביישפיל ווי ער הייבט דעם עולם ביי א חתונה.

קליקט דא.

אדער גיט א קוק ווי ער זינגט אזוי געניט ביי א סעודת חתונה.

קליקט דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 1:56 pm

MK איז די בעסט

איך האלט ער האט עפעס אין זיין כאר וואס קיינער פארמאגט נישט
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 1:57 pm

אגב, סאיז ארויסגעקומען מיט איבער א יאר צוריק א אלבום "סעקאנד דענס". יואלי גרינפעלד האט אויך דארטן אראפגעלייגט א שיינעם דזשאב.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 1:58 pm

אויף מרדקד אתלת איז ער לדעתי בעסער ווי אויף די צווייטע טאנץ.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט