ליפא א פשוט'ער אינגל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 10:43 am

דעת הקהל האב איך שוין ערווענט קוקט אויף 'קול' נישט אויף זינגען און מוזיקאלישקייט
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 1:52 pm

ס'דא א כלל, איינער וואס איז אלעס, איז גארנישט. נישט ממש גארנישט.. אבער נישט דער העכסטער.
מנשה'לע שפייעט אזא מין ווערטל. 'מ.ב.ד. איז דער קעניג - כאטש שוין היבש אלט.. אברהם פריעד דער קעניגן.. ווייל ער זינגט ווי א קעניגן.. און ליפא קהל'ס ... עמ.. עמ.. קהל'ס... בדחן.. אקעי זאל זיין בדחן..
לסימנא מילתא.. מ.ב.ד.- מלך אברהם- המלכה ליפא- הכוכב. א היבש גרעסטער מקורב למלכות
און שוואקי.. זאל זיין בן מלך.. איז א גוטע פשרה..
די אנדערע זענען אדער אייניקלעך, און געוויסע זענען גאר 'שטיף קינדער'... טאקע נאנט אבער היבש ווייט..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 2:51 pm

איך האב הנאה מנשה אז די ביסט דא אריינגעקומען. מעגליך אז עס קען גיין אויף מיין זכות. זאל מיר עס גערעכענט ווערן..

שוואקי האלט איך פאר א סיבה אז ער האט א געוויסע "מרה שחורה" אין זוך. ליפא האלט איך פאר א הערליכער זינגער, אסאך בעסער און שענער ווי שוואקי "אבער" נאר אויף זיין ליפא בדרך, לעילא ולעילא און ביז קניינע הארע. פון דארט און ווייטער איז ער א בדחן אדער עפעס אנדערש, נאר נישט נארמאל געזינגען.

דאס איז שוין א אלטער ווייטאג אז אזא גוטער און שיינער זינגער האט זיך ארויסגעלאזט פון די זינגען ליין און בלויז צו געפעלן זיינע פענס טוט ער יעדע מאדנע זאך, א חוץ זינגען. גאר בקיצור. היינט איז ער א "סטאַר" אנשטאט א זינגער.

צו זאגן ווער עס קומט נאך מרדכי און אברהם איז נישט מעגליך, יעדער האט זיין אייגענארטיגער חן און זיין אייגענארטיגער סטיל. כאטש למעשה איז שוועקי דער גרעסטער סטאר פון די קלענערע זינגער'ס קומט ער אבער ווייט נישט צו צי די א.ד. צוויי מלכים.

כנלע"ד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 3:48 pm

דער וועלט שרייעט אין זייערע וואויטס אז שוואקי איז דער נעקסטער, לויט וואס כ'האב געלינקט קען מען זיך דאס איבערצייגן, גראדע מרה שחורה האט מרדכי אסאך מער.
און לגבי שוואקי און ליפא, איז דא א אינטערשייד פון הימל ביז ערד, שוואקי איז א זינגער, ליפא איז אלעס, ממילא ווען מ'וועט וואויטן ווער איז דער בעסטער אינטערטעינער, קאן זיין ליפא וועט שטיין אויפן העכסטן צווייג. אבער אזויווי מ'קען נישט נעמען יארמער רב אלץ גראמער און ביי קבלת פנים זיכער נישט, קען מען נישט ניצן ליפא אלץ מלך.. ער קען נאך פאר די דזשאויק, אנשטאט זיצן אויפן כסא מלוכה מיטן פלושענעם בגד, זיך זעצן אויף א קעסטל מיט א ערב פסח שטריימל.. און שפייען קוואדערס מיטן קאפ אראפ און בלאזן שופר..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 3:53 pm

דאנציגער האט געשריבן:דער וועלט שרייעט אין זייערע וואויטס אז שוואקי איז דער נעקסטער, לויט וואס כ'האב געלינקט קען מען זיך דאס איבערצייגן, גראדע מרה שחורה האט מרדכי אסאך מער.


עס איז גאר א ווייטער מהלך פון די געשמאקע מרה שחורה אין וועלכע מרדכי לייגט אריין זיין צוהערער, צו די אומגעשמאקע גיסטע וואס שוועקי דערליווערט ביים זינגען א הארציגן ניגון.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:04 pm

אה! אויף דעם קען מען שוין נישט מאכן קיין וואויט.. דאס דארף מען פרעגן א פסיכאלאג.. אדער, על טעם וריח אין להתווכח.. דיר איז ביטער צו הערן שוואקי, קאן זיין דו גלייכסט נישט זיין שטימע, אבער איך האב זייער ליב סיי מרדכי אן סיי שוואקי, און א גוטע ווארימע ניגון פון ליפא אויכעט, ווי למשל אנה השם אויף הלל, מרה שחורה מיינט שווארץ.. נישט ספוקי.. נישט שרעקעדיג.. נאר טרויעריג. דיר פילט זיך מרה שחורה אין מויל הערנדיג שוואקי, מיר נישט. אויף דעם קענען מיר זיך שוין דינגן.. אדער אפשר נישט דינגן, ווייל ס'איז עי מעטער אף טעיסט.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:06 pm

שוועקי'ן צו קענען דולדן, דארף מען זיך אראפזעצן און "הערן", מען קען אים נישט לאזן ארבעטן אין "בעקגראונד" ווייל ער שרייט ווי א טשיקן.

מרדכי, פון די אנדערע זייט, קען ארבעטן אין "בעקגראונד" פאר לאנגע שטונדן און "סאמהאו" ברענגט ער א רואיגקייט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:08 pm

זעסט, די זעלבע שריי איך אויף ליפא, איך מיז זיין אין די מוט עהם צו קענען הערן נאכמאכן דזשאני מיט טאני און בארבי.. אבער די אנדערע זענען מיר געשמאק ווען אימער. כ'מיין ס'האט מיט די אייגענע געפיל און טעם. אפשר אויך די נאטור פון יעדן מענטש פאר זיך.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:16 pm

איך קען נישט ליפא, איך האב אים אמאל געהערט גראמען, ווייס איך שוין אז גראמען קען ער נישט. זינגען קען ער יא נאר אויב ער וויל זיך נישט משוגע מאכען, אבער אלעס האט זיך געלוינט אז מנשה איז דא אונגעקימען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:19 pm

איך וויל דא נאכאמאל אנמערקן, איך האק חלילה נישט אויף עהם, איך פיל מיך פריי צו זאגן מיין מיינונג און מיין טעם אין נגינה, קיינער זאל נישט זיין בייז אויף מיר, אויך ליפא, טאמער האסטו א מינוט און דו לייענסט מיינע שורות, זיי נישט בייז, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:30 pm

איך זעה אז דא איז געווארן א שטיקל וואוט אויפן משנה למלך (אדער וויצע-מלך) נאך די שני מלכים המשמשים בכתר אחד מב"ד ומשנהו אברהם פריד[מאן].

איך (ווער ביסטו?) האלט אז עס גייט שוין נישט זיין קיין 'מלך' נאך די צוויי ערשטע, פשוט ווייל זיי זענען געווען די ערשטע אין די קאטעגאריע פון מאדערנע-היימישע מוזיק, נאך יו"ט ערליך בנציון שענקער און דוד וורדיגער, און אנדערש ווי קרליבאך (וועם איך האלט אז ליפא איז ענדערש ממלא מקום, פשוט ווייל ער איז אן אלל-עראונד פערפורמער וואס בדור הקדום האט עס ר' שלמה'לה געטאן אין א געוויסען זין).

משא"כ אינעם דור השני פון זשואיש-מוזיק ווען יעדער טאם דיק און הערי, גוט ארויס קאסעטן און זינגט ביי קאנצערטן, טאנצט אויף שמחות און ברימט ביי קומזיצען, גייט אויף שיפן און פאברענגט צווישען מזמרים/שירה/מאקרים וכו', איז נישט שייך צו סעלעקטירען 'איין' מלך צווישען אזויפיל האלבע און פערטל קעניגען, שרים ועבדים און סתם חמורים....

בקיצור עס איז א וועלט ווען יעדער שמויגער באקרוינט זיך מיט טיטול זינגער, און אסאך האבן באמתן אייגנארטיגע טאלאנטען וואס מאכט זייער שווער דעם פעלד פון 'מלך' (אלס קינד האב איך אויך נישט צו גוט געשפילט מלך....)

אויף די אויבנדערמאנטע זינגערס איז מיין מיינונג;
ליפא - זעלטענע טאלטן, פון מוזיק ביז גראמען, פון רעיונות ביז א חוש צו פארשידענע קאמפליצירטע תנועות און קולות, באגלייט מיט שטארקע געפילען, אבער א שאד א שאד, אז זיין אטענשאן-ליבשאפט און נער'ישע סעלעברטיט שטאטוב האט אים אריינגעווארפן אין עולם התוהו והדמיון, מארק מיי ווארדס....

ליפא שמעלצער גייט לויפן פאר פרעזידענט......

שוועקי - א שיינע קוויטשענדיגע שטימע, אסאך געפילען, אבער לדעתי איז ער 'פעימאוס' וועגן די געלונגענע 'רחם' ניגון וואס האט ארומגענומען גאנץ כלל ישראל (און אפי' כלל גוים), אבער נישט דוקא ווייל 'ער' זעלבסט איז מב"ד קאליווער.

איך וועל מיך ערלויבען צו זאגען אז אברהם פריד און מב"ד זעלבסט וואלטן היינט נישט געווארן ערוויללט אלס 'מלכים' צווישען אזא ווערייעטי פון זינגערס וואס גייט פון זייערע פלימעניקס ישראל וורדיגער און בעני פריעדמאן ביז די יואליס, יאסיס און חיליס וואס שפייען ארויס טעיפס ווי שוועמל נאכען זיך רעגן.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:54 pm

אמת ויציב.
אבער!!!
אויב איך האב ליב קאשע זיפ, און דו האסט ליב סתם טשיקן זיפ, א דריטער האט ליב טשולענט, יעדער שרייעט דאס איז די 'בעסטע' מאכל, יא, טשולענט איז גוט ווייל ס'איז... זופ איז די עולם משוגע ווייל.... קאשע אויכעט ווייל... אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז די בעסטע.
יעצט, קומט מנשה, און ער ברענגט אראפ א וואויט וואס טויזענטע מענטשען האבן געוואויט דארט, אויכט א אנאליז ווי יעדער קען אריינרעדן דארט, די אנאליז איז שוין אלט אפאר יאר, די וואויט איז שוין אויכעט א היבשע פאר וואכן ווי אן א שיעור מענטשן זאגן זייער אייגענע וואויט.
העפענס טא בי, עפעס דער וואויט צייגט די בעסטע מאכל איז.... וועטשטעבעל זופ.. WOW וואס הייסט, ס'נאר גוט ווייל.... ווייל...
כ'ווייסנישט, ס'שטייט נישט נאך יעדע וואויט פארוואס יענער האט אזוי געוואויט. דאס איז די רעזולטאט!!!
די רעזולטאט פונעם וועלטס מיינונג, שרייעט 'שוואקי אונטער מ.ב.ד. און אין צופר צייגט די וואויט אז אברהם פריד איז נאך העכער מ.ב.ד. כאטש מ.ב.ד. ווייסט יעדער איז געווען דער מלך פורץ גדר דער ערשטער. פארפאלן די וואויט צייגט קאלטערהייט. דאס איז די רעזולטאט, גוט שבת
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 4:57 pm

צייטליך האט געשריבן:שוואקי האלט איך פאר א סיבה אז ער האט א געוויסע "מרה שחורה" אין זוך. ליפא האלט איך פאר א הערליכער זינגער, אסאך בעסער און שענער ווי שוואקי "אבער" נאר אויף זיין ליפא בדרך, לעילא ולעילא און ביז קניינע הארע. פון דארט און ווייטער איז ער א בדחן אדער עפעס אנדערש, נאר נישט נארמאל געזינגען.

דאס איז שוין א אלטער ווייטאג אז אזא גוטער און שיינער זינגער האט זיך ארויסגעלאזט פון די זינגען ליין און בלויז צו געפעלן זיינע פענס טוט ער יעדע מאדנע זאך, א חוץ זינגען. גאר בקיצור. היינט איז ער א "סטאַר" אנשטאט א זינגער.


כנלע"ד.


יא צייטליך איי עגרי וויט עוורי ווארד. און כ'האב שוין אזוי געשריבן לעיל אין די דאזיגע ארטיקל
איך זאג עשה!

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 5:25 pm

גראדע האב איך זייער ליב, עטליכע ניגונים פון די ליפא אויסוואל, זייער ליב, מיין איך אז ס'דרייעט מיך איבער די מוהט ווען אימער, משא''כ די אנדערע איבריגע לידער.
די ניגון קעניינעהארע האב איך זייער ליב, ווייל איך גלייך זייער קלעזמער אן ידישיסטישע ליריקס.
אנה השם אויף הלל, קען איך זאגן כמעט הונדערט פראצענט, אז ליפא האט דארט נישט געטראכט פון קיין כבוד אדער עפעס אנדערש, נאר זיין הארץ האט זיך באמת צעפלאקערט.
די צוויי ניגונים 'א פשוטע יוד' און אויך די ענגלישע 'יא מאסט קערי אן' זינגט ליפא אויכעט פון ניסיון בחיים, נישט פון כבוד וועגן, דאס בין איך עדות, זייענדיג אין אזעלכע מצבים, פון יא מאסט קערי אן, און ליפא האט געהאט נאכן 'ביג איווענט' קאנסאלעישאן, ביטערע שווערע טעג. פארווער ס'ווייסט.
כ'געדענק נישט יעצט אויפן פלאץ, וועלכע נאך געפעלן מיר, אבער יא, וואס ס'איז גוט איז גוט,.
ממילא איר זאגט אז רחם האט געכאפט די וועלט, און נאר דערפאר איז שוואקעי געליבט אין די וועלט, איך האב ליב כמעט יעדע איינציגע ניגון פון שוואקי, און ביי ליפא איז דאס ביי מיר נאר געליבט געציילטע.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 5:48 pm

און איך האב נישט מער וואס צוצילייגן נאר איך בין מיט דאנציגער 101 פראצענט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 5:53 pm

א שיינע וועלט.. מנשה שעפטיל און די וועלט.. נו ווי זענט איר אלע, אויסער די וועלט..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 7:00 pm

דאנציגער (איך ווייס פון קיין מנשה נישט) מעמער זיך מוזן בייגן צום דעת הקהל אז שוואקי איז דער מלך.

אבער אזוי פיל זאלסטו מודה זיין אז אידישע מוזיק שטייט גאנץ וואקלדיג אויך דאס איז שוין דער מלך...
כמיין דער GAP צווישן מבד און שוואקי איז זיבן הונדערט ליכט יארן...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 7:04 pm

יא יא מיט אזאלכע מלכים ווער דארף (נו! פיל אויס...)
איך זאג עשה!

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 7:09 pm

לויט 'מילערס' סוף פסוק
איך וועל מיך ערלויבען צו זאגען אז אברהם פריד און מב"ד זעלבסט וואלטן היינט נישט געווארן ערוויללט אלס 'מלכים' צווישען אזא ווערייעטי פון זינגערס וואס גייט פון זייערע פלימעניקס ישראל וורדיגער און בעני פריעדמאן ביז די יואליס, יאסיס און חיליס וואס שפייען ארויס טעיפס ווי שוועמל נאכען זיך רעגן.
קאן מען זיך שוין גאר רעכטן, אז צווישן די אלע זינגערס היינט איז גארנישט שווער צו ליבן עפעס א שוואקי, אויב ליפא איז זיס געזינגען, האב איך ליב לעמאן דזשוס..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 7:44 pm

נו אז יעדער זאגט מעג איך דאך אויך זאגן...

מבד, שטימע ארויף, שטימע אראפ, איז מלך, אין די יונגע יארן אויף איין מהלך און אויף דער עלטער אביסל אנדערש געשלייערט, איך באצייכן עס ווי 'זקן מלא רחמים', עפעס אזא סארט פאטערליכקייט, א פעלזענע שטארקייט איבערגעדעקט מיט א סאמעטענע ווייכקייט, די ווערטער ווערען געטייטש, דער מעסעדזש ווערט דעליווערט עפעס אזוי מין קלאר, ס'איז אומבאשרייבליך, אנגעהויבן פון זיין שרייען 'לעט מיי פיפל גאו' ביזן זיך בעטן: 'טייערער פאטער ליבער קעניג', דאס בענקשאפט פון 'איך האב געוווארט', דער געפיהל פון באו מים עד נפש ווען ער רייסט איין, 'עד מתי', אלעס אזוי עכט ארויסגעברענגט, הזמן יכלה והם לא יכלו. איך מיין אז קיין ממלא מקום וועט נישט זיין... מאנארכיע איז שוין ממילא א פארגאנגענהייט, איז נישט עק וועלט אז 'יודישע מוזיק' וועט אריבערגיין צו דעמאקראטיע... און אויס מיט די מלכים.
...
אברעמל, האט מוראד'דיגע קוואליפיקאציעס, באגלייט מיט א וואונדערבארע 'חיות', ווי אויך ברענגט ער מיט זיך א געוואלד מיט עקפיריענס, זיין שטערקסטער פונקט: זיין 'קריצלאזע', זיסע און איינגענעמע שטימעלע אויף וועלכע ער באזיצט א פולער קאנטראל דורכאויס אלע זיינע אקטאוועס, מ'טאר נישט פארגעסען, זיין איידעלער כאראקטער וואס שטארט אזוי ארויס בעת'ן זינגען, וואס לדעתי קען דאס קרעדיטירט ווערן פאר זיין גרויסע הצלחה.

טראץ וואס און מוזיקאלישקייט און קעניגליכקייט קומט ער נישט מרדכי'ן צו די קנעכל, איז ער פארט געבליבן 'שני למלכות', איך קרעדיטיר בעיקר דאס זיין 'אויף די ריכטיגע פלאץ, און די ריכטיגע צייט'.
...
עס איז אגב ווערט צו פארנאטירן, אז במשך די יארן זענען 'געקומען און געגאנגען' א צאל ריכטיג געלונגענע זינגערס, וועלעכע האבן שיין געזינגן אן די הילף פון די 'קאמפיוטער דזשענערעיטערס', און וואלטן איינגעפאקט רוב פון די 'בעיבי בוממערס', איך וועל אויסרעכענען צוויי וועלעכע קומען מיר איצט אין געדאנק:

1. ארי קליין, מרדכי'ס שוואגער אויף וועמען מען האט גרויסע זאכן פאראויס געזאגט. און ווי אין ים אריין...

1. שמואלי ראזענבערג, א זינגער וואס האט ארויסגעגבן א קאסעטע 'אחינו' וואס דאן געשטורעמט די וועלט, פרעגט אייך נאר נאך.
די ביידע האבן שפעטער פראבירט צו מאכן א קאמבעק, אבער ס'האט עפעס נישט געכאפט.
...
אין צו די היינטיגע,

ליפא, ווייסט דאך יעדער איז דזשעני און מוזיקאלישקייט, אפילו אין טייטשן ווערטער קומט ער די נענטסטע צום קעניג, אלס טאלאנט אויס איז דער קרוין פרינץ, דא עקא, עס פעלט עהם קאנסיסטענסי, עפעס אן אומגעזעצטקייט באגלייט אים, זינט טאג איינס, עס פעלט אים קאמיוניקאציע מיט דער מוזיק, למשל ער וועט הארמאנייזן הערליך שיין, אבער... אויף א צווייטע קארד ווי די מוזיק,

ועוד, כדי צו זיין א כרכא דכולא ביה, זינגט ער אלע סטיילס, נישט שלעכט, אבער עכט גוט איז ער נאר אין געוויסע סטיילס. ער גראמט, די ווערטער גראמען טאקע, אבער פון פאעזיע איז דאס זייער ווייט,

אין איין ווארט, ווען ער זאל טוהן נאר וואס ער קען וואלט ער ביי מיר געווען דער ממשיך דרכו פון די צוויי גרויסע.
...
שוועקי, וועלעכער איז ווייט נישט אזא טאלאנט ווי קיין איינער פון די דערמאנטע, פארט האט ער געברענגט 'עפעס נייעס' צום טיש, הגם קיין מוזיקאנט איז ער ווייט נישט, האט ער א געוויסע 'תמימות'דיגע זיסקייט' וואס קומט זייער שיין ארויס אין זיינע אלבוימס, אבער נישט דאס איז דער עיקר וואס דער עולם גייט משוגע, וואס יא, די הויכע קוויטשעדיגע טענער פון וואס 'קטנים נשים ועבדים' ווערען מורא'דיג אנציקט.

ער האט אבער נאך א מורא'דיגע זאך, א גוטער פראדוסער....
...
צום שלוס, כדי טאלאנט זאל ארופקומען אויפן אויבערפלאך דארפן אסאך גוטע זאכן פאסירן, ס'דארף זיין איינער וואס איז פאראינטערסירט עס אויפצובויען, גוטע ניגונים, געלונגענע מארקעטינג אאו"ו, פאפולעריטי זעלבט איז נישט קיין ראי' לכאן ולכאן.

נאך א פאוינט, ס'איז דא גאר טאלאנטפולע זינגערס וואס זענען נישט 'געבליבן' אויפגעכאפט ווייל זיי האבן נישט געברענגט קיין 'נייעס' צום טיש, מבד, אברהם, ליפא, און אפילו שוועקי האבן געברענט עפעס צום טיש, ווידעראום גבאי, זייענדיג מער פראפעשענאל און פערפעקט ווי אנדערע, מער פאפולארלע פון אים, קען מען אבער נישט אנווייזן, 'וואס זאגט ער וואס א צווייטער האט נאכנישט געזאגט'.
.....................
דאס איז - סך הכל - איין מאנ'ס מיינונג...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 9:39 pm

רעקאמענדאציע:
דער גאנצער שמועס געהער, מעגליך, אין עקסטערן אשכול, וואס זאל זיך באציהן נאר צו דעם נושא המדובר כאן.

נו, מנהלים?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 12:30 am

אם ראשונים כמלאכים אנו כ....
קאנסט אונז טאקע אראפשטעלן ביזן קלענסטן כיתה.. ביז 'נשים עבדים וקטנים', אבער פארפאלן, לא לחכמים לחם, נישט דער מבין איז באלעבאס, דייקא נישט! נאר טאקע דער המון העם, מיט די פארטעמטע ידיעות, שרייען און וואויטן, שוואקי שוואקי שוואקי
פארוואס, אה וועגן... אויכעט וועגן... ווען ליפא וואלט ... ווען שוואקי וואלט נישט... ווען מרדכי איז און אברהם האט..
שוואקי קען אפילו נישט.. ליפא וואלט ווען געקענט.. גבאי אין אברהם'ס שיך, און גרונים אין גימפלס שיך..
שורה אחרונה, המגיד מראשית אחרית.. קום איך צוריק צו סקווער וואן. אט די טויזענטע עבדים נשים וקטנים עהרוועלען דעם לדבריכם אומ'טאלאנטפולע שוואקי. זיי זענען דאס רוב וואס ערוועלן אפשר אויכעט אבאמא... אבער רוב מנין רוב בנין גלייכט שוואקעי אלץ ממלא מקום, צו ס'איז ערפילט דאס מקום צו ניט
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 12:19 pm

מנשה'לע, דאונט טעיק מי סאו סיריעס, יא, עס איז אוודאי דא אין שוואקי'ן וואס צו גלייכן אויסער די קוויטשערייען.

'קטנים נשים ועבדים' איז אן איבעגעטריבענע מליצה, האסט רעכט.

דיין צושטעל צו אבאמא איז געוואלדיג,
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 4:10 pm

שוין, וואס דארפן מיר אין קרעטשמע זיך לאזן שטערן פון יענעמס וואויט, לאמיר מאכן א אייגענע וואויט.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 6:34 pm

שטארק זיך, מיר זיינען אייניג אויף רוב אישוס ווען עס סקומט צו מוזיק...
ארי קליין, שמואל ראזנבערג קאן איך נישט
(לולא דמסתפינא רוק איך אריין אהין וועבער'ן, אויב איז ער נאכנישט ווערד דערצו, טראכט איך וועט ער נאך איינמאל אנקומען דארט)

אה! פון חיים ישראל האביך אינגאצן פארגעסן!!! פאר שוואקי איז ער זיכער! סעם אפלייעס טו גד אלבז! ער קען זינגען! האסט אים נישט ליב? כווייס, אבער ער איז פון די איינציגסטע אידן וואס ווייסן 'עכט' וואס מיינט זינגען
אגב, דאנציגער וועגן די וואוט, כ'זייער מורא אז די שוואקי פענס האבן געוואויט מער מאל, ווייסט דאך דאס איז היינט א זשאוק צו טון... איי סאיז נישט מסתבר אז דעי חברה זאלן אויסמאכן אזאאא חילוק, אבער העי, יו קען נעווער נאו...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט