מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אנפאנג צווייטע ניגון שפילט עפעס א הייזעריגע פידל, ווייסט איינער פשט דעראין, איך פארשטיי נישט דערצו.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

יאפ, שוין געהערט דעם טעיפ עטליכע מאל, איך בין מיט וויכי: דער אלבום איז געלונגען די בעסטע פון אלע פריערדיגע נשמה פלאם. די רעיונות, די ניגונים, א מחי' צוהערן. מיכאלס שטימע גליטשט זיך א נחת..

השלך, איז A-1!! די קווייער דארט איז גארדזשעס!

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז גינסבערג קען אזאנס אהערשטעלן; ער האט מיך איבעראשט.

דעם טאטן ניגון, דארף איך דאך נישט רעדן, די ניגון, די ווערטער, פינקי איז מוראדיג. ווי איך זעה איז דאס נישט חידוש, ער האט דאס געבויעט אויף א פריערדיגן ניגון 'לעכטעלע'. אבער, גאנץ גוט געלונגען..

די ניגון 'שבת טיש' האט מיך ממש געברענגט טרערן. די ניגון, די ווערטער, ממש עס גייט אריין טיף טיף.

"טרעק 5" איז געווארן די טאלק אף די טאון, נישט נאר אין קרעטשמע. מיכאל, הער מיך אויס: עס א באזונדערע זכי' פאר דיר אויב די האסט באוויזן צו שיקן דעם מעסעדזש, איך מיין עס איז געלונגען! די ווייסט דאך יא.. בכלל די ניגון גליטשט זיך א מחי', די מוזיק, סאו סוויט. איך כאפ אבער נישט ווי עס קומט אין פזמון די ווערטער בנוגע חתימות און איסורים, טו מאטש, אבער מיכאל איז גוט.

ס'גענוג.. חחחח..

מאטי אילאוויטש האט א הערליכן ניגון, בשבילי, הערליכע ווערטער, ארט. מיכאל זאגט זייער גוט. שיינע קאהר.

די שמחה ניגון איז זייער א פרייליכע ניגון, זיך צו הייבן דעם מוט. מיכאלס קול איז דיפרענד דארטן. מסתם א אנדערע סטודיא, דאס לאז איך פאר די מבינים.

איי די שיך פארציילן.. יא זיי פארציילן אסאך. זיי רעדן אין א שטומע שפראך, אבער די בילד אינעם בוק פונעם ריזיגן בארג פון שיך, זאגט דאך אזוי סאך, עס שרייט ביזן הימל אין א געשריי וואס וועט זיך קיינמאל נישט אפשטעלן. די שיך ניגון איז די בעסטע ניגון פון די אלבום, צוזאמען מיט הערליכע מוזיק. די איידיע איז אנבעליוועבל, די ניגון איז מוראדיג צוגעפאסט צו די ווערטער. מיכאל שניידט שטיקער. עס ציפט.

ווען ס'קומט צו א וואלעך, לעבט מיכאל אויף אלע באקן.. די געווארפעכץ ניגון איז זייער גוט, א געשמאק צו הערן, ער קומט אריין מוראדיג גוט.

דער לעצטער ניגון איז אזוי: שאולי גראסמאן האט א הערליכע ניגון, מעכטיגע רעיון, איך האב מוראדיג הנאה געהאט. מיכאל זינגט הערליך, אבער איך האלט אז מיכאל'ס שטימע באלאנגט נישט פאר דעם ניגון.. מען קען זיין מחולק מיט מיר.

הקיצור, איך האב נישט חרטה פאר די 16 דאללער, עס האט זיך פולקאם אויסגעצאהלט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

לעניית דעתי האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:טאקע א הערליך ניגון, מיך שטערט נאר... די למ"ד פון ואלוקי ביי 4:04 וואס כ'האלט אז ס'איז אאף.

(לאמירעס שפילען אויף Am סקעיל, מיכאל זינגט די למ"ד פון ואלוקי ביי 4:04 אויף D, איך האלט ס'קומט אויף E, ס'שטימט אסאך בעסער די המשך - קי אבותי, כ'האף מ'פארשטייט וואס כ'מיין.)


ניין אזוי גייט דער ניגון.


אויב די ניגון גייט אזוי, איז די ניגון (ביי דעם תנועה) נישט שיין געמאכט געווארן (לענ"ד).

ס'נאר אינטרעסאנט אז אפאר מאל איזעס יא געזינגען וויזוי איך וויל... איז מאך אפ, גייטעס אזוי צי נישט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאודע באטל, די קרעדיט קומצעך פאר הערשי קניהויז, אבער נאר פארן שרייבן די ארטיקל, און נישט פארן ניגון, ווייל ווען די ארטיקל איז געשריבן געווארן, איז די ניגון שוין געווען רעדי.

ווען מיכאל האט מיך געפרעגט אויב איך האב עפעס א איידע פון א ניגון, האב איך עם געזאגט אז איינער האט געשריבן א ארטיקל, ער זאלעס ליינען, ווען ער האט געענדיגט ליינען קאלט ער מיך אן אז ס'איז זייער א גוטע איידיע, אבער ס'איז שוין דא די איידיע.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

EMT האט געשריבן:נאכן הערן די סידי 10-12 מינימום וואלט איך גערעיטד די ניגונים אזוי

שטייטע

2 מיין קינד טרעף מיך
8 שיך
6 די וועלט...
10 ווער ווארפט
4 מודה אני
11 א גוט מארגן שעפעלע

לעבעדיגע

5 די בחור'ס צוואה
1 השלך
3 רבות
7 עבדו
9 קוויטל

כך נראה לעניית דעתי (נישט די ניק)


EMT ס'ווענד'ט זיך אויף וואס דו קוקסט ווען דו "רעיטס'ט" א ניגון, מ'קען קוקען אויף די ווערטער אדער אויף די ניגון אליין. למשל די
ניגון נו. 5 איז די ווערטער וואס מאכט די ניגון ווייל די ניגון אליין איז נישט עפעס ווייסעך וואס.
עבדו איז נישט די ניגון און נישט די ווערטער עפעס מורא'דיג.
קוויטל איז זייער א גוטע ניגון און די ווערטער זענען אויך זייער גוט אפשר אביסל קאמפליצירט אבער גוט.
מיין קינד טרעף מיך איז א מצב ניגון אבער ס'האט אסאך אלטע תנועות און ס'איז צו מרה שחורה.
שיך ניגון איז געוואלדיג אבער נאר די ניגון. די איידיע איז אויף געוואלדיג און דער פזמון אויך, אבער די איבעריגע ווערטער פונעם ניגון איז היפש שלעכט. ס'קוקט אויז ווי ער באוויינט עפעס א שוסטער. ס'וואלט געקענט ארויסגעברענגט ווערן אסאך בעסער.
נו. 10 איז געוואלדיג סיי די ניגון און סיי די ווערטער.
מיין בעסטע ניגון איז רבות מחשבות.
ברייטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטליך »

שמערי בערי האט געשריבן:
א קוויטעלע, איז געוואלדיגע גראמען. ישעי' פוקס איז גוט. דער טאן פון די ניגון איז אבער נישט א חידוש, ס'דאכט זיך הערנדיג ס'ערשטע מאל אז ס'איז א אלטע ניגון מיט אביסל געטוישטע טאן. אבער ס'איז גראדע א געשמאקע סמוט ניגון.


איך גלייך גראדע זייער דעם ניגון און איך ווייס אז מיכאל איז געגאנגען ניסלעך פאר די ניגון. איך האלט אז אויב מ'לייגט ארויף א גוטן חתונה פזמון קען עס גיין פיין אויף חתונות.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

איך האב יעצט געקויפט די "כל הגולם כולו"
האב איך דעס געטראפן אינעווייניג
וואס האט עס חדשות?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואס האסטו געטראפן?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אויף וועלכע נאך אלבומס (חוץ פון די 1'שטע און 2'טע פון מיכאל, און עננו פון זיין ברודער(?) שרולי) ערעינדזשט הערשי גינזבערג די מוזיק? ער מאכט זייער א שיינעם דזשאב!
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

די טרעק 1 איידיע האט שוין יונתן שווארץ אמאל געהאט מיט די זעלביגע מעשה, אבער דער ניגון איז עי-וואן, איך וואלט געצאלט א צוואנציגער פאר די ניגון אליינס

טרעק 6 האט די איידיע פון ליפא שמעלצערס א פשוטע איד ניגון, אבער עס איז זייער א שיינער ניגון

די טרעק 10 משל האט שוין יונתן שווארץ אויך געהאט אויף די המזמרים ספירה סידי

מען מעג איבערניצען איידיעס, איך קאמענטיר נאר סתם אזוי לידיע'
נו גוט, נו שוין!
פנים חדשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנים חדשות »

פרעזידענט האט געשריבן: מען מעג איבערניצען איידיעס, איך קאמענטיר נאר סתם אזוי לידיע'

כ'טראכט אז מ'קענעס אפשר מדמה זיין צו עני פסוק תהילים וכד' וואס מער ווי איין קאמפאוזער מאכט א ניגון דערויף.
פנים חדשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנים חדשות »

כ'זע אויפן קאווער אז המזמרים זינגט אויפן קווייער?
פנים חדשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנים חדשות »

פרעזידענט האט געשריבן:דער ניגון מיר זענען שיך איז עפעס מורא'דיק הארציג

ס'טאקע זייער הארציג די טאן, קען מיר אבער איינער מסביר זיין פשט פון די ווערטער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אין וואשינגטאן די סי איז דא די באקאנטע האלאקאוסט מוזיעם, דארט איז דא איין פלאץ ווי ס'ליגן טויזענטער שיק איינס אויפן צווייטן, די שיך זענען איבערגעבליבן פון אונזערע זיידע'ס וואס די נאצי'ס ימ"ש האבן אויסגע'שחט'ן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

דארט אויף די וואנט הענגט א טאוול, מיט די ווערטער וואס מיכאל זינגט אויפן פזמון.. "מיר זענען שיך, מיר זענען לעצטע עדות"... האט מען געמאכט א ניגון ארום די ווערטער, ווי די שיך רעדט, און "די שיך פארציילט", און די פזמון איז טאקע די ווערטער "מיר זענען שיך, מיר זענען לעצטע עדות"...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נאדער די ארגינעלע ענלישער ווערסיע ווי עס ליגט אונעם האלאקאוסט מיוזיעם.

We are the shoes, We are the last witnesses
We are shoes from grandchildren and grandfathers.
From Prague, Paris and Amsterdam
And because we are only made of fabric and leather
And not of blood and flesh,
Each one of us avoided the Hellfire


ס'איז ווערטער וואס רירט מיר יעדעס מאל ביים איבערהערן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אגב, די תנועה 'מיר זענען שיך' איז די זעלבע ווי 'בעולם הבא' פון בערי וועבער.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

1X1, יא יא, עס הייבט זיך אן די זעלבע.

מעגליך אז יענער ניגון האט אויך נפתלי משה קאמפעזירט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

די מעשה איז, אזוי דער בערי שפירא איז געוועהן אין וואשינגטאן די סי אין די מוזיאם און ער האט געזעהן די טאוועל איז ער געווארן זייער איבערגענומען און ער האט גלייך גערופן מיכאל אז ער האלט אז עס איז גוטע איידיע און מיכאל האט עס אנגענומען און געמאכט דעם ניגון און די פזמון האט ער גענומען פון די טאוועלע אזוי ווי צייטליך און וויכי האבן שוין געשריבן.
א חתימה ברויך מען האבן ?
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

צייטליך האט געשריבן:נאדער די ארגינעלע ענלישער ווערסיע ווי עס ליגט אונעם האלאקאוסט מיוזיעם.

We are the shoes, We are the last witnesses
We are shoes from grandchildren and grandfathers.
From Prague, Paris and Amsterdam
And because we are only made of fabric and leather
And not of blood and flesh,
Each one of us avoided the Hellfire


ס'איז ווערטער וואס רירט מיר יעדעס מאל ביים איבערהערן.

כאגעטראפן א בילד אויף די אינטערנעט, כ'ווייס נישט צו דאס איז עס.
אטעטשמענטס
1240103620_13ff2760a4.jpg
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אין בעיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין בעיה »

אגב, באלד וועט זיין א ווידיא אינטערוויא מיט מיכאל אויף VIN
אין בעיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין בעיה »

צייטליך האט געשריבן:נאדער די ארגינעלע ענלישער ווערסיע ווי עס ליגט אונעם האלאקאוסט מיוזיעם.

We are the shoes, We are the last witnesses
We are shoes from grandchildren and grandfathers.
From Prague, Paris and Amsterdam
And because we are only made of fabric and leather
And not of blood and flesh,
Each one of us avoided the Hellfire


ס'איז ווערטער וואס רירט מיר יעדעס מאל ביים איבערהערן.


די מחבר פין די ווערטער איז Moshe Szulsztein, Yiddish Poet
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דאס איז די בילד פון די בערגעל שיך אונעם מיוזיעם. איך האב דערווייל נישט מצליח געווען צו טרעפן א בילד פונעם שילד, מעגליך אז יא יא האט די ריכטיגע.
אטעטשמענטס
We are the shoes.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די טאן איז שוין אלט 3 יאר אדער מער, און דער בדחן "הערשי דייטש" פון מאנסי, האט געמאכט א גוטע דזשאב מיט די גראמען..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

די בילד מאכט א שוידער אין אלע ביינער
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

די שיך ניגון פאסט אין ענגליש פאר עיבי ראטענבערג
נו גוט, נו שוין!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”