בלאט 1 פון 3

זמירות לחנוכה

געשריבן: זונטאג אקטאבער 25, 2009 5:01 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'עפען אויף דירעקט א נייעם אשכול אפילו ס'זענען שוין פארהאן היבש אשכולות איבער חנוכה ניגונים (וואס כ'גיי זיי טאקע ארויפברענגן פון בעיסמענט). די דאזיגע אשכול איז נאר פאר די זמירות וואס מ'זינגט ביי די חנוכה ליכט.

ס'קומט דאך שוין באלד חנוכה, און כ'האב אנגעהויבן טראכטן וואס צו זינגן אויף די זמירות, בעיקר מעוז צור. אזוי ווי אין די לעצטע יאר איז זיך די היכל היבש צו-וואקסן, עמיר פרובירן צו הנאה האבן איינעם פון צווייטן. אלזא, פאר'ן עפענען דעם אשכול האב איך אפירגעזוכט אויב ס'איז דא אן אשכול וואס רעדט שוין איבער דעם, און וואונדער איבער וואונדער, כ'האב געטראפן א תגובה מיינס, וואס כ'האב שוין לאנג פארגעסן. וזה לשוני:
לחיים ולברכה האט געשריבן:קרעמער, אינטערסאנט, זינט כ'בין אריינגעטוהן אינעם עולם הנגינה האבעך נישט געזונגן דעם ניגון, ס'עקלט מיר עפעס שרעקליך.
כ'האב שוין עטליכע יאר פרובירט צו פאבריצירן אייגענע, אדער ארויפלייגן אלטע ניגונים אויף מעוז צור. ב"ה, היי יאר איז מיר פייגעבאלן אינעם ערשטן נאכט ארויפצולייגן אן אן הערליך ניגון (פון ר' בעריש ווישעווער) אויף מעוז צור, אן אלטע ניגון מלא חן. יעדע נאכט ווערט דאס בעסער און בעסער מיט'ן זעצן די ווערטער. כ'דאנק די באשעפער אויף דעם. גלייבטס מיר, ס'זינגטסעך גאנץ אנדערש. ס'נעמט טאקע לאנג, אבער ס'גייט אריין אין די ביינער.

נאך פון יענעם אשכול:
לחיים ולברכה האט געשריבן:הערטס מיכויס, אז טויזענטער אידן זינגן א ניגון, האבן זיי דאס זיכער מקדש געווען. אבער דאך, איך האדאס קיינמאל נישט געוואלט זינגן.

כ'גיי אייך נישט זאגן וואסערע ניגון כ'בין, באלד וועט נאך אנדי געוואויר ווערן אז כ'בין זיין שכן טיר ביי טיר.....

אבער עטס קענסט נעמען עני ניגון וואס איר זינגט אויף ברוך קל עליון, און ארויפלייגן אויף מעוז צור. למשל, די וועלטס ברוך קל עליון (וואס איז אייגענטליך א הכל יודוך פון מאדזשיץ), ס'האט 7 שטיקלעך און מעוז צור האט 6 שטיקלעך. אנשטאט זינגן 2 מאל דעם ערשטן פאל אדער די הויכע פאל, זינגטסעס נאר איין מאל, און..... א מחיה......

איר וועט זיכער נישט האבן קיין פראבלעם וויזוי אנצופילן די האלבע שעה..... און איר וועט האבן אן עונג רוחני! ביליעוו מי!

און נאך איינס:
אלץ-ווייסער האט געשריבן:האסט אפשר דעם ניגון פון בעריש ווישאווער
זיינע קאמפאציזעס זענען גאר געלונגען, לאמיר הערן וועלכע פון זיינע האסטו אויסגעקליבן?


נו, איך האב נישט געוואלט ארויסגעבן, און כ'האב פארגעסן וואס דער ניגון איז געווען... נאכ'ן שטארק אריינטראכטן האב איך זיך דערמאנט. ס'איז דא א ניגון פון ר' בעריש, נישט אזא באקאנטע, א בר יוחאי. א מעסטערפיעס וואס ער האט געמאכט פאר די וויזניצער הויף, און מ'האט דאס אמאל געטיילט אויף סידי ביי ר' ד"א יאקאב אין די סוכה. דער ניגון איז א שווער ניגון, און היבש לאנג (13:20 איז די לענג פון די טרעק), אבער ס'איז דא אינמיטן א שטיקל וואס ווען איך הער דאס, טוט דאס מיר אונטערהייבן שבע למעלה, עפעס שטארק לעבעדיג.

איך האב דאס פרובירט ארויפצולייגן אויף מעוז צור, אבער ס'גייט זייער שווער. אפשר פאר פרייטאג צו נאכטס שבת חנוכה איז דאס גוט, עמיר פרובירן נאכאמאל היי יאר אי"ה.
* * *


איז אזוי, איך וועל שרייבן די זמירות לחנוכה און די ניגונים וואס איך זינג, אדער וואס איך זוך און כ'בעט ווער ס'קען מיר ארויסהעלפן. יעדעס מאל איינער וועט שרייבן א גוטע עצה, וועל איך דאס פאוסטן אלץ א צוגעלייגטע נומער אין דעם תגובה אי"ה אין די קומענדיגע 24 וואכן שעה'ן (weekdays בלע"ז). חוץ אויב די מנהלים ואחראים וועלן טוהן א גענאדע און דאס טוהן פאר מיר. וזה החלי:

א) הנרות הללו
1. איך זאג דאס מיט א נוסח.
2. אמאל אמאל זינג איך פון די קווייער וואס איך האב קאמפאוזד אלץ בחור.
3. ס'איז דא זייער א שיינע פיטסבורגער ניגון דערויף.
4. די באקאנטע ניגון חב"ד.
5. ניגון ר' בנימין גאלדמאן, אויפ'ן טעיפ שעשה נסים (קרעדיט: 1X1).
6. אין וויזשניץ איז פאראן צוויי שיינע ניגונים דערויף - איינע פון זיי שטאמט פון רימינוב (קרעדיט: זיס).


ב) מעוז צור
1. איך טראכט צו זינגען היי יאר דער וועלטס ברוך קל עליון, הגם די ערשטע צוויי שטיקלעך דארף מען אביסל כאפן. מעוז - ברוך, רעות - רוכב, דביר - ואשרי, כרות - כל שומר, יוונים - חמדת/זכור, חשוף - קודש.
2. ניגון סקולען.
3. די וועלטס ניגון פון וואס איך עקל זיך שטארק.
4. ר' בעריש ווישאווער'ס בר יוחאי (פאר די וואס האבן אסאך צייט).
5. ניגון ר' משה גאלדמאן אויפ'ן טעיפ שעשה נסים (קרעדיט 1X1).
6. ניגון סלאנים (קרעדיט: זיס).
7. דזיקובער מארש אויפ'ן טעיפ 'והראנו בבנינו' (קרעדיט: זיס).
8. דזיקובער מארש (קרעדיט: זיס).
9. קדיש ניגון אין סאטמאר, משוך חסדך פון ר' ירמי' דמן (קרעדיט: זיס).
10. ניגון ברסלב פון לחיים חנוכה (קרעדיט: 1X1)

ג) ויהי נועם
1. דער פשעווארסקער ויאתיו (קרעדיט: שאץ מאץ).
2. סקולען (קרעדיט: זיס).
3. ניגון באבוב-קאמינקא פון לחיים חנוכה (קרעדיט: 1X1)

ד) למנצח
1. ר' ירמי' דמן האט א גוטע ניגון דערויף צוזאמען מיט אנא בכח - דאס האב איך געזינגען פאראיאר.
2. ניגון מודזיץ פון לחיים חנוכה (קרעדיט: 1X1)

ה) אנא בכח
1. ס'איז דא וואס זינגען מיט'ן נוסח פון 7 מאל יעדעס ווארט.
2. א שיינע מאדזשיצער ניגון (פאר די וואס גלייכן מאדזשיץ) - דאס זינגט איך רוב מאל.
3. ר' משה גאלדמאן האט א הערליכע ניגון דערויף אויפ'ן מלוה מלכה טעיפ - דאס זינג איך אויך צומאל.
4. אן הערליך דזשיקובער ניגון אויפ'ן טעיפ קבל רינת עמך (קרעדיט: זיס).
5. ר' ירמי' דמן אויף אורות גנוזים האט א שיינע ניגון, המשך פון למנצח בנגינות.

ו) מזמור שיר
1. מרן הקדושת ציון מבאבוב ז"ל האט א ניגון דערויף, ס'איז אויף 'מה אשיב' טעיפ - דאס זינג איך צומאל.
2. מרן הנ"ל האט נאך א ניגון דערויף אויף איינער פון די עלטערע שירי ציון טעיפס.
3. שאץ מאץ זינגט א ניגון וואס ער האט נישט קיין סימן דערויף.
4. א ניגון פון טברי' וואס מ'זינגט אין סלאנים (קרעדיט: זיס).
5. ניגון וויזניץ (קרעדיט: זיס).
6. ניגון בעל דמשק אליעזר מוויזניץ (קרעדיט: זיס).
7. ניגון בעלזא (קרעדיט: זיס).
8. ר' משה גאלדמאן האט א ניגון אויפ'ן טעיפ שעשה נסים (קרעדיט: לעניית דעתי).

ז) שיר המעלות לדוד
עני שנעלע ניגון, אבער כ'זוך נאך א גוטס.

ח) רננו צדיקים
1. אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס אלעס גוטס (וואס מ'זינגט אין אר"י ל"ג בעומר)
2. דער אלטע מעליצער ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט, ס'איז אויך דא אויף אן אלטע טעיפ פון ר' דוד ווערדיגער.
3. ניגון באיאן (קרעדיט: זיס).
4. נפשינו חכתה לה' פון וויזניץ (קרעדיט: זיס).

ט) שיר למעלות אשא
1. דער באקאנטע ניגון פונעם קדושת ציון ז"ל

י) אור הגנוז
1. כ'מיין אז נאר שאץ מאץ זינגט דאס ביי די זמירות, ער זינגט דערויף דער ראדישיצער ניגון (גאט פון אברהם פון ר' אביש בראדט).

- - -

אז איינער האט אנדערע ניגונים, ביטע פאוסטן.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 2:16 pm
דורך 1x1
א) הנרות הללו
5. ר' בנימין גאלדמאן [טאטע פון ר' משה] האט א הערליכע ניגון דערויף (אויף ר' משה'ס טעיפ שעשה נסים) - דאס זינג איך אויך צומאל.

ב) מעוז צור
5. ר' משה גאלדמאן האט א שיינע ניגון דערויף (אויף זיין טעיפ שעשה נסים) - דאס זינג איך אויך צומאל.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 2:25 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
לחיים ולברכה האט געשריבן:2. א שיינע מאדזשיצער ניגון (פאר די וואס גלייכן מאדזשיץ) - דאס זינגט איך רוב מאל.
.


וואס הייסט פאר די וואס גלייכן מודזיץ? ווער גלייכט דען נישט? בד"וו. ס'דא מער ווי איין אנא בכח פון מודזיץ

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 6:23 pm
דורך scy4851
לחיים ולברכה האט געשריבן:ב) מעוז צור
.
.
3. די וועלטס ניגון פון וואס איך עקל זיך שטארק.
.
.

פאר דריי יאהר צוריק געווען און ירושלים ביים גאב"ד ר' יצחק טובי' שליט"א ביי הדלקת נרות חנוכה און ער האט געזינגען דער ניגון...אויף א מייק..

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 7:33 pm
דורך לחיים ולברכה
ר' שמחה; איך מעג זיך נאך אלץ עקלען דערפון...

קעש; יעדער האט אפשר ליעב צו הערן, אבער ווייניג גלייכן אדער קענען זינגן מאדזשיץ, ס'איז שווער. און דו ביזט גערעכט אז ס'איז פארהאן נאך אנא בכח'ס, איך רעד פון די וואס מענדל ווערדיגער זינגט אויף די ספירה בשירה.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 8:34 pm
דורך לעניית דעתי
מזמור שיר חנוכת, איז דא אויף אלה מועדי פון ר"מ גאלדמאן. ער האט דאס געמאכט ביי די 15 יאר.

און רננו צדיקים איז דא אויף די ערשטע פאר פסוקים אויף דעם ודבריו טעיפ.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 27, 2009 8:13 am
דורך זיס
הנירות הללו
אין וויזשניץ איז פאראן צוויי שיינע ניגונים דערויף - איינע פון זיי שטאמט פון רימינוב.

ויהי נועם
סקולען.

אנא בכח
פאראן א שיינער דזשיקובער ניגון דערויף.

מזמור שיר
א טבריא'נער ניגון - מען זינגט דאס אין סלאנים.
וויזשניצער ניגון.
א ניגון פון בעל דמשק אליעזר מוי'זניץ.
בעלזער ניגון.

רננו צדיקים
א שיינער ביאנער ניגון - איך וואונדער מיר פון וואו ס'קומט.
א שנעלער וויזשניצער ניגון - זיי זינגען עס צומאל נאר אויף די ווערטער "נפשינו חכתה לה'".

מעוז צור
אין דזשיקוב איז פאראן צוויי ניגונים דערויף - עס קוקט אויס מער ווי א מארש.
ניגון סלאנים.
געהערט אמאל זינגען אויף דער ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר מוצאי יום-כיפור, ר' ירמיה דאמען זינגט עס אויף משוך חסדך - עס פארט ווי א הענט אין א הענטשוך.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 27, 2009 11:21 am
דורך scy4851
לחיים ולברכה האט געשריבן:ר' שמחה; איך מעג זיך נאך אלץ עקלען דערפון...

i don't like that nigun either

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 27, 2009 1:40 pm
דורך 1x1
לעניית דעתי האט געשריבן:און רננו צדיקים איז דא אויף די ערשטע פאר פסוקים אויף דעם ודבריו טעיפ.

קארעקשען: ס'איז אויף שומרים.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 27, 2009 7:49 pm
דורך לחיים ולברכה
לעניית דעתי האט געשריבן:מזמור שיר חנוכת, איז דא אויף אלה מועדי פון ר"מ גאלדמאן. ער האט דאס געמאכט ביי די 15 יאר.
און רננו צדיקים איז דא אויף די ערשטע פאר פסוקים אויף דעם ודבריו טעיפ.

שכח פאר די מזמור שיר. מיר זוכן נאר זמירות און נישט ניגונים לחנוכה, דערפאר איז די ערשטע פאר פסוקים פון רננו נישט רעלעוואנט.

זיס האט געשריבן:הנירות הללו
אין וויזשניץ איז פאראן צוויי שיינע ניגונים דערויף - איינע פון זיי שטאמט פון רימינוב.
וואו קען מען זיי הערן?
ויהי נועם
סקולען.
קען מען דאס הערן אויף די סידי ניגוני סקולען לחנוכה?
מזמור שיר
א טבריא'נער ניגון - מען זינגט דאס אין סלאנים.
וויזשניצער ניגון.
א ניגון פון בעל דמשק אליעזר מוי'זניץ.
בעלזער ניגון.
וואו קען מען זיי הערן?
רננו צדיקים
א שיינער ביאנער ניגון - איך וואונדער מיר פון וואו ס'קומט.
א שנעלער וויזשניצער ניגון - זיי זינגען עס צומאל נאר אויף די ווערטער "נפשינו חכתה לה'".
וואו קען מען זיי הערן?
מעוז צור
אין דזשיקוב איז פאראן צוויי ניגונים דערויף - עס קוקט אויס מער ווי א מארש.
אויף איין ניגון האב איך געשריבן וואו מ'קען דאס הערן, וואו קען מען הערן דער צווייטער?
ניגון סלאנים.
וואו קען מען זיי הערן?
געהערט אמאל זינגען אויף דער ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר מוצאי יום-כיפור, ר' ירמיה דאמען זינגט עס אויף משוך חסדך - עס פארט ווי א הענט אין א הענטשוך.


ומכאן הקריאה יוצאת, ווען איינער שטעלט ארויף א ניגון לזכות את הרבים, ביטע אויך צוצייכענען וואו מ'קען זיי הערן, יישר כח.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2009 8:54 am
דורך שלום עליכם
לחיים ולברכה, א גוטע געדאנק דעם אשכול, ייש"כ; אבער וואו יאגסטע זיך, ס'נאך דא זעקס וואכן ביז חנוכה!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2009 12:09 pm
דורך דארפסמאן
איך האלט אז מיר מיזען ארויס געבען א טעיפ אויף חנוכה מלע ניגינים וואס מען קען זינגען, מיר האבען דא ב"ה גיטע בעל מנגנים מיט שפילערס און עס קען ארויסקומען א גיטע ארבעט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 2:45 pm
דורך 1x1
כ'וועל צו לייגען זמירות פון לחיים טיש חנוכה:

ב) מעוז צור

מעוז צור - ברסלב

ניגון ברסלב, המושר גם על 'מה ידידות'.
------
ג) ויהי נועם

יושב בסתר - באבוב, קאמינקא

ניגון שמחה (בן ג' בבות) המושר בחצה"ק באבוב בעידנא דרעוין, בשעת המצוה טאנץ, ומיוחס למרן הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זצוק"ל. הוסב באלבום זה על כל הפרק "יושב בסתר" הנאמר לאחר מעוז צור, ע"י הרב יוסף משה כהנא.
--------
ד) למנצח

למנצח בנגינות - מודזיץ, ברסלב

המנגינה משוייכת לחצה"ק מודזיץ, ומחברה הוא האדמו"ר הראשון לבית מודזיץ הרה"ק בעל ה"דברי ישראל" זצוק"ל (בשנת תרמ"ח), מכונה במודזיץ "ריקוד קוזקל" (בסגנון הקוזקים). התפרסם מאוד והשתרש בחצרות וויזניץ, קרלין, סלונים, חב"ד וברסלב. (אך מקורה כנ"ל). וחסידי ברסלב צירפו ללחן את המילים - פרק "למנצח בנגינות".

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 2:57 pm
דורך 1x1
לחיים ולברכה האט געשריבן: ו) מזמור שיר
1. מרן הקדושת ציון מבאבוב ז"ל האט א ניגון דערויף, ס'איז אויף 'מה אשיב' טעיפ - דאס זינג איך צומאל.
2. מרן הנ"ל האט נאך א ניגון דערויף אויף איינער פון די עלטערע שירי ציון טעיפס.


אויף לחיים טיש חנוכה איז אויך דא א מזמור שיר פון באבוב, כ'גלייב אז ס'איז איינע פון דעי צוויי. ס'שטייט דארט אזוי:
ניגון קצבי שחיבר כ"ק אדמו"ר בעל ה"קדושת ציון" מבאבוב זצוק"ל הי"ד (בשנת תרפ"ה).

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 9:02 pm
דורך לחיים ולברכה
אויף לחיים טיש האבן זיי ארויפגעלייגט די ניגון פון מה אשיב טעיפ. ס'איז מער קלאסיש ווי דער אנדערע ניגון.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 4:20 pm
דורך משיח
אויף צו הערן די באבובע חנוכה ניגונים, קען מען רופן אויף
718-305-6300
דריקט 7 (ניגונים)
דאן דריקט 9 (ניגונים פאר די יעצטיגע סעזאן)
דאן קלויבט וועלכע ניגון איר ווילט הערן.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 3:11 pm
דורך 1x1
פרינטער פרינט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 06, 2010 3:19 pm
דורך 1x1
כ'ברענגעס ארויף לכבוד חנוכה, ס'נאך דא אפאר טעג

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 06, 2010 7:17 pm
דורך אויפריכטיג
היינט האב איך אויספרובירט דעם ברוך קל עליון אויף מעוז צור, עס איז געווען געוואלדיג; איך מיין איך בלייב מיט דעם.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2011 7:26 pm
דורך 1x1
1x1 האט געשריבן:כ'ברענגעס ארויף לכבוד חנוכה, ס'נאך דא אפאר טעג

באקאנטע ניגונים ארויף געזעצט אויף זמירות לחנוכה

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 09, 2011 12:21 pm
דורך Composer
https://download.yousendit.com/M3BscHBITmE1aVpBSXNUQw
דארפסמאן האט געשריבן:איך האלט אז מיר מיזען ארויס געבען א טעיפ אויף חנוכה מלע ניגינים וואס מען קען זינגען, מיר האבען דא ב"ה גיטע בעל מנגנים מיט שפילערס און עס קען ארויסקומען א גיטע ארבעט

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 09, 2011 12:45 pm
דורך 1x1
Composer האט געשריבן:https://download.yousendit.com/M3BscHBITmE1aVpBSXNUQw
דארפסמאן האט געשריבן:איך האלט אז מיר מיזען ארויס געבען א טעיפ אויף חנוכה מלע ניגינים וואס מען קען זינגען, מיר האבען דא ב"ה גיטע בעל מנגנים מיט שפילערס און עס קען ארויסקומען א גיטע ארבעט


Its nice. Last year they sold it by 1 of the torah tapes gmachim. The question is if its permitted to put it here for free

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 7:03 am
דורך גולם
אויף ויהי נועם זינג איך דעם ניגון וואס מזינגט מוצ"ש אויף שערי אורה
אויף רננו צדיקים זינג איך דעם סאטמארן אז ביום השביעי נחת

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 6:20 pm
דורך א גראם מיט טעם
[*]פראבירט אויף הנרות הללו שומר ישראל פין יוסי גרין -דוב האפמאן אויסגעקימען הערליך מיט הארמאני געוואלדיג!!!

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:50 pm
דורך משה חובב
איך וויל מיר באציעהן אויף די וויזניצע חנוכה ניגונים, וואס דאס ווייס איך, אין היות אז דא איז נישט קלאר פון וואס מ'רעדט, אדער נישט ריכטיג געוויסע פרטים וועגען דעם וועל איך שרייבען וואס איך ווייס.

אויף הנרות הללו איז דא צוויי ניגונים ווי דערמאנט
1. איינס פון ר' צבי מרימנוב הי"ד (און נישט רימינוב סתם מיינענדיג הרה"ק רבי מנחם מנדל וכדו', נאר ר' צבי וואס איז גיוועהן א בעל מנגן בחסד עליון און איז געהארגעט געווארען ביים קריג אין גראסווארדיין).
2. פון המלחין הנודע, ר' יצחק אונגאר הי"ו.

אויף מעוז צור איז דא כהיום 5 ניגונים.
דריי פון דעם ר' צבי מרימינוב
און נאך איינס פון ר' ניסן יוסט וואס מהאט בעיקר געזונגען ביים ישועות משה זצוק"ל אינדערהיים ביי סעודות ראש חודש.
און נאך איינס וואס ר' קלמן שטעקעל הידוע, האט ארויף געלייגט פון א ניגון פון ר' מענדעל כץ, א חזן ביים דמשק אליעזר (א זוהן פונעם אהבת ישראל)

אויף מזמור שיר איז דא צוויי ניגונים
איינס איז אן אלטער ניגון פון ר' פיניע חזן (ר' פנחס ספקטור)
דער צווייטער איז אויך אן אלטער ניגון פון דעם ר' פיניע חזן, וואס מ'האט מחדש לכבוד דעם חנוכת הישיבה פונעם אהבת ישראל, אין יאהר תרצ"א, און אין יאהר תשמ"ז ווען מ'האט מחנך גיוועהן דעם נייעם בנין אין שיכון וויזניץ אין ארץ ישראל, האט מען ארויס גענומען דעם ניגון נאכאמאל, אין דער קונסטליכער ר' בנימין הארטמאן הי"ו לרפו"ש האט דאס מוזיקאליש אוועק גישטעלט, אין אנגעפילט די לעכער מיט אנדערע שטיקלעך פונעם באוואוסטען בעל מנגן ר' חזקאל קלאגסבאלד ז"ל.

וועסטו דעך אוודאי פרעגן ווי קען מען דאס הערען, אין די טעלעפאן ליין פון ויזניץ אדמו"ר מהר"י אין א"י 'מערכת ויזניץ': 718-289-0350
אין מעניא נומער: 7437
דארט איז דא אלע וויזניצער חנוכה ניגונים מיט א שיינעם הסבר צו יעדען ניגון.