געגועים - יהודה גרין

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

געגועים - יהודה גרין

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 9:45 am

"וועלקאם, עווריבאדי טו דע נעשענעל פרעסס קאנפרענץ שעל ידי היכל נגינה, דע מוזיק סעקשן אף ק.נ. א.!
וואס..? מעהערט נישט..? קיינער..?

טעסטינג, וואן טו וואן טו... נו צייטליך, וואס גייט פאר מיט די מייק סיסטעם....!? ק נ א מאכט א פרעסע קאנפרענץ און די מייקס ארבעטן נישט...?? וואן טו, וואן, ווואאןן, ווואאןןן!!! ..אוואס..? כ'ער נישט..! פון ווי..? אקעי, פון אונטן ארבעט עס.. אוואס..? אויך נישט???? וויזוי קען דאס זיין..? איז וויכי דא?? זיי וועלן אונז נישט מוחל זיין....
די מיינסט אז זיי גייען אלע קומען ביים נעקסטן קאנפרענץ..?
אקעי, אקעי ראבויסיי!!! קנ"א טוט זיך עפענטליך אנטשולדיגן פארן נישט צושטעלן א געהעריגן פרעססע קאנפרענץ ווי פאראויסגעזאגט, סאו אונז וועלמער פירסטעוול ברעכן די נייעס אין קארצן, קיינער זאל אונז נישט קענען אויסכאפן, דיטעילס וויל פאלוי ווען די סיסטעם וועט געפיקסט וערן!! ווען..? דאס פרעג נישט מיר, די ווייסט ס'האט נישט מיט מיר..ששש, שא, ראבויסיי! מיר קענען אזוי קיין פרעססע קאנפרענץ נישט פירן!! נו..!! סארא חילול השם.. נו!! אז מ'וועט זיין שטיל וועט יעדער קענען הערן!האלטס ענק אלע שטיל, די פון פארנט זאלן איבערזאגן פאר די וואס זיצן אונטן:
"יהודה גרין, אדער ווי מאנכע רופן אים דער רעבע, האלט ביי די לעצטע פאזעס פון זיין נייע אלבום...!!

מיר טוען זיך ווידערעמאל אנטשולדיגן צום וויפלטן מאל, מיר האבן נישט פאראויסגעזעהן דעם פראבלעם; מיר האפן אז עס וועט געפיקסט ווערן ווי אומשנעלסטן!!
מיר וועלן נאכאמאל פראווען א פרעססע קאנפרענץ ווען מערערע דיטעילס וועלן ארויסרינען, און ווען די סיסטעם וועט געהעריג ארבעטן!!

די 'גרינע' ווייסן שוין אז ווען דער 'רעבע' קומט ארויס מיט אן אלבום לוינט זיך צו ווארטן...
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:35 am

דאס איז פיינע נייעס! מ'הערט מיך?
זיין ערשטע אלבום איז נאך פון די אלבום'ס וועלכע ליגן כסדר ביי מיר אין סטיריאו, קענט וועיט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:46 am

וויכי איז דא, אבער איך וועל מיך האלטן שטיל, ווארום, איך קען נישט פארנעמען יודא גרין..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 11:31 am

וויכי, וואס איז דיין באנק אקאונט #? ס'פארט שוין אריין א טשעק...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 1:37 pm

יאפס דאס איז געוואלדיגע נייעס. וויכי, איך האף אז דיין יעצטיגע אלבום וועט געלונגען פונקט ווי די פריערדיגע. איי כמה יפה! כמה יפה ונעים כששומעים השירה שלהם...
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 1:55 pm

געוואלדיגע נייעס.

לאמיך דיר זאגן שעפטיל. די פראבלעם מיט די מייק סיסטעם איז געווען א פאטאלער טעות צוליב א אינערליכער עלעקטאראנישער פראבלעם. אבער לערן דיך שוין אויס:

"איט'ס נעווער טו לעיט, ווי אלל מעיק מיסטעקס, נאו מעטער האו פאר, ווער עווער יו אר, איט'ס נעווער טו לעיט" (קרעדיט יהודה גרין)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

תגובהדורך Joba » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 2:29 pm

א שיינע קליפ פון יודא גרין

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 6:25 pm

יודא איז פיין, צייטליך א גוטע צוגלייך... ער איז זייער גוט אבער כ'האב פיינט ווען ער רעדט זיך איין אז ער איז שלמה'לע
איך זאג עשה!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 6:51 pm

שעפעלע, א דאנק פאר די פיינע נייעס, איך גיי ניסלעך פאר אום,
קען זיין אז איך בין פאני אבער איך פארנעם נישט שלמה'ן, אבער פאר אום בין איך קרעזי.
וויכי איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה,

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:06 pm

געלעגער האט געשריבן:קען זיין אז איך בין פאני אבער איך פארנעם נישט שלמה'ן,


געלעגער האט געשריבן:איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה,


כאפסט?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:24 pm

געלעגער, וואס זעהסטו?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 9:05 pm

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:יודא איז פיין, צייטליך א גוטע צוגלייך... ער איז זייער גוט אבער כ'האב פיינט ווען ער רעדט זיך איין אז ער איז שלמה'לע

וויזוי זאגט נאר די פשוטע יוד, מען וועט נישט שמייסן ליפא פארן זיין א צדיק, נאר פארן נישט זיין א פשוטע יוד,
אוי וואס רעד איך דא , עה דיסריגארד סתם א פליטת קיבארד,
עניוועי סעים מיט יודעל גרין, "זיי גרינער" זיי נישט א פרעמדער
לעצט פאראכטן דורך פרייליכערהייט אום מאנטאג נובעמבער 02, 2009 9:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 9:24 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:געלעגער, וואס זעהסטו?


די פארנעמסט נישט יודא'ן?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 12:37 am

נאופ! איך האב דאס שוין געשריבן אפאר מאל..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 7:07 am

אין דיפענס אף וויכי "על טעם וריח..."
איך זאג עשה!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 8:48 am

וויכי דארף נישט קיין דיפענס, אויב עפעס דארפן די וואס האלטן פון עם דיפענס..

איינער וואס מאכט נאך איינעם - שלמה קארליבאך - וואס האט נישט געקענט זינגען, און זיין גאנצע זאך איז געווען זיין געפיהל, און זיינע ניגונים, און ער האט דאס אויך נישט, (מיטן אויסנאם פון איין נשמת..) פלאס, ער האלצעך פאר א גאנצע זאך, איז נארמאל אז מ'גלייכט עם נישט, און די וואס גלייכן יא, דארפן דיפענס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:00 am

וויכי. לאזט מיך דיסעגריען מיט דיר? אפילו נישט, כ'פייף דיך אן. (כ'האב שוין צוריק מיין פיאנאו...)

ווען ער הייבט אן רעדן און נאכמאכן שלמה (זכיתו הגדול יגן עלינו, היינט איז די יארצייט, אפילו די פיש און די וואסערען וואטעווער) איז ער טאקע א בלויזער "קאפי-קערער" אבער ביים זינגען זינגט ער מעגליך שלמה'ס ניגונים אבער ער זינגט זיין קול און זיין סטייל, ער מאכט נישט נאך קיינעם.

הער זיין אלבום. מלא מתיקות. אפילו איך ווייס נישט פאראויס פון קיין שלמה וואלט איך דאס געגליכן.

באט, על טעם ויודא גרין אין מתווכח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:16 am

צייטליך, דו מעגסט דיסגעריען, אבער דו דיסעגרי'סט נישט.

דו זאגט אויך אז ווען ער מאכט נאך שלמה, איז עס עקלדיג, נאר דו זאגסט אז ווען נישט, איז עס יא גוט..

די פאקט איז, אז ער פראבירט נאכצומאכן שלמה'לה ווען ער קען, קוק וואו ער פראוועט א' סליחות, קוק וואסערע ניגונים ער זינגט, וכד'..

אגב, ארויפציען, קען ער כמעט נישט, ווען ער זעהט אז ס'גייט נישט, פראבירט ער אריינצוברענגען דעם עולם, אז דער עולם זאל זינגן..

אויב דו געדענקסט ביים קומזיץ אן דע האדסאן, האטער אנגעהויבן ווי שטארק ער האט ליעב אלע יודישע קינדער, און ער שפיהרט פאר א זכי' צו זיין מיט אונז..

....................[תוקן ע"י המנהל]
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:22 am

א רגע, און אז ער פרובירט יא נאכצומאכן קארלבאך? איז וואס? איז ער א בלויזער קוימען-קערער?
און ווען איינער מאכט נאך מיכא'ל איז יא בעסער?
עס לאונג ער מאכט עס גוט און ער האט גוטע ניגונים איז נאוטינג ראונג, ער איז נישט דער ערשטער וואס מאכט נאך קארלבאך סטייל, עס זענען דא נאך, איך געדענק נישט פונקטליך קיין נעמען קוק אין א מוזיק סטאר ביי די קארלבאך סעקשאן, סאום האו איז ער געווארן מער אויפגעפיקט און זיין אלבום איז בעסער געגאנגען ווי די אנדערע..

עניוועי, איך בין נישט יודא גרין'ס דיפענס מיניסטער...

אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

תגובהדורך Joba » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:25 am

ווי זאגט יענער פייט נישט פארען אמת

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:33 am

וויכי, אז ער זינגט ניגונים פון שלמה'לע מאכט ער אום נאכנישט נאך. אדרבא, דאס איז דאך זיין מעלה!

ווען ער רעדט - ווי אויפן שיף - האב איך דאס טאקע נישט ליעב, אבער אויף זיין גאנצער אלבום הערסטו דאס בכלל נישט.

האללאו ,אויב ווילסטו הערן איינעם ארויפציען הער אויס שלמי דאסקאל. ארויפציען מיט זינגען האט נישט קיין שייכות.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:18 am

אקעי, איך גיי צוריק וואו איך האב אנגעפאנגען..

איך גיי נישט רעדן, איך גלייך נישט יודא גרין, און פארטיג.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:25 am

וויכי כ'בין מיט דיר... איך האב נישט די זכי'ה איינצוזעהן אז ער קען זינגען :)

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 12:27 pm

און דאכטזיך אז דער זעלבער וואס האט איינגערעדט מיכאל אז ער קען זינגן , ער קען לעבעדיג מאכן יידישע חתונות, ער קען הייבן א ציבור, ער קען האלטן דעם עולם אין די לופטן, אבער זינגען מאן דכר שמי', און ער האלט זיך אויך נישט ביי זיין ארגינעלע מעלה וואס ער באזיצט,

און זייט ווען איז נאכמאכן א פראבלעם, ביזט מודה אז ער מאכט איהם גוט נאך ? עווערי וואן איז ריפלעיסעבל,

און אז דו ביזט ביי די דעה אז שלמה'לע האט נישט געקענט זינגן ווער קען יא ? וואס בכלל איז די גדר פון קענען זינגן,
מען דארף פארמאגן א קול ווי מ.ב.ד.? אדער א קוויטשקעדיגס ווי אברם פריד ? אדער א הויעכס ווי טויסיג ? א זיסער ווי וועבער ?
ווען וועט שוין וויכי זאגן פשט ?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 12:38 pm

פרייליכערהייט, לאמעך דיר עקספלעינען וואס א שיינע זינגער מיינט.

מיכאל שניצלער, יואלי שווארץ, שלומי טויסיג, בערי וועבער, שלומי גערטנער, שרגי געשטעטנער, און נאך אפאר וואס איך געדענק נישט, זיי באצאלן געהעריג פאר היכל הנגינה, זיי ווערן באקרוינט אלץ שיינע זינגער'ס, משא"כ, יודא גרין און נאך געציילטע האבן נישט באצאלט, אדער געצאלט צו ווייניג, זיי זענען נישט שיין. פינטל..

אבער דאס איז נאר צווישן מיר און דיר, זאג נישט פאר קיינעם, פארן עולם רעד איך איין, אז מיכאל איז לעבעדיג אויף א חתונה, און שלומי גערטנער איז גוט אויף א אלבוים, אברהם פריד מיט מרדכי, קנען טאקע נישט גוט זינגען, אבער ס'איז מיר געלונגען איינצורעדן פארן עולם אז זיי זענען גוט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט