"לחיים טאטע" מונה-ירמי' דמן-יוסף משה כהנא

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

נייע גראמען טעיפ פון לחיים

תגובהדורך משיח » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:08 pm

איך האב געהערט אז לחיים ארבייט אויף א נייע טעיפ אופן זעלבן שטייגער ווי זיינע ערשטע טעיפס "לחיים אידן" (יא, דאס איז לחיים'ס סאמע ערשטע טעיפ) און "לחיים ברועדער", ד.ה. גראמען דורך יוסף משה כהנא, געזינגן דורך ירמי' דמן, (מוזיק דורך מונה?).
ווייסט איינער מער איבער דעם?

אז מד'רעדט שוין פון די ערשטע לחיים טעיפס איז כדאי ארויסצוברענגן וואס הונדערטע מענטשן (אנשים פשוטים, נישט מבינים) האלטן אין איין זאגן, אז וויפיל מאל מ'הערט די 2 טעיפס הערשט מען אלס חידושים! ס'ווערט נישט נמאס! און דאס איז א דאנק די גאוואלדיגע ארבייט וואס די ארויסגעבער און ארעינדזער האבן אריינגעלייגט דערין!

כמותם ירבו! אזעלכע טעיפס (דאן רעקארדס, היינט סי.די.ס) זענען די שענסטע אויך די היימישע מארקעט, און ס'איז א מחי' צו הערן!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:11 pm

עס ציילט זיך היינט פונקט דריי יאר פון ווען איך האב געהערט די ערשטע מאל אז יוסף משה קומט ארויס מיט א נייע טעיפ ''לחיים טאטע''

אבער ביזדערווייל אין קול ואין עונה...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:23 pm

ס'איז צום האפן און ווארטן אז וואס משיח זאגט איז אמת. איך האב עס שוין אמאל באשריבן, עס איז פון די שענסטע אידישע טעיפ'ס, עס איז הערליכע ניגונים, הארציגע גראמען, געזינגען דורך ירמי' דמן וועמען מ'ברויך בככל נישט פארשטעלן.

מונא פלעגט מאכן די מוזיק? איך געדענק שוין נישט. אבער איך גלייב אז היינטיגע צייטן זינט ר' יוסף משה אליין איז שוין אויך אן ארענדזשער וועט ער עס אליין מאכן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:24 pm

סאיז מיר אויסגעקומען צו רעדן צו יוסף משה כהנא מיט אביסל מער ווי א יאר צוריק און ער האט מיר געזאגט אז די סיבה פארוואס ער רעדט אזויפיל דערפון איז ווייל ער ווייסט ווי שטארק די לחיים סעריע איז באליבט ביים עולם און ער וויל גאר שטארק ארויסגעבן נאך איינס, ער ארבעט אבער גאר שטארק אויף די גראמען און ער איז אפילו גרייט אז דאס זאל זיך פארציען, אבי עס זאל זיין א דבר השלם.

ער האט מיר געזאגט אז כמעט יעדן טאג טוישט ער איינס אדער צוויי שורות פון די גראמען פארן טעיפ "לחיים טאטע".

כמיין אבער אויך אז ער ווארט שוין צו לאנג. ער מעג דאס שוין ארויסגעבן און געגאנגען.

ער האט מיר אויך קלאר געזאגט אז ער וועט אליינס מאכן די מוזיק, וויבאלד ער האט זיך דאס צוגעלערנט דורכאויס די יארן. (אדער קלערט ער אזוי...)
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:29 pm

עס עפעס יישר כח פאר די קראנטע אינפארמאציע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:32 pm

דאס איז זיכער אז מונה איז א חד בדרא אין געוויסע האקעלע עניני מוזיק, וואס לדעתי העני' איז דאס איינע פון די עיקר סיבות וואס די 2 לחיים טעיפס זענען אזוי געלונגען. נאר במשך די יארן פון זענען אפירגעקומען נייע שטערנס און נייע סטיילס וכו' וכו'. מ'דארף אבער האפן אז ווער ס'זאל נאר מאכן די ארעינדזמענס פארן פאטער (לחיים טאטע) זאל דאס מאכן לויטן אלטן שטייגער, און ס'זאל זיין אזוי רייך און תוכנ'דיג די אידישע ברועדער (לחיים אידן/ברודער) אז ס'זאל זיין עולה על שולחן מלכים!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:40 pm

איך האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם יוסך משה כהנא אז די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעשטעלט פון ארויסגעבען די גראמען טעיפס איז ווייל "דער עולם אנערקענט נישט די ארבייט"! און ס'איז 1000 פארצענט ריכטיג! ווייל וויפיל פון אונז פארשטיין די אימגעהויערע ארבייט וואס ליגט אין אזא "פידעלע" ניגון, צו אין "המבדיל" וכדומה!

אבער זעט אויס אז אין די לעצטערע יארן זייט דעם התייסדות פון "היכל הנגינה" פארשטייט די עולם בעסער צו דעם פעלד, און ער גייט ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 3:41 pm

אין פאקט קען מען אפילו זאגן אז אט די טעיפס לחיים ברידער און לחיים אידן האבן געמאכט מונה רוזנבלום מער-פאפולער ביים היימישן עולם אין אמעריקע. זיין מוזיק אויף לחיים אידן איז געווען געוואלדיג און שטארק קריעטיוו
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 4:00 pm

צווישן די הויפט שטאקייטן פון מונה'ס מוזיק איז, אז די מוזיק טייטשט אאפדי ווערטער, סיי די קארדס, רידעם, טעמפא וכו' וכו' (איר געדענקט נאך: "טאטע איך וועל נקמה נעמען פאר דיר", רידעם קווייער א.א.וו., וואס נאך: "אייזיק צושמייכל זיך א טאפ, און שאקלט עהם צו מיט'ן קאפ...).
מיר האפן אז ר' יוסף משה וועט אונז נאכגעבן 'אך הפעם הזה' און ווידער אמאל נעמען מונה.

ר' יוסף משה:
יישר כוח למפרע.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 4:17 pm

שטארק זיך, ביסט הונדערט פראצענט מיט דיינע באהויפטונגען. (דיינע משלים ברענגען מיר נאסטלאגיע) אבער דאס איז א תפלת שווא.

מונה איז היינט דער טייערעסטער מוזיק ארענדזשעריר און אויב האלט יוסף משה אז ער קען אליין - כאטש איך גלייב אז ער אליין פארשטייט אז ער קומט נישט צו צי די נעגל פון מונה - וועט ער אבער דאס אליין מאכן - ווי ער האט שוין געזאגט פריוואט פאר עס עפעס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 4:25 pm

אויב מאכט ער אליינס די מוזיק, וואלט איך עהם פארגעשלאגן ער זאל דעם אלבום רופן:
'גוט מארגן' טאטע, אדער עפעס אן אנדערן נאמען, כדי נישט צו הרג'נען דעם גוטן רעקארד וואס די 'לחיים סעריע' האט זיך ערווארבען.
כנלע"ד.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 1:42 am

jewish_audio האט געשריבן:עס ציילט זיך היינט פונקט דריי יאר פון ווען איך האב געהערט די ערשטע מאל אז יוסף משה קומט ארויס מיט א נייע טעיפ ''לחיים טאטע''

אבער ביזדערווייל אין קול ואין עונה...

איך ווייס אז ער ארבעט אויף אפאר גיטע נייע סידיס ביזדערוייל טאר איך איך נישט זאגן פינקלעך וואס(איך האב שוין געהאט 1 פלאפ די נייעס האב איך פין רדיו קול חי וואס זיי זאגן יעדע מוצאי שבת נייעס אין עולם הנגינה זיי האבן נישט געזאגט וואס ער טיט אבער איך ווייס יא...) אבער עס גייט זיין פיין...
אין עס גייט לכאורה שוין זיין פאר ימים נוראים(איך האפ אזוי...)

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 9:44 pm

אז מען האט עס געמאלדן אויף רדיו קול-חי דאן וואס איז די סיקרעט?...
אין פארוואס ביזטו אזוי באזארגט... העכסטענס אויב ס'לאצעך אויס א בוידעם וועסטו זאגן אז קול-חי איז די ליגענערס...
געב ארויס...

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 9:59 am

קול חי האט נישט געזאגט קען זיין אז זיי וויסען אויך נישט אבער ר'יוסף משה האט זיך געבעטן אז מ'זאל נישט זאגן וואס ער טיט יעצט

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:17 pm

איך שטים צו מיטן עולם דא. די צוויי לחיים טעיפס זענען די איינציגסטע טעיפס וואס מען קען הערן און הערן, ס'האט פול מיט "עמאשאנס" און פרייליכע מוזיק וואס לאזט די פוסלעך אריינגיין אין א טאנץ גיסטע, די קרעדיט קומט קלאר פאר אלע דריי הויפט שפילער, מונה, (ס'איז נישט קיין שום ספק אז ער האט א שטארקע האנט אין די רייכקייט ווייל קוק די אנדערע פון לחיים אן מונה ודו"ק) הרב יוסף משה פאר די גראמען וואס ציגיסט זיך ביים הארץ סאיז מוראדיג!, ואחרון חביב הרב ירמי' דמן וואס אן זיין קול איז די טעיפ נישט ווערד לענ"ד, (קוק אנדערע לחיים'ס אן ירמי'ן ודו"ק) ר' ירמי' האט א הומער אין זיין קול סאיז נישטא אזאנס

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 3:51 pm

צים פינטעל האט געשריבן:ר' ירמי' האט א הומער אין זיין קול סאיז נישטא אזאנס


וואס???

*

לגבי די לחיים אידן און ברידער, דאס זענען טאקע זעלטענע געלונגענע טעיפס וואס מ'קען הערן און הערן און נישט נמאס ווערן. און אזוי ווי דער עולם האט דא ערווענט, יעדעס שטיקל מוזיק גייט אריין אין די ביינער, ס'קלאפט אזוי גוט מיט'ן ניגון, אזוי ווייט אז ווען מ'זינגט עס נאך ברבים וועלן אייביג זיין אזעלכע וואס וועלן נאכזינגען די מוזיק!

לויט ווי איך האב אמאל געהערט, האט מונה אין דעם אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות, וויבאלד ער איז א נאנטער חבר מיט ר' ירמי'. דאכט זיך אז ער האט מיט אים א שיעור, און אויב געדענק איך גוט האט אים ר' ירמי' געברענגט נענטער צו אידישקייט. דערפאר האט מונה געשפילט אן הכרת הטוב און אריינגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט.

אז ר' יוסף משה זאל אליינס מאכן די מוזיק אויף די לחיים טעיפס, איז עס - לדעתי - זעלבסטמארד. עס וועט נישט צוקומען קיין צענטל צו די ערשטע צוויי, און ס'וועט זיין א שאד דאס געלט וואס ס'וועט יא קאסטן. ס'לוינט זיך צו נעמען מונה נאכאמאל, אפילו אויב איז ער טייערער, וכ"ש אויב איז ער נישט טייערער ווייל ער איז א נאנטער ידיד מיט ר' ירמי'.

איך בעט און איך האף אזוי. מער קענען מיר נישט טון.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אנאנימער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 03, 2009 5:00 pm

תגובהדורך אנאנימער » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 1:43 am

סתם פאר אינטערסאנטקייט, הייסט עס דען אז ר' ירמי' גייט זינגען אויף דעם טעיפ אויך? וויפיל איך האב געהערט רעדן איז נאר געווען אז ר' יוסף משה קומט ארויס מיט א אידישע טעיפ און די גראמען גייען זיין...... מוראדיג.

(דאכט זיך מיר אז ער האט אנגעפאנגען ארבייטן אויף דעם טעיפ, נאך פאר ער איז צוריק מיט ר' ירמי')
who spoke on condition of anonymity because...... (AP Network news)

לחיים מוזיק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2009 3:53 pm

"לחיים טאטע" מונה-ירמי' דמן-יוסף משה כהנא

תגובהדורך לחיים מוזיק » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 10:45 am

אין די טעג איז אנגעקומען צי אונזער אפיס אין אמעריקא די בשורה טובה וואס א יעדער ווארט שוין צי הערן אז...............................

מהאט אנגעהויבען בשעה טובה ומצלחת צי ארבעטן אויף די נייע סידי לחיים טאטע פון די סעריע לחיים אידען און לחיים ברודער
דאס מיינט אז מונה ארבעט שוין אויף די מוזיק
עס גייט זיין א מעכטיגער פרטשעקט געט מען איבער
אי"ה אין די קומענדיגע טעג וועט מען קענען ארויס געבען מער דיטעלס

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 10:47 am

האסט מיר געמאכט דעם טאג!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 10:52 am

איך רייב מיר די אויגן, איך זעה גוט?, אזוי לאנג געווארט, אז מען דערלעבט דערלעבט מען.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:13 pm

ווארום האט געשריבן:האסט מיר געמאכט דעם טאג!


ג"א מצטרף לווארום!

לחיים! מיין היינטיגע שלום בית איז בזכותך! :lol:

טענקס פאר דע גוד ניוס!
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:19 pm

ווארום האט געשריבן:האסט מיר געמאכט דעם טאג!

צים פינטעל האט געשריבן:איך רייב מיר די אויגן, איך זעה גוט?, אזוי לאנג געווארט, אז מען דערלעבט דערלעבט מען.

געוואלדיג, ר' יוסף משה, מיר קענען קוים ווארטן.
...........................................
ר' לחיים, זאגט אויס, מאכט נישט קיין קאווער-אפ...., האט די אידישע וועלט געהאט א השפעה אויף ר' יוסף משה?
ווייל לויט ווי מיר האבן ביז איצט פארשטאנען איז נישט געווען אין פלאן צו נעמען מונה'ן, און אפשר גאר ר' ירמי'ן אויך נישט.

דא אינעם ערשטן אשכול, וואס כ'האף מען וועט צוזאם שטעלן, האבן מיר ארוסגערוקט א שטארקן פארלאנג אויף אזא פראדוקשן.
סאו לחיים, מיר ווארטן אוין אן ענטפער.
אוופס.. ר' איד האט אריינגעהאקט,..העי אביסל כעירעץ פאר אן עלטערן איד...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:22 pm

ווען גייט זיין די קומענדיגע טעג?? אונז (מיינעך ביי מיר אין משפחה) קעמער נישט ווארטן.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

לחיים מוזיק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2009 3:53 pm

תגובהדורך לחיים מוזיק » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:45 pm

עס האט געהייסן פון אנפאנג אז מונה מיט ירמי גייען עס מאכן

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:52 pm

יאפ!! מונה, ירמי', יוסף משה, וואס קען זיין בעסער!!!!
איך הייב שוין אן צו סעווען געלט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט