חיליק פראנק - חדש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

חיליק פראנק - חדש

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 10:19 am

כ'הער אז ר' יחיאל פראנק איז אויפ'ן וועג - אדער גאר שוין אנגעקומען - ארויס צו געבן א נייע אלבוים.
ר' יחיאל איז כמעט א יחיד בדורו אין שפילן קלארינעט. ער איז גאר הארציג און קונצליך, דערפאר ווערט יעדער וואס ווייסט עפעס מער אינפא געבעטן מיט צוטיילן די אייוועלט יודן.
איך זאג עשה!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 10:22 am

דאס איז וואס דזשואיש אודיאו שרייבט דינסטאג אויף טוויטער:

JewishAudio: New beautiful album "the heart & the wellsprings" by CHILIK FRANK, featuring 10 slow songs, in stores now!!

דאס מיינט אז עס איז שוין אין די געשעפטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 10:33 am

פיינע נייעס. עס זענען דא געציילטע בעסערע קינצלער פון אים, אבער די חסידישע ווארימע קלעזמער שטיק וואס ער פראדוצירט קען קיינער נישט. ער לייגט אריין זיין גאנצע נשמה אינעם קלירנעט, מען קען אים איבערהערן 1000 מאל.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 10:38 am

שכח צייטליך!

שעפטיל האט געשריבן:פיינע נייעס. עס זענען דא געציילטע בעסערע קינצלער פון אים, אבער די חסידישע ווארימע קלעזמער שטיק וואס ער פראדוצירט קען קיינער נישט. ער לייגט אריין זיין גאנצע נשמה אינעם קלירנעט, מען קען אים איבערהערן 1000 מאל.


יא! ס'איז יא דא איינער וואס קען דאס (און אפשר נאך מער) און דאס איז ר' משה (מוסא) בערלין
איך זאג עשה!

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:07 am

מוסא איז חיליק'ס רבי. ענדי סטעטמאן, אויך איז דא איינער רובין, זיי קענען אלע בעסערע קונצן ווי חיליק, אבער ווען עס קומט צו אידישע חסידישע ניגונים, שטייגט זיי דער אינגערער חיליק אלע איבער מיט זיינע שטיקלעך.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:10 am

דו ווייסט אז ער איז זיין רבי. ווייל איך האב געהערט קעגענזייטיגע שמועות דערוועגן.

ענדי איז אויך געוואלדיג אבער יא! ביסט גערעכט דער יחיאל איז פיל פאכיג בעסער פון אים. קע"ה.
איך זאג עשה!

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:13 am

ער אליין שרייבט אזוי און יעדן (?) אלבום, אין א ריזיגן תודה פאר אים.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:14 am

ערלעדיגט! ווייס איך שוין די אמת.
איך זאג עשה!

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:17 am

צייטליך האט געשריבן:דאס איז וואס דזשואיש אודיאו שרייבט דינסטאג אויף טוויטער:

JewishAudio: New beautiful album "the heart & the wellsprings" by CHILIK FRANK, featuring 10 slow songs, in stores now!!

דאס מיינט אז עס איז שוין אין די געשעפטן.



קלאנקערס איך ווייס נישט אויב די האסט דאס געמיינט ווייל ער גיבט ארויס יעדע פאר וואכן נאך א טעיפ...
דעי טעיפ איז הערליך!! אבער ער האט עפעס א זינגער דערויף וואס איך גלייך נישט :( .. אבער לאמיר קוקן אויף די בעסערע העלפט...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:29 am

אהא! אויב ס' ר' יחיאל לוינט זיך צו פרובירן.
אגב, זענט איר און די דזשאויש וואס ר' צייטליך ברענגט אראפ פון טוויטער (און הוא הדין פון יופאק) איינס און די זעלבע?
איך זאג עשה!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:33 am

כבין געווען אין מירון אויף ל"ג בעומר און ביי תו"א רבי'ס הדלקה שפילט חיליק אויפן קלארינעט, עס איז געווען א מעמד נרגש, מען האט געשפירט ווי ביי נעילה!

דער חיליק לייגט אריין געפיל אין יעדן בלאז וואס ער געבט. סאיז מבהיל על הרעיון, גיימער קויפן דעם טעיפ.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:38 am

עס עפעס פאר דו קויפסט עס ווייל אז נישט וועסטו נישט קענען אויפהערן צו הערן און דו וועסט בלייבן הונגעריג
איך זאג עשה!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 12:03 pm

;l;p- קעש
דער חיליק מאכט מיר זאט מיט זיינע מוזיק
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 12:06 pm

אי הכי ברויכסטו טוישן דיין ניק צו "הער עפעס" און לייגן א בילד פון חיליק אנשטאט די לעפל און פון א קלארינעט אנשטאט די גאפל.
איך זאג עשה!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 12:51 pm

קעש כמוז דיר אווארדן מיט נאך א ;l;p-
...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:49 pm

ווי זאגט אונשער פרעזידענט? "איים האמבעלד טא עקסעפט איט"
איך זאג עשה!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 3:21 pm

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:אהא! אויב ס' ר' יחיאל לוינט זיך צו פרובירן.
אגב, זענט איר און די דזשאויש וואס ר' צייטליך ברענגט אראפ פון טוויטער (און הוא הדין פון יופאק) איינס און די זעלבע?


אז ער איז נישטא וועל איך ענטפערן. יא. ער איז דער פון טוויטער און דער זעלבער פון יופאק. מיר האבן דעם טוטער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 5:01 pm

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:שכח צייטליך!

שעפטיל האט געשריבן:פיינע נייעס. עס זענען דא געציילטע בעסערע קינצלער פון אים, אבער די חסידישע ווארימע קלעזמער שטיק וואס ער פראדוצירט קען קיינער נישט. ער לייגט אריין זיין גאנצע נשמה אינעם קלירנעט, מען קען אים איבערהערן 1000 מאל.


יא! ס'איז יא דא איינער וואס קען דאס (און אפשר נאך מער) און דאס איז ר' משה (מוסא) בערלין

און וואס האלטסטו וועגן שמוא' ניימאן ?
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 7:28 pm

צייטליך חִחִ....

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 10:32 pm

בס"ד,

ר' חיליק פראנק איז א יחיד בדור מיט זיין קלערינעט, הגם "יהודא"-ענדי סטעטמאן און "משה"-מוסא בערלין זענען אויך געוואלד שבגעוואלד.

די זיסטע זאך איז נאך, צו זעהן דעם חיליק שפילן זיינע קונצן מיט'ן הוט און רעקל ווי א פשוטער כולל יונגערמאן (ברסלב'ער היט, לאנגע חסידישע פיאות).

אויפ'ן אינטערנעט האט זיך אמאל געדרייט א כליפע ווי חיליק שפילט דעם קארלינער "קה אכסוף" צוזאמען מיט א קאפעלע רוסישע (?) דארפישע מוזיקאנטן. הימליש, ממש הימליש. ער שאקלט זיך אהער און אהין מיט א געשמאק, שפילט די כלי מיט א בלעכענעם פנים, נישט רויט, נישט אנגעבלאזן, נאר גרינג און פליסיג כביעתא בכותחא, און קונצלט ארום מיט די פינגערס אז מ'קען פשוט אראפגיין פון זינען. מ'קען זעהן אויף די אלטע פראפעשאנעל שפילערס די התפעלות צום חסידישן יונגערמאן צווישן זיי.

פאראיאר ל"ג בעומר האב איך געקויפט א ל"ג בעומר סי-די פון ר' חיליק. גראדע, די ל"ג בעומר ניגונים אליינס זענען מיר נישט געווען אזוי אינטערעסאנט. שוין, זאל זיין. אבער די אנדערע צען טרעקס דארטן זענען איינס שענער פונעם אנדערן, אפאר קלעזמער, אפאר מארמאראשע, אפאר שנעלע, און אלטע ירושלמי סחורה צו באלעקן די פינגערס. אויך האט ער דארטן "תחיית המתים" - דאס ריכטיגע, די אריינפיר, די שטאטע שטיקל און די שנעלע טאנץ נאכדעם. שוין געזאגט פריער מ'קען אראפגיין פון זינען, אבער דא קען מען עס נאכאמאל זאגן.

לעצטנס האב איך באקומען זיין "על הנשמה" סי-די, אלעס שטאטע ניגונים. אפאר ציען מיך נישט אזוי, אבער אפאר זענען אויסצוגיין, בפרט די 'ארבעה בבות' פון חב"ד.

בקיצור, ר' חיליק מיט'ן קלערינעט, איינס אין די וועלט.

אגב, אויף איינע פון ר' ליפא שמעלצער'ס "קאלעקשאן" טעיפס (נישט די אייגענע, נאר ווי פראדזשעקט עקס אד"ג), שפילט חיליק איין ניגון (ליפא זינגט "נישט" קיין ווערטער דערויף, והוא פלאי אבל מובן היטב...), צוזאמען מיט א הערליכע פיאנא שפילער. כ'ווייס נישט צי ס'איז גוט אנשטאט א קאווע צופרי, אבער אנשטאט נאכטמאל איז עס זיכער גוט.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 9:12 pm

חיליק פראנק איז א יחיד בדורו אבער מוסא איז פיל טיפער און צומאל רייכער ווי יחיאל.
איך זאג עשה!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 12:17 am

WOW ווי אלע דא, גיי איך משוגע פאר חיליק'ן. יישר כוח פאר די נייעס.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 10:32 am

אויב מ'רעדט שוין פון קלעזמער שפילער, וואס איז מיט עקיבא בר חורין?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 10:32 am

און וואס איז די רעיטינג פון חנן בר-סלע?
אדער דוד העללער?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 10:33 am

חיליק האט לעצטנס ארויסגעגעבן שמחה לארצך, אינגאנצן א האלב יאר צוריק.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בן בוזי און 16 געסט