א זיס לעכטיג יאר זאלן מיר אלע האבן אויסגעבעטן, ווי אויך גאנץ כלל ישראל.
צום נייעם יאר וועל איך דא אביסל מיטטיילן מיינע געפילן, איינע פון די פלעצער ווי עס הערשט א גרויסע התעוררות ביים דאוונען אין אונזער שול, איז ביי די תפילה פון 'היה עם פיפיות', מען זינגט עס טאקע אבער עס איז כדאי אביסל אריינצוקוקן אין די ווערטער דארט, עס שטורעמט אויף דאס הארץ.
דעריבער, און צו דעם וועל איך צוקומען, ווען איך האב געהערט די ניגון וואס איך גיי דא געבן א געלעגנהייט פאר אייך צו דאונלאודן, האב איך געווישט די טרערן, למען האמת דאס האב איך דאס נישט געהערט ס'ערשטע מאל אין אפיס נאר אין קאר אויף א לענגערע וועג, וואס געוויסע וועלן פארשטיין די חילוק, בעת וואס אין אפיס טוהסטו עפעס אנדערש אין די צייט וואס די הערסט מוזיק, אבער ביים פארן אויפן הייוועי קענסטו זיך געהעריג מתבונן זיין אין די ניגון.
אקעי פיין לאמיר צוקומען, פאראיאר די צייט פאר די ימים נוראים איז אין די מאגאזין ''כל העולם כולו'' מיט געקומען פאר אומזיסט א סידי וואס רופט זיך ''ממעמעקים'' אלס א מתנה פאר די ליינערס פון די מאגאזין, די סידי איז געווען גאר א געלונגענע סידי, מיט בערך 10 ניגונים אויף 4 טרעקס, אלעס יציר כפיו פון דעם לאנגיעריגע קאמפאוזער בקהילת סרט וויזניץ ר' חיים באנעט, געזינגען דורך די מקהלת 'רננו חסידים', די מוזיק איז אראנזירט געווארן דורך רובי בנט (פאר צייטליך), מיט משה לאופר, און יובל סטופל, אבער אויב דאס אלעס פאר זיך איז נאכנישט גענוג פאר א סוקסעס, האבן זיי נאך ארויפגעלייגט שלמה כהן (פאר בעילאוט) ער זאל זינגען אויף א גרויסע חלק פון די סידי, וואס קוקסטו מיך אן? מוזט נישט גלייבן.... ס'איז געווען פאר אומזיסט....איך ווייס אויך נישט פארוואס, אבער ווי צוויי מענטשן זאגן וואס שטערט דיך עס......
עס איז א הערליכע זאך מיט א פולע בענד, אפי' א סופראנא סעקסעפאן(פאר צום זאך).
אין די אשכול האב איך שוין אביסל גערעדט פון די סידי, גראדע די אשכול דערמאנט מיך זיסע זכרונות נאך פאר וויכי איז געווארן ביזי.
די ניגון וואס ''מאכט די טעיפ'' איז אויף די ווערטער, ''עיני עמך בם תלויות, ועיניהם לך מיחלות, גשים מול ארון הקודש באימה, לשכך כעס וחימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, ואתה מן השמים תשגיח אותם לרחמה', (איך זעה אז דעמאלטס האב איך נאכנישט געוואוסט ווי ס'שטייט, אקעי יעצט ווייס איך שוין...) איך פון מיינע פשוט'ע עמך איד קוק-ווינקל האלט אז דאס קען ווערן אויפגעכאפט ביי אלע רבי'שע טישן אויב ס'וועט האבן אביסל מזל, אקעי אבער ווער בין איך אריינצורעדן ביי די זאכן ''מאשקע'' אויב ס'געפעלט דיר געב עס איבער פאר די ריכטיגע הענט.
וויכי נעקסט טיים די טרעפסט שרגא פייוול זאג אים אז די סידי האט זאכן וואס קען אים זיין אינטערעסאנט, כ'האב אמאל געהערט אז ער איז דאנקבאר ווען מען גיבט אים גוטע אדרעסן.
דיסקלעימער, פאר די דאונלאודסט עס ווער קודם געוואר אויב מ'מעג, איך פארלאז מיך אויף יגר'ס היתר.
נ.ב. היות די סידי איז שוין געווען היבש צוקראצט, מאכט עס אויף עטליכע פלעצער קונצן, נישט געפערליך.
עיני עמך בם תלויות
שיר המעלות, ועל הכל, נגיל ונשיש
ותן בנו, ותמלוך, ד' אדונינו, אודך
מארש, יהי שלו', לפיכך
''ממעמעקים'' ניגוני בית סערט וויזניץ
אחראי: אחראי
שיינעם דאנק הרב בעילאוט.
דאכט זיך אז אין ניגונים פון ימים-נוראים בכלל, איז חיים באנעט אן עקספערט. עס איז דורכגעווייקט מיט הארץ און געפיל. נאר דאס מזל שפילט אים נעבעך נישט, און זיינע גאר וואונדערבארע שאפונגען ווערן צוליב א סיבה נישט פארשפרייט געהעריג איבער דער וועלט. דאס ליד "מכניסי רחמים" איז הערשט באקאנט געווארן ווען מרדכי ווערדיגער האט דאס אויפגעשפילט. הכל תלוי במזל...
דאכט זיך אז אין ניגונים פון ימים-נוראים בכלל, איז חיים באנעט אן עקספערט. עס איז דורכגעווייקט מיט הארץ און געפיל. נאר דאס מזל שפילט אים נעבעך נישט, און זיינע גאר וואונדערבארע שאפונגען ווערן צוליב א סיבה נישט פארשפרייט געהעריג איבער דער וועלט. דאס ליד "מכניסי רחמים" איז הערשט באקאנט געווארן ווען מרדכי ווערדיגער האט דאס אויפגעשפילט. הכל תלוי במזל...
- jewish_audio
- שר מאה
- תגובות: 216
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט