נייע אלבום 'ותערב' - יעקב אליעזר גראד

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

נייע אלבום 'ותערב' - יעקב אליעזר גראד

תגובהדורך mona lamm » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 11:09 am

אינטערסאנט אז קיינער האט עס נאך נישט געמאלדן.

אויף קאלמעוואסער איז געווען אדווערטייזט א נייע טעיפ מיט'ן נאמען ותערב, דורכ'ן בעל מנגן יעקב אליעזר גראד.

ווער ס'ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן.

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 12:19 pm

די דעקל
צוגעלייגטע
veseorev-298x300.jpg
veseorev-298x300.jpg (26.29 KiB) געזעהן 4610 מאל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 1:43 pm

קודם וויל איך הער מער פרטים איבער דעם נאמען, יעקב אליעזר גראד.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 2:23 pm

כאב די זעלבע פראגע א_ווי מאשקע,
הערסט מאשקע? ווייסט עפעס מער, מעלד אהער ביטע.
דאנקע שעהן.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אמינה
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 1:44 pm

תגובהדורך אמינה » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 2:43 pm

ער וואוינט אין קר''י ער האט אהין געמאפט פון ווימ''ס בערך א' יאר ציריק זיין טאטע ע''ה איז פון אנטווערפען זיי זענען קרעטשניף חסידים (ר' הערשעל'ע) זיין ברידער איז יואל גראד פון ר' זיידל'ס שטארקע חסידים

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 2:44 pm

all i know is that he's also singing on 'rock be'simcha', so let ask my music

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... c=&start=4

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 4:46 pm

יעצט געהערט די פאלדענדע אינפארמאציע

הרב גראד איז גאר א גרויסע מומחה און נגינה פעל ווי ער האט אליינס פראדוסט זיין אלבום אליינס קאמפויזט. די נגונים און אליינס אפגעזינגען א חוץ איין ניגון וועלכע איז

א חוץ איין ניגון וועלכע איז קאמפוזט אין געזינגען געווארן דורך בן ציון פאלאטשעק וואו אויך האט ער דארט עפעס א ילד הפלא

דו מוזיק האט געמאכט מענדי הערשקאוויטש פון פרייליך בענד. ריקארדעט און געמיקסט דורך יוסי בלומענבערג און די קווייער דורך משה קרויס עם קעי סטאדיאו

עס איז א רייע פון 10 חסידישע נגונים וועלכע איז שוין לאנג נישט געווען אויפן אידישן מארקעט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 5:08 pm

לויט ווי איך האב געהערט דעם פריוויו אויף קול מבשר, זענען דאס פרישע ניגונים, נישט קיין אלטע סחורה. אמת?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 5:32 pm

אזוי האב איך אויך געהערט. ס'איז זיינע אייגן פאברעצירטע ניגונים.

פרייליך בענד די מוזיק, MK די קווייער, אה, דאס קוקט שוין אויס היימיש.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 5:42 pm

ווייל פון תמים'ס רייד קען מען זיך איינרעדן אז דאס זענען אלטע ניגונים וואס זענען אראפ פונעם מארקעט. מען דארף וויסן וויאזוי צו ליינען זיין קאמענטאר:
תמים האט געשריבן:עס איז א רייע פון 10 חסידישע נגונים וועלכע איז שוין לאנג נישט געווען אויפן אידישן מארקעט

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 6:07 pm

I don't know who did the music but its not live music. So freilech didn't do the music...

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 6:11 pm

תמים פארשאפט דעם קאווער פון די סי-די, שפעטער הערט ער ערשט אינפארמאציע. סי-גיט
עניוועי ווארט איך צו הערן דא פון די מבינים אויב עס לוינט זיך צו קויפן, מיין געשעפט האט עס נאך נישט.

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 8:52 pm

my_music האט געשריבן:I don't know who did the music but its not live music. So freilech didn't do the music...


גערעכט איך האב טאקע יעצט באקומען א ידועה אז מענדי אליינס האט אלעס אפגעשפילט אן א בענד ווי ער האט אראפ געלייגט א פאכמאנישע ארבעט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:09 pm

נאטורליך, איך פארשטיי נישט וואס דיין פראבלעם איז מיט תמים, ער טוט דאס פאר היכל הנגינה מיט כמעט יעדן אלבוים.

אין יעדע אלבוים וואס ווערט דא געמאלדן און אונז האמער נישט קיין אינסייד אינפערמעשען, ווערט ער עס געוואור..

סאו איך כאפ נישט וואס די פראבלעם איז.

תמים, מיר שעצן דיין ארבעט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:04 am

איך האב זיך פשוט געווינדערט פון וואנעט ער נעמט דעם קאווער דעזיין אן וויסען ווער איז דער מו"ל. אויב האב איך אים באליידיגט בעט איך איבער ברבים.
אין די דעזיין דעפט. זעה איך ווי דער מחבר פון א דעזיין לייגט ארויף זיין דעזיין דערנאך קומט ער מיט דריי אנדערע ניקס און קלאפט זיך און ריקען.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:12 am

נאטורליך;

ווען איך וויל שרייבן אזא תגובה קוק איך אויף דיין בילד קודם.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:20 am

כ'האבעס נעכטן געהערט מיט איין אויער ארויסזינגען פון א קאר, ס'האט אויסגעקוקט גוט.

נאטורליך, אויב מ'האט א דעזיין פון א דעקל דארף מען וויסן ווען די מחבר איז געבוירן געווארן און צו ער האט א ציגעלע בארד ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 9:45 am

נאטורליך, איך ווייס נישט צו דו ביסט באקאנט, אבער דא אין היכל הנגינה איזעס ווייט נישט אזוי, נאר יעדער פראבירט צו דערגיין אינפאמאציע, אמאל א קאווער, אמאל א נאמען..

בנוגע גראפיק'ס, איך קען א גרויס חלק פון די גראפיקער, איך קען זייערע ניקס, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דיין באהויפטונג אז מ'קומצעך אליין קלאפן אין רוקן, ס'קען זיין אז ס'איז דא איין צוויי, אבער רובא דרובא זענען נישט אזוי.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 10:01 am

די ילד הפלא איז לויט ווי איך האב געהערט איינע פון זיינע קינדער
געהערט פון א שכן זיינעם וואס זאגט ער האט הנאה יעדן שבת פון די טישן זיינע..

עפעס מער אינפאוי פון די דיסטריביוטער זיינע מרמ מוזיק?

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 11:56 am

יואל'ס אינגערע ברידער?
דעקל איז גאנץ פיין!

פריוויו פליז.

_
אגב, וויכי און אנדערע אין די ליין, א שאלה צו אייך:
כידוע קאסט א טעיפ אומגעפער 40 אלפים און העכער, איז ווי נעמט מען זיך אונטער אזעלכע אומגעהויערע סומעס, אן צו האבן א ברענד נעם?
וואס אין בעסטן פאל, וועט עס נישט דעקן די הוצאות...
הלמאי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 11:57 am

ווארום האט געשריבן:יואל'ס אינגערע ברידער?

עלטערע ברודער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 12:08 pm

ווארום האט געשריבן:_
אגב, וויכי און אנדערע אין די ליין, א שאלה צו אייך:
כידוע קאסט א טעיפ אומגעפער 40 אלפים און העכער, איז ווי נעמט מען זיך אונטער אזעלכע אומגעהויערע סומעס, אן צו האבן א ברענד נעם?
וואס אין בעסטן פאל, וועט עס נישט דעקן די הוצאות...
הלמאי?


זינט ער האט אליין געמאכט מערסטענס פון די ניגונים און ער האט נישט קיין לייוו מוזיק האט מען שוין געשניטן א ריזיגער חלק פון די הוצאות.

בכלל, ער ברויך מאכן כאטש איינמאל א סידי צו ווערן א 'ברענד נעים' וו די רופסט דאס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 1:29 am

איך ווייס נישט ווער סהאט געמאכט די דעקל, אבער די טלית מיטן מענטש זענען זייער בולט צוויי באזונדערע בילדער

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 9:29 am

דא האט איר א פריוויו
http://www.chasidinews.com/art.php?act=798

ווייסט איינער וועלעכע ניגון איז פין בענצי פאלאטשעק?

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 9:29 am

אגב מ'זעהט אז עס איז א one man band


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט