ווערטער פון ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

ווערטער פון ניגונים

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 10:49 am

כ'זיך אסאך מאל ווערטער פון ניגונים. געווענליך פון ר' חיים ישראל (וועלכער איז, אגב, יעצט פאר סוכות ארויס פון תפיסה ווי ער האט געשמאכט פאר בערך א האלבע יאר צוליב סבות). כ'האב איינמאל געטראפן א סייט וואס האט אלע ווערטער פון יודישע ניגונים אבער כ'האב פארגעסן די אדרעסס פונעם סייט און כ'קען עס נישט געפונען. ווייסט איינער פון אזא זייטל?
איך זאג עשה!

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » זונטאג אוקטובער 25, 2009 7:35 pm

שרייבט אריין דעם נאמען פונעם ליד אין "גוגלס", און דער זוך-אפאראט וועט אייך שוין צופירן צו די ווערטער. אויב עס זענען נישט פארהאן פיל לידער מיטן זעלבן נאמען דארף עס ארבעטן.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » זונטאג אוקטובער 25, 2009 8:57 pm

נאופס... ארבעט ניששט...
איך זאג עשה!

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:26 pm

גיב א ביישפיל פון א ליד. ביי מיר האט עס שוין פיל מאל געארבעט.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:44 pm

מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:03 pm

דעס איז נישט קיין קונץ. וואס זענען די ווערטער וואס העלפגאט זינגט דארט? "ואז יהיו"...?
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:17 pm

העלפגאט זינגט נישט ואז יהיו, ער זינגט קנא לשמך.
די ווערטער פון ואז יהיו איז: ואז יהיו כל ישראל צדיקים, והקוב"ה נוטל יצה"ר מהם, ויבואו למקרא ולמשנה וללימוד ודרך ארץ, ולעשות רצון אביהם שבשמים.

הערליכע ניגון הערליך געזינגען דורך ר' חיים ישראל
איך זאג עשה!

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג ינואר 19, 2010 8:24 pm

איך זיך די ווערטער פין די ניגון "ירושלים", געזינגען דורך MBD אויף זיין טעיפ תמיד בשמחה, ער זינגט עס דארט 2 מאל העברעאיש אין ענגליש, איך זיך די העברעאישע, אויב מעגליך די ענגלישע אויך,
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג ינואר 22, 2010 11:18 am

כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסן די ווערטער און די מקור פון 'דודי' פון אייזיק האניג, כ'האב עס יעצט געטראפן דא, לייגעכעס ארויף אפשר זוכטעס נאך איינער:
שמערי בערי האט געשריבן:איך וועל אייך מגלה סוד זיין פון וואו עס קומט די ווערטער:

א תלמיד פון ייטב לב, מיטן נאמען "יונתן בנימין" האט מחבר געווען פאר זיך א פריוואטע שיר לויט די ראשי תיבות פון די נעמען פון די אושפיזין, מיט גאר אינטערעסאנטע חרוזים. זיינס א אייניקל האט עס אהער געברענגט נאך די מלחמה (אין זכרון) און איבער געדרוקט, און עס געהאלטן אין זיין סוכה.

הרה"ח רבי אליעזר וויינבערגער ז"ל, מח"ס דמשק אליעזר, האט אמאל געזען דעם שיר, און עס איז אים מורא'דיג געפאלן, האט ער עס אריין געדרוקט אין זיין סידור דמשק אליעזר מיט די טייטש (די ערשטע דרוק, נישט וואס זיין זון האט איבער געדרוקט, וועלכע ענטהאלט בלויז וואכענדיגע תפלות).

ר' אייזיק האניג האט די ווערטער דארט געפונען, ביי אושפוזא דדוד, מיטן חרוז "דוד".

דודי אם כל עולם מקומך, עלי כבד עול גליות
ואם אותי תשוב לנוויך, הן לך תשוב המלכות
דוד ובנו הושב על כסא, ותוליכני לארצי קוממיות

אגב, עס איז זייער א אינטערעסאנט דער חרוז, און יעדע נאמען האט אין זיך מרומז די מדה פון יענעם אושפיזא (ווי איך האב פארצייכענט ביי דוד די ווארט "מלכות"). מען קען דעם סידור טרעפן אין די בתי מדרשים.

(בד"וו, עס איז דא עפעס א ניגון (כ'מיין אפשר פון פינקי???) אויף "אזכרה נגינתי מקדם..." איך געדענק נישט די ווערטער, דאס קומט פון דעם חרוז "אהרן" פונעם זעלבן שיר).


ייש"כ געשמאקער און שמערי.
http://www.teoria.com/ Music Theory

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » זונטאג ינואר 24, 2010 6:14 am

leiby האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פין די ניגון "ירושלים", געזינגען דורך MBD אויף זיין טעיפ תמיד בשמחה, ער זינגט עס דארט 2 מאל העברעאיש אין ענגליש, איך זיך די העברעאישע, אויב מעגליך די ענגלישע אויך,



עולם ומלואו בשישה
ברא ברוב חכמה
ובשביעי שבת בתנאי
שבוא יבוא עם בני אבות
ויקיים מצוות
ובזכותם הכל כדאי
קרוב לשנת אלפיים
נבקעו שמים
עם הנבחר קיבל תורה
העניק לנו כנדוניה
הארץ הקדושה
כבראשית המחשבה
בים ובמדבר תמיד ניסים גלויים
אימתה ופחד על כל העמים
חומות יריחו בתקיעת שופר נפלו
את ארץ ישראל מן הטומאה אז גאלו

ירושלים את ירושתנו
לא נעזבך לעולם את בית חיינו
לבית המקדש נעלה עוד בימינו
ארץ אבותינו ושלנו היא לעד

בראש פסגת הר מוריה
מקום העקדה
קנה דוד בכסף רב
אחריו כשמלך שלמה
בנה בחכמתו
מקדש פאר כולו זהב
הגיעו כל מלכי עולם
השתחוו כולם
לקל עליון גדול נורא
בעבודת הכהנים
שירת הלויים
קבלו העם פני שכינה
אך מפני חטאינו ופריקת העול
גלינו מארצנו החריבו את הכל
נשינו וטפינו לטבח כמו צאן
על נהרות בבל בכינו בזכרנו את ציון

ירושלים את ירושתנו...

עברו מאז אלפי שנים
תקופות של משברים
הלב פועם אינו מבין
צרות קשות ממש נורא
מיליונים בשואה
ובכל זאת ליבי מאמין
מאמין שעוד יבוא היום
עוד ישמע פתאום
קול השופר ממרחקים
יקומו לתחיית עולם
גם האבות כולם
ישובו בשמחת בנים
משמים בית מקדש ירד בנוי באש
עם ישראל מעולם לא התייאש
יום שהוא כולו שבת לעולמי עד
ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג ינואר 26, 2010 11:26 am

גאר אינטרעסאנט! הפלא ופלא!!! כ'האב יעצט געהערט דער ניגון ירושלים אויף ישיבה ווארלד ראדיו, און כא'נישט געקענט כאפן די ווערטער, טראכט איך מיר אז כ'האב שוין געזען ערגעץ וואו אין היכל הנגינה אן אשכול בנוגע ווערטער פאר א ניגון, קום איך אהער, און וואונדער איבער וואונדער, כ'דארף נישט פרעגן, כ'האב עס אויף א גאלדענע טאץ! שכוח לייבל פאר'ן שאלה, און שכוח קהלת פאר'ן תשובה!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך ינואר 27, 2010 1:25 pm

א שיינע ארבעט

א גרויסן שקועך!
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

א_פייג
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 09, 2011 9:39 am

דעם רבי'נס ניגון - MBD

תגובהדורך א_פייג » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:01 pm

וואו ביטע קען מען טרעפן די ווערטער פון "דעם רבי'נס ניגון", געזונגען דורך מרדכי בן דוד. ס'איז זייער א געשמאקע הארציגע ניגון.

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:03 pm

שלום עליכם א פייג מאכט אייך היימיש

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:03 pm

וויזוי איז די וועטער ביי ענק?

א_פייג
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 09, 2011 9:39 am

תגובהדורך א_פייג » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:11 pm

א דאנק אויף די קבלת פנים!

איך געדייקנט נישט צו פיל פון די ווערטער (כ'געדיינקט בעיקר די מוזיק). אבער די ערשטע שטיקל געדיינקט איך גוט: "אוי רבי! מיין הארץ, עס גייט. די נשמה ס'ביינקט און זי שרייט צו זעהן נאכאמאל דאס לעכטיקייט דעם שמייכל דעם חן, איך דערמאנט זיך פיל זכרונות און איך וויינט"

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:17 pm

איך קען נישט MBD קאסעטן, אבער ווארט צו נעם דיך פעסט שרייבן האלט אן די אשכול פון אויבן און תירוצים וועלן אי"ה קומען צופליסן, ס'קען נעמען א טאג צווי אדער א וואך אבער סעט אנקומען מערצע שעם. קיפ איט אפ!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:40 pm

The Yiddish Collection
טרעק 11

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מוצ"ש מאי 31, 2014 11:37 pm

איינער האט די ווערטער - אדער גאר די ניגון אויך - פון די ניגון "א נשמה לויטער און ריין" פון ר' משה גאלדמאן ע"ה (איך מיין עס איז אויף די כנשר קאסעט).

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » זונטאג יוני 01, 2014 5:47 am

(לינק אראפגענומען. די סידי איז דא צו קויפן.)

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » זונטאג יוני 01, 2014 8:27 am

פעפערקארן ביסט א צדיק, די ווערטער האטסו אויך?

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » זונטאג יוני 01, 2014 9:32 am

נשמה ליד ווערטער
Neshomo נשמה ליעד.pdf
(55.64 KiB) דאונלאודעד 265 מאל



ביטע אראפ נעמען דעם ניגון. מ' קען עס קויפן אין געשעפט.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » זונטאג יוני 01, 2014 9:41 am

ישר כח

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג יוני 02, 2014 7:06 pm

יוסף מוקיר שבת יו"ט ערליך
נאר אויב איר האט עס מן המוכן
א דאנק פון פאראויס
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

שטערנס
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 16, 2014 1:08 am

תגובהדורך שטערנס » פרייטאג יוני 06, 2014 3:23 am

הערט א מעשה ליבע אידן
אין גמרא שטייט געשריבן
און געוויס איר אלע פון דעם וויסן.
געווען א איד וואס האט געליטן
א אידענע מיט קינדער זיבן
יוסף מוקיר שבת האט ער געהייסן.
א גרויסער ארימאן
די הייזל ווי א שפאן
ארט בא דעם ים
פון ארימקייטן מן הסתם.
א גאנצע וואך אין יאך כסדר
א פארשמיטער און א נאסער
און נישט אויסגעגעבן קיין איין גראשן.
געטראגן האט ער אלטע קליידער
און געגעסן ברויט מיט וואסער
און די געלט האט ער איבערגעלאזן.
די קינדערלאך די פרוי
צופרידן געווען אזוי
אין הויז איז טאקע פוסט
אבער אלע האבן שוין געוואוסט.
אז דאנערשטיק פארטאג
וועט ער געבן צו די אידענע א זאג.
שנעלע בעל-הבית'טע קרוין
נעם דעם קויש און שוין
נא דיר די גאנצע געלט
און קויף אלץ וואס דיר געפעלט.
די בעסטע פיש
זאל זיין גרויס און פעט און פריש.
די בעסטע פלייש און וויין
ווי טייער עס זאל ניט זיין
און פרוכטן זייער פיל
זאל זיין אלץ וואס מען וויל.
און די אידענע איז אוועק
גענומען ברענגען גאנצע פעק,
א גאנצע נאכט
קיין אויגן נישט צוגעמאכט.
און געבאקט און געקאכט
א גרויסן לעקאך א גרויסן טארט,
און געקאכט און געבאקט
זאגט אין אויוון אש געקנאגט.
און פרייטיק ביינאכט
דריי אורחים האט ער געבראכט.
אין הויז איז ליכטיג און שיין
ווי אין גן עדן אליין
און פון אויבן אן
ווי א קעניג אויף זיין טרוין.
זיצט ר' יוסף אליין
און זינגט זיך זמירות מלא חן,
אשת חיל מי ימצא
אזוי עס ווי די שבת איז ניטא!

און אביסל וייטער דארטן
פונקט אנטקעגן יוסף'ס הייזל
געשטאנען איז א פאלאץ א פערמאכטער.
און ארום א שיינער גארטן
מיט א פלויג פון שטאל און אייזן
און א טויער שטענדיק א פערשפאכטער
געוואוינט האט דארט אהער
א גרויסער מליונער
א גרויסער באנדיט
האט פיינט געהאט א איד.
פיל געלט האט ער געקאנט פארמאגן
האט ער אויכעט נאך פיל יארן
אפשר שוין ווי אכציג און אריבער.
די פרוי די קינדער פלעגט ער זאגן
זיינען וואו אוועק געפארן
און אליין געלאזט האט מען אים איבער.
און ער קארגיזער געווען
קיין ארימאן נישט געוואלט זען
געלעבט גאנץ אליין
פונקט אזוי ווי א שטיין.
געדויערט נישט ליינג
און דער גוי ווערט זייער קריינק.
און אינמיטן נאכט
א דאקטאר האט מען געבראכט
וואס אויף די שטערן זעט
און ווייס אלץ וואס זיין וועט.
און ער האט ער געזאגט
אז אלץ וואס ער פערמאגט
וועט ירש'נען אט דער איד
וואס דער שבת היט.
דער גוי האט עס דערהערט
איז אים געווארן זייער שלעכט
האט ער א קונה געבראכט
און אלץ פערקויפט אינמיטן נאכט
אןו געקויפט פאר די געלט
א בריליאנט פון די גרעסטע אין דער וועלט
זיין הוט איבער געגרייט
און דער בריליאנט אריין געמעקט.

האט דער גוי אזוי געשפאלט
בארג און טאל ארויף אראפ
און האט פון מענטשן אנטלאפן.
ער האט זיין הוט מיט דער בריליאנט
קיינמאל ניט אויסגעטאן פון קאפ
און האט מיט דעם אפילו געשלאפן.
איין מאל איז ער אוועק
געקומען צו א פרעמדן ברעג
אן אייזעלע בריק
קען שוין נישט גיין צוריק.
און ווי ער איז ארויף געגאנגען
אויפן בריג ארויפגעקראכן
גענומען האט א רעגן צו גיסן.
עס האט בליצן אנגעפאנגען
און א שטורעם אויסגעבראכן
די הוט פון קאפ ארויסגעריסן.
געכאפט האט עס דער ווינט
אין ים אריין געשמיצט געשווינד
און דער גוי האט פון קלעם
אריינגעשפרונגען כאפן אים...
געקומען א פיש
געגעבן דעם וואסער א מיש.
פארשלונגען דעם הוט אין בויך
און ארויף געשווימען אין דער הויך
פישער האבן איר דערקאפט
און אין נעץ אריינגעכאפט.
און פרייטיג פארנאכט
האט דער פיש אויפן ברעג געבראכט.
מען זוכט ארום דארט און דארט
קיין קונה איז נישטא
הייסט מען זיי צו גיין
צו יוסף מוקיר שבת אליין.
זאגט ר' יוסף א שאד
מיין אידענע קיין כוח שוין נישטא
זאגט די אידענע זארג ניט אפ
איך האב נאך א ליידיקן טאפ.
ער האט געשנידן דעם בויך
און זי האט גענומען שרייען הויך:
א בריליאנט א בריליאנט!
עס גייט נישט אריין אין האנט.
א בריליאנט א בריליאנט
ר' יוסף גיט א בליק
א בריליאנט א בריליאנט
אבער צום שבת קומט עס ניט.
האט געזאגט א איד
אז די גאנצע מעשה איז קיין חידוש ניט
וואס אויף שבת מען פארווענט
קריגט מען צוריק מיט פראצענט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט