א בליק אויף חנוכה..

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

א בליק אויף חנוכה..

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 5:40 pm

ווי שוין דערמאנט אין א אנדערע אשכול, ארבעט ר' צבי ארי' פרוזינסקי -ארויסגעבער פון "א גוט יו"ט קינדער", א בליק אין שושן- אויף א נייע קינדער אלבוים.

לויט ווי ר' צבי ארי' גיבט איבער פאר ק.נ.א. גייט די יעצטיגע "א בליק אויף חנוכה" איבערשטייגן די פריערדיגע צוויי.

די אלבוים ווערט פראדוס'ד דורך "נפתלי משה שניצלער", (ווער דען?) אויך מוזיק מאכט "נפתלי משה", און פון געוויסע קוועלער דערוויסן מיר זיך אז דער קווייער מעסטער "משי קרויס" גייט מאכן קווייער.

עקטער'ס אויפן אלבוים, גייט זיין די באקאנטע עקטער'ס פון די לעצטערע באקאנטע פלעי'ס, אריינגערעכענט, "מרדכי הערש הערשקאוויטש".. חחחח.. (סארי, כאמעך צולאכט בלויז דערמאנענדיג זיין נאמען.)

וואס נאך? אהההה, די "טעיפ" (יא איר ליינט גוט, ס'גייט זיין טעיפ'ס אויך..) גייט ווערן דיסטריביוטעד ביי ניגון.

מער פרטים וועט נאכפאלגן.

בעק טו יו צייטליך.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 5:59 pm

דער הערשקאוויטש איז ביזי לעצטענס... הע? דא אויף שניצלער א אויף דעם און ער דארף נאך צווישן לויפן אויף אן הצלה קאל...
איך זאג עשה!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 2:41 pm

דער קאווער פונעם טעיפ האט דעזיינט דוד קויפמאן - דארט דעזיין

אויפן פארלאנג פונעם דעזיינער און ארויסגעבער פונעם טעיפ, האב איך אראפגענומען דער בילד פונעם דעקל. ואתכם הסליחה.
לעצט פאראכטן דורך עס עפעס אום דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 5:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 2:54 pm

כאגעוויסט אז עפעס האבעך פארגעסן צו מעלדן..

עס עפעס, טענקס.. ברענג נאך.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 11:04 am

אט איז דער קאווער (שוואכע רעזעלושען)

עס וועט זיין צו באקומען אין געציילטע טעג אין די געשעפטן!
צוגעלייגטע
cover_blick_chanukah.jpg
cover_blick_chanukah.jpg (32.49 KiB) געזעהן 4190 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 1:44 pm

אויב קען מען עדיטן דעם דעקל, זאל ער לייגן א שעדאו ביים אויבערטשן קוירטן, ווייל עס זעהט אויס ווי עס האקט זיך אפ די בילד דארט.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 1:47 pm

ווארום האט געשריבן:אויב קען מען עדיטן דעם דעקל, זאל ער לייגן א שעדאו ביים אויבערטשן קוירטן, ווייל עס זעהט אויס ווי עס האקט זיך אפ די בילד דארט.

גם אני בחלומי האלט אזוי,

חוץ דעם, דוד'ל, א הערליכער קאווער.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 1:52 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס נאך? אהההה, די "טעיפ" (יא איר ליינט גוט, ס'גייט זיין טעיפ'ס אויך..)


וויכי טייערער, ס'איז נישט ספארטס דא אבער כ'מוז דיר זאגן כ'בין נתפעל פון דיין היכל הנגינה ארבייט, ביזט דאך יא גוט, ווען איך ווייס ווען!

אבער וואס רעדטסטו פון א טעיפ? ס'איז נאך דא צו באקומען היינט א טעיפ? מ'האלט נאך נישט דארט אז מ'פארקויפט לינקס אויף יואטוב אנשטאט די אלטע רעקארדס, אבער א טעיפ? אפשר אין מוזיעם קען מען נאך טרעפן א טעיפ ריקארדער וואס איז גרויס ווי א שוך שאכטעל, היינט איז אלעס סידיס.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 1:56 pm

ווארום האט געשריבן:אויב קען מען עדיטן דעם דעקל, זאל ער לייגן א שעדאו ביים אויבערטשן קוירטן, ווייל עס זעהט אויס ווי עס האקט זיך אפ די בילד דארט.



אין פאקט האט עס דוד שוין געטוישט שוין לאנג צוריק, איך האב פשוט די אלטע ווערסיע, נאר דאס האט ער געמאכט אין שוואכע רעזעלושען.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 3:15 pm

דאס קינד קוקט אויס זייער דערשראקן.... כאף אז אויף די אפיציעלע קאווער שמייכלט ער עטוואס...
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 5:35 pm

יאסלמאן, טענקס פאר די קאמפלימענט.

און טאקע ווייל ס'איז פאני, האב איך געשריבן אז ס'גייט זיין טעיפ'ס.

וועגן די שעדאו, ס'האט מיך געשטערט, כאניש געוויסט וואס, אבער איך לאזעס פאר דוד, איך האלט אז ער איז א עכטע ארטיסט, ער וועטעס נישט אזוי ארויסלאזן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 9:14 am

וויכי'לע, ווי זאגט די וועלט א ווערטעל (ס'נאר א ווערטעל ווייל ערענסט מיינט עס קיינער...) credit is due when it's due. אין דיין וויכיפידיע זעהט מען אז אז ד'ארבייסט שווער. יו אר אלוועיס מעקינג מי לעף.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 10:31 am

יאסלמאן, טענקס, איך דארף שוין נישט קיין סאפפער היינט, איך בין שוין זאט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 9:32 am

איך האב זיך אויך געוואונדערט ווען ר' צבי ארי' האט מיר דערציילט אז עס גייט זיין צו באקומען אויך אויף טעיפס און ווען כ'האב אים געפרעגט ווער ס'נוצט נאך טעיפס האט ער מיר געענטפערט אז איך וועל זיין סורפרייזד וויפיל מענטשן האבן נאך טעיפס. פארגעס נישט אז ער האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע טעיפס/סי די'ס בעפאר און ער, צוזאמען מיט זיין דיסטריבוטער ישראל ווערצבערגער ווייסן נאך וויפיל עס לוינט זיך עס צו מאכן אויך אויף טעיפס.

אט האט איר פון זיינע הערליכע שטיק וואס ער האט ארויסגעגעבן:

א חנוכה טעיפ צוזאמען מיט ר' יונתן שווארץ מיט עטליכע יאר צוריק.

תשס"ח איז ארויסגעקומען 'א בליק אין מצרים' אויף א קליינעם פארמאט, און איז נישט געווען געהעריג פארשפרייט אין די געשעפטן, אבער איז אויסגעגאנגען נאך יענעם יאר צוליב די הערליכע ארבעט וואס איז געווען דערין אריינגעלייגט (דאס איז אגב געווען זיין ערשטע טרעפל אין די גאר פאפולערע 'בליק' סעריע..)

תשס"ט איז ארויסגעקומען די היינט בארימטע 'בליק אין שושן' וואס האט איבערגענומען די קינדער וועלט ווי אין א שטורם, אזוי ווייט אז אפי' יעצט וועט איך האב מסדר געווען מיינע סי די'ס אינדערהיים האט מיין קליינער זיך צוגעכאפט דערצו און איך קען אים שווער מסביר זיין אז יעצט איז נישט פורים אבער ווי נאר איך דריי זיך אוועק רוקט ער צוריק אריין דעם סידי אין מאשין (נאך א מזל ער קען זיך נישט אויס מיטן אייפאד, ווען יא, וואלט איך גארנישט אויףגעטאן מיטן אוועקנעמען דעם סידי און ער וואלט עס שוין געטראפן דארט...).

תשס"ט איז ארויסגעקומען 'גוט יו"ט קינדער' וואס איז א הערליכע טעיפ אויף אלע ימים טובים אין יאר.

יעצט איז נארוואס אנגעקומען אין די געשעפטן דעם נייעם טעיפ אויף חנוכה, און ווען כ'וועל עס הערן וועל איך קענען איבערגעבן די חידושים אינעם טעיפ.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 12:55 pm

יאפס ס'איז שוין אין די געשעפטן.

קיין באריכט דערפון קען איך נישט איבערגעבן, ווייל כ'האב עס דערווייל נישט געהערט.

איין זאך מוז איך נאר צוגעבן אז די ארויסגעבער פונעם טעיפ(?) האבן זיך בארעכנט און עס וועט זיין צו באקומען בלויז אויף סי די!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 1:07 pm

כהאב היינט אינדערפרי געהערט דעם טעיפ און כבין געהעריג איבערגענומען דערפון!

די אויסוואל פון די ניגונים איז עפעס געוואלדיג, נפתלי משה האט געמאכט א גאר גוטן דזשאב. די הארציגע ניגונים קען מען ממש וויינען און די לעבעדיגע ניגונים הייבט עפעס געוואלדיג.

די סאונד עפעקטס אויפן גאנצן טעיפ איז עפעס משוגע צו ווערן, גאר עכט און גוט אראפגעלייגט.

די מוזיק האט נפתלי משה אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות און עס זעט אויס ווי עס שפילן עכטע אינסטרומענטן.

אויך מושי קרויס האט געמאכט א אייזערנעם דזשאב מיט די קינדער כאור!

כה לחי!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 1:08 pm

געקויפט, געהערט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 1:25 pm

שיער פארגעסן צו זאגן: נאכן הערן דעם טעיפ, פארשטיי איך די טיפקייט פונעם דעקל פונעם טעיפ. דער טעיפ פירט אריין אין א דמיון פון אמאליגע צייטן כאילו מען פארט קיין ירושלים און מען האלט מיט "לייוו" וואס עס טוט זיך אפ אין די צייטן פון די חשמונאים.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 1:26 pm

געקויפט, שיינע סקריפט, מלא תוכן!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 11:29 am

איך בין נעכטן אריין אין א געשעפט, און געזען ווי אפאר אידן האבן געזוכט דעם אלבום, און דער געשעפטסמאן האט געזאגט: "נישטא מער"
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט