מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך ווייס אז ס'קוקט אויס קאמיש, אדער א פלענע פאנטאזיע, אבער דאס איז א פאקט.. א עכטע מעשה..

ארום 4:00 היינט נאכמיטאג, קלינגט מיין טעלעפאון, איך זעה א נאמבער וואס איך קען נישט.. א קיצר, אויפן צווייטן זייט איז נישט קיין צווייטער ווי די אלעמען באקאנטער זינגער, ר' מיכאל שניצלער...

וויכי, ס'מאכסטו?.. ב"ה, ווער איז דאס פרעג איך?.. דו ווייסט נישט?, פרעגטער... זאג איך, ניין, זאגטער דא רעדט מיכאל שניצלער, וואס זאגסטו?.. איך פרעג עם, מיכאל, וואס האב איך די זכיה?.. מיר האבן געפיהרט א שטיקל שמיעס, ס'אפשר נישט געווען קיין 'סוד שיח', אבער היבש אינטערעסאנט, איז עס געווען.. און תמצית הדברים, אז ר' מיכאל ארבעט אויף צוויי נייע טעיפ'ס.. איין יודישע, ווי 'די נשמה פלאם', און איינס א פשוטע, איך האב נישט עספיעט צו פרעגן וועגן די פשוטע, צו ס'מיינט א חתונה סטייל, אדער נייע ניגונים, אבער די יודישע טעיפ, וועט לויט ווי ער זאגט איבערשטייגן זיינע פריערדיגע..

ער זאגט אז די ארענדזשמענטס גייט מאכן 'הערשי גינזבערג', וואס האט געמאכט זיין ערשטע יודישע טעיפ.. און ר' פנחס וועבער, (פינקי) האט דארט צוויי ניגונים, וואס לויט ר' מיכאל, האט ער נאכנישט געהערט אזאנע שיינע ניגונים פון פינקי.. און אויך ליפא שמעלצער.. האט דארט אפאר גוטע זאכן זאגטער..

ער האפט אז די אלבוים וועט זיין גרייט נאך ימים טובים.. (ווען?) און 'אדרת' וועט אי"ה זיין די דיסטריביוטער...

ווער ס'ווייסט מער, זאל ביטע מעלדן..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וויכי זאג סגווען מעלאנע אין די זייט ?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יעצט קען מען רואיג זאגן: ב'עם-בי-די הוה עובדא...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ס'חוצפה, יואלי צייטליך איז אים נישט גענוג גוט? מוז ער גיין פאשן און פרעמדע פעלדער?..
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאשקע האט געשריבן:יעצט קען מען רואיג זאגן: ב'עם-בי-די הוה עובדא...


יוי ביסטו קוקו.. ;l;p-

וויכי, שכויעך פאר די נייעס. אינטערסאנט אז רעדענדיג היינט מיט מיכאל'ן זאכט ער מיר אז ער האט נעכטן נישט געהאט קיין קאנעקשאן פאר זיין טעלעפאון איבערן טאג.. :lol: :lol: :lol:

וויכי, אויב רעדסטו נאכמאל מיט אום, זעה צו קריגן עפעס א אינטערווי..כ'מיין צו זאגן א פריוויוו פון אום.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וויכי;

וואס איז זיין ניק דא ? :|
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

נא גילו
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויפן פארלאנג פון די אויבערשטע תגובה שרייבער, האב איך פארבינדען מיט ר' מיכאל, (איכער, האסט די פיקטשער?) און נאך א שטיקל שמיעס, האב איך עם געזאגט, איך וויל אריבער קומען צו דיר, איך וויל הערן מער וועגן דעם נייעם טעיפ, און ער האט מסכים געווען..

פארגאנגענע וואך פרייטאג, פארט זיך א יוקאן אריין קיין סיגעיט, און פארט צו צום הויז פון ר' מיכאל, פארקינג איז דא גענוג, סאו מיר האבן געפארקט הארט פארנט פון זיין הויז, איך בין אריין צו ר' מיכאל אין שטוב, ווי ער האט מיך אריינגעפיהרט אין זיין פריוואטע צימער, ער האט אריינגעברענגט איבערצובייסן, און קאלטס צו טרינקען, און מ'האמער אנגעהויבן רעדן אביסל פונעם טעיפ..

איך האב עם געזאגט אז איך וויל עם קודם ווייזן וואס ק.נ.א. איז, איך האב עם געגעבן א טור אין היכל הנגינה, ס'איז עם זייער געפאלן, ער האט מיך געפרעגט צו זיין טעיפ שטייט שוין אויך דא, האבעכעמעס געוויזן, יויש האטער געלאכט.. ער האט מיך געפרעגט צו איך גיי אויך אראפשרייבן אלעס אזוי פונקטליך וואס אונז רעד מיר יעצט...

קיצר מיר האבן פארברענגט, און דערנאך האב איך עם געזאגט, מיכאל, אונז ווייסמער אלע, אז 'מיכאל שניצלער' דארף נישט קיין אינטרעדאקשן אין די נגינה וועלט.. סאו איך גיי נישט יעצט פרעגן וועגן דיין זינגען, אבער דיין נייע אלבוים, דאס וויל דער עולם יא וויסן, סאו לאמעך פרעגן אפאר פראגן, איך זאל קענען איבערגעבן פאר די חשובע ליינער..

איך בין געווען שאקד, ווען ער זאגט מיר, הער אויס וויכי, איך האב דא 'כמעט' אלע ניגונים אויפן קאמפיוטער, "איך גיי דיך עס לאזן הערן", אבער דו מוזט מיר גאראנטירן, אז דו גייסט נישט שרייבן וואס די ניגונים זענען, קענסט שרייבן אז ס'איז גוט, נישט גוט, איך אליין וויל נאך אויך הערן וואס דיין מיינונג איז, אבער שרייב נישט קיין דיטעלס... איך בין געווען שאק'ד, אבער אזא עקספיריענס ריפארטער ווי וויכי, ווערט נישט פארלוירן, איך זאג עם שאר!! זיכער!! איך וועלעס הערן, און דיר געבן מיין מבינות, און פארן עולם מיט-טיילן נאר די בעיסיקס..

איך האמעך אראפגעזעצט ביים קאמפיוטער, ער האט מיר אנגעצינדן די ערשטע ניגון, איך בין געזיצן געפלעפט, איך מוז ענק זאגן, פינקי האט שוין לאנג נישט געמאכט אזא גוטס, ס'איז צודרייט צו ווערן, א לעבעדיגע ניגון, פיהל מיט גוטע ליינס, און שטייצעך, תוכן'דיג..

די צווייטע ניגון, אויך פון פינקי, איך וועל ענק זאגן דעם אמת, די מעשה איז געווען גוט, אבער נישט ווייסעך-וואס, אבער די צווייטע האלב פון די ניגון, איז געווען אויסטערליש, איך האב שוין געהערט ווי די סופראנאו פייפט אריין, וואטעווער, ער האט געמאכט א גוטן דזשאב, אבער ווי געזאגט, איז עס נישט געווען א דבר השלום, ווייל די אנפאנג איז נישט געווען אזוי מעידזשער, אבער איך האב נאך גארנישט געזאגט..

(דא האט ער אריינגעברענגט פיינע ווארימע קיגל, אהההה.. דאס איז גוט געווען, כאמעך ניטאמאל באדאנקט, אזוי פארגאפט בינעך געווען פון די טעיפ..)

די נעקסטע ניגון איז געווען א אינטערעסאנטע ניגון, איך בין געזיצן, און איבערגעהערט און איבערגעהערט, יעדעס מאל עקסטער געלאכט, די קאמפויזער געדענקעך נישט וויזוי ער הייסט, אבער ער האט געמאכט פאר ליפא, 'א פשוטער יוד' ניגון, ער איז געוואלדיג..

אויך האט ער (וויזוי הייסטער?..) געמאכט נאך א ניגון, נישט אזוי פאני, אבער זייער שיין, א אינטערעסאנטע איידיע, און א שיינע טאן..

דערנאך זעמער אנגעקומען צו ליפא'ס ניגון, דא האט מיכאל נישט געוואלט גיין ווייטער, ווייל ליפא האט עם געבעטן אז ער זאל עס נישט געבן פאר קיינעם, נאר פאר ווער ס'איז אינוואלווד אדער העלפט פאר די טעיפ, בלית ברירה האב איך פארגעשלאגן, אז איך בין גרייט צו העלפן, איך האב געטוהן א זאך וואס האט ארויסגעהאלפן פאר די טעיפ, און אזוי האב איך געקענט הערן די ניגון, און גלייבטס מיר, איך האב נישט אזוי ליב ליפא'ס זינגען, אבער איך האב זייער הנאה געהאט פון זיין ניגון, ס'איז נישט קיין ראק וכד', ס'איז זייער אינטערעסאנט, און שיין, און א גוטע תוכן'דיגע מעשה..

ווייטער בין איך געגאנגען צו די ניגון פון מאטי אילאוויטש, דאכצעך אז ער האט צוויי, אבער פון אזוי לאנג לאכן און הערן, איז שוין געווארן זייער שפעיט, האב איך געבעטן ר' מיכאל אז איך וויל צוריקקומען נאך שבת, און, אז איך וויל צוריקומען מיט מיין קאלעגע צייטליך, וואס וועט עם קענען מער העלפן ווי איך, ער האט מסכים געווען, און ער האט מיר נאך פארענדיגט צו זאגן די מעשיות פון די איבעריגע ניגונים, און נאך איין מאל, איינס ביי איינס זענען זיי גוט, סיי די פון מאטי אילטוויטש, און סיי פון די אנדערע, (איך געדענק נישט קיין נעמען אויף די מינוט..)

מיר האבן זיך געזעגענט אויף דערווייל, און ר' מיכאל האט מיך געזאגט, אז ער בעיט נאכאמאל, איך זאל מיך האלטן שטיל, און נישט רעדן, אבער ער וויל הערן מבינות, איך האב עם געזאגט אז מיר וועלן זיין בקשר, און איך בין אהיימגעגאנגען זיך גרייטן צום שבת..

(תיקף נאך שבת, זעמער שוין געווען אין פארבונדינג, צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, ווען ר' מיכאל האט מיר געמאלדן אז ער האט א נייע בלעקבערי, און ער דארף הילף דאס אויפצוסעטן, און ב"ה, מיט די הילף פון מאשקע, בינעך געווען בייהילפיג..)

נעכטן נאכט, קאלט מיך ר' מיכאל אן, וויכי, סעט זיין דא? איך ווארט אויף מבינות?, און ער זאגט, אז דער עיקר וויל ער וויסן אויף איין געוויסע ניגון, און טאקע די ניגון פון פינקי, די שטייטע, (איך האב געהאט א גוטע שמעק, מיר האטעס אויך נישט אזוי געשמעקט, ווי געשריבן..) איך האב עם געבעטן ער זאל אריבער שיקן די ניגון צו ק.נ.א., און דא, וועט מען קעיר נעמען דערפון..

נאכן עס שיקן צו די ראנג אדרעסס, איזעס ענדליך אנגעקומען, און די צוויי גרויסע עקספערטן, "וויכי, און צייטליך", האבן דאס אויסגעהערט, און מ'האט באשלאסן, אז יאפ, דא דארף מען אביסל פיקסן, און ר' מיכאל האט מיר געזאגט, אז פינקי האלט שוין אינמיטן, און ער האפט אז די נייע וועט זיין 100 פראצענט גוט. (איך וויל נאכאמאל ארויסברענגען, אז די 'נישט גוטע' ניגון, איז נאך אלץ געווען א הערליכע זאך, אבער נישט קיין דבר השלום, ווי ס'פאסט פאר א 'מיכאל שניצלער אלבום'.)

ר' מיכאל האט זיך באדאנקט פאר די הערות, און נאכן עם פארזיכערן אז אונז האמער אלעס דילידעט, האמער זיך אפגעשמיסט צו טרעפן נאכאמאל, אין די גאר נאנטן צוקונפט, צו קענען הערן די איבעריגע, און איבערגעמאכטע ניגונים..

מיר האפן צו באריכטן ווייטערדיגע אנטוויקלונגען..

בעק טו יו צייטליך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ער האט שוין א דעיט ווען עס קומט ארויס ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העסט נאך אסאך שוויצן ביז דעמאלטס.. ווארשיינדליך, נאך ימים טובים..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
די קאמפויזער געדענקעך נישט וויזוי ער הייסט, אבער ער האט געמאכט פאר ליפא, 'א פשוטער יוד' ניגון, ער איז געוואלדיג..

אויך האט ער (וויזוי הייסטער?..)


shauly groosman
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ, יו גאט איט!..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וויכי טענקס פאר דיין דעטאלירטע באריכט.
מיין סעקאנד העלף קען שוין קוים ווארטן אויף די נייע 'מיכאל' טעיפ.

אגב, איך בין אויך גרייט צו העלפן עפעס פארן טעיפ... קען איך מיטקומען נעקסטעס מאל ?
העכסענס וועלעך בלייבן זיצן אויף די סטעפסעס...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

וויכי טייערער זעהר געשמאק באשריבן ווי שטענדיג!

ווי שוין אמאל ערווענט, קען איך מיך מיט יואל הערש פוקס און ווי איך האב מיך אינטערגעהערט פאריגע וואך, האט ער געמאכט א ניגון פאר מיכאל. (ער האט שוין געמאכט פאר מיכאל 'שמעלקעלע בעל עגלה' און 'דער הייליגער בארדיטשובער' ועוד ניגונים. לעצטנס אויך פאר טויסיג ) און ווי כ'האב געהערט פון זיין ברודער ישעי' פוקס וואס שרייבט ווערטער פאר די ניגון, האט זיך מיכאל אויסגעדרוקט אז ס'איז א הערליכע ניגון. האסטו עפעס 'ביי עני טשענס' געהערט פון דעם ניגון?
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

שיינע באשרייבונג וויכי, אזאנס, דו קומסט אן איבעראל, ווען מיין אלבום קומט ארויס וועל איך דיך רופן... איך גרייט שוין אן די קוגל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכי, מיינסט טאקע אז כ'האנישט וואס צו טון נאר צו כאפן פיקטשער'ס? אויפצורייצן? דאס יא, צו דעם בינעך א מומחה.

עניוועי, כ'בין עדות אז ער האטצעך צוגעבינדן מיט מיכאל, אבער דאסיז אלעס וואס כ'האב צוגעזען, סאו פאר ס'איבריגע מוזט איר אים אליינס גלייבן.

וויכי, יישר כח. שיין באשריבן. (מ'קען מיינען אז דו האסט נישט געוואוסט.)

איזאק, צו צוהעלפן מיט דיין אלבום וועט וויכי, און צוהעלפן צו עסן די קוגל, דאס קען איך אויך, לאמעך נאר וויסן די מקומות הקדושים און די זמנים.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איזאק האט געשריבן:שיינע באשרייבונג וויכי, אזאנס, דו קומסט אן איבעראל, ווען מיין אלבום קומט ארויס וועל איך דיך רופן... איך גרייט שוין אן די קוגל.


פארשטייסט די חילוק?
מיכאל האט קודם אנגעגרייט דעם אלבום און נאכדעם דעם קוגל. דו גרייטסט קודם אן דעם קוגל נאכדעם דעם אלבום...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פלאפי, איך טריי מיך צו דערמאנען, אבער איך געדענק נישט, אז דו וועסט מיר געבן די טאפיק פונעם ניגון, וועל איך דיר קענען ענטפערן, אבער פליז אין אישית..

איך גיי זיין צוריק נעקסטע וואך, אי"ה.. און איך וועל טשעקן..

טענקס אלע פאר די קאמפלימענטס..

איזאק, איך גיי אלעס טוהן.. איך ווארט אויף דיין קאלל..

און פאר איך שלח, וויל איך קלאר זאגן.. איך האב עס געוואלט שרייבן אין מיין פריערדיגע תגובה, אבער היות איך שרייב פון בב.. און די פראגראם וואס איך נוץ, אפערע מיני, לאזט נישט אזויפיל קערעקטערס דורך, האב איך עס ארויסגענומען..

איך שרייב דא "כמעט" נאר עכטע פאקטן, אביסל איז פארדרייט צוליב זיכערהייט אישו'ס.. איך האב נישט קיין שום נגיעה אין דעם טעיפ מער ווי עני אנדערע.. איך בין נישט אין די ליין.. און איך ארבעט נישט פריוואט פאר מיכאל..

די אלע וואס גלייכן נישט זיין סטייל, זאלען נישט קויפן, ווייל וויכי זאגט אז ס'גייט זיין גוט.. ווייל על טעם וריח, אין להתוכח..

איך האב געהערט די ניגונים, ס'איז זייער שיין, און בעיסד אויף זיינע פריערדיגע טעיפס, זעה איך אז ער קען, ער לייגט אראפ א גוטן דזשאב.. און איך האלט אז ס'גייט זיין ווערט צו קויפן..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האסט געפרעגט מיכאל אויב ער געדענקט ווען ער איז געזיצן ביי מיר אין שטוב און מיר געגעבן אויסצוהערן אפאר ניגונים פאר איך שרייב אונטער אויף די קול קורא קעגן זיינע טעיפס?

איך האף אז דיין מעשה איז אמת'ער ווי די אויבערשטע שורה...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, איך כאפ נישט דיין לעצטע שירע..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

א הערליכע ריפארט, שכוח וויכי.
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

thanks for the report! veechee
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

וויכי, טענקס פאר די אינפאו, קיפ איט קאמינג ;l;p- ;l;p-

דארפסמאן האט געשריבן:ער האט שוין א דעיט ווען עס קומט ארויס ?

איך הער ער פלאנט עס זאל זיין אינדערויסן ימים טויבם צייט אי"ה. קענט וועיט
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבטאראפ »

ר' מיכאל שניצלערס אידישע טעיפס זענען אלע הערליך איינס שענער פון צוייטן
טראץ וואס כ'בין נישט קיין חסיד פון זיין געווענליכע זינגן טעיפס, גלייך איך זייער שטארק די אידישע טעיפס
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח וויכי. דיינע ריפארטס זענען געוואלדיג.
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”