טים פראדוקשען'ס - TeeM Productions, וואס איז דאס? און נאך...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

טים פראדוקשען'ס - TeeM Productions, וואס איז דאס? און נאך...

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 3:30 pm

די מנהג דא אין קרעטשמע איז, אז ווען איינער קומט אן צו א העכערע דרגה אין די מספר פון תגובות, שרייבט מען א לענגערע תגובה לכבוד די מאורע. אנדרעש גיי איך נישט זיין. אבער אזוי ווי איך בין נישט קיין ערנסטע שרייבער אין די עיקר סיבה פארוואס איך האב אנגעהויבן מגיב זיין און שרייבן דא אין קרעטשמע איז נאר לכבוד היכל הנגינה, וועלעך מנדב זיין א באשרייבונג איבער די בארימטע טים פראדוקשעןס, וואס איז לעצטענס א הייסע טאפיק אין די היכל הנגינה.
סאכדעס האט געשריבן:יא יא, זאגסטעך גוט, יישר כוח פאר די דיטעילד ביאגראפיע. לויט ווי עס קוקט אויס, ביסטו גוט באקאנט אינ'ם עולם המנגנים, און היות, עס ווילט זיך הערן ביאגראפיעס פון נאך בעלי מנגנים, וואלט איך געוואלט בעטן אויב עס איז שייך, זאלט איר שרייבן פון נאך.
יאשר כוח למפרע..

טאקע נאך דער תגובה, און אויך נאכן ווערן קאנווינסד דורך מאשקע האבעך אנגעהויבן שרייבן וועגן אנדערע אין די עולם הנגינה, וווי: ישראל ווערדיגער, מאטי איללאוויטש, און בערי וועבער. פאר איך הייב אן וויל איך מיר פערזענליך באדאנקען פאר מאשקע, פאר מיר מאכן פילן היימיש דא אין קרעטשמע, אזוי אויך פאר וויכי און צייטליך וואס האבן אוועקגעגעבן אסאך צייט אויפצובויען די היכל הנגינה, און מיר אויסלערנען וויזוי מען מעלדט א נייעס. איך עפרישיעיט באמת ענקער ארבעט, און איך האף זיך נאך אסאך צו לערנען פון ענק.

אבער לאמיר גלייך צוגיין צום פוינט און באשרייבן אביסל דער געוואלדיגע TeeM.

די לעצטע שטיק צייט האט מען אסאך געהערט דעם נאמען TeeM Productions סיי אין די גאס אין בפרט דא אין קרעטשמע.
וואס איז דאס טים פראדוקשעןס?
ווען וויאזוי און פארוואס איז דאס געגרינדעט געווארן?
די שאלות און אלעס ארום טים פראדוקשעןס וועלן מיר פרובירן צו פארענטפערן און באשרייבן אין דעם אשכול, אזוי אויך ווען עס וועט כסדר צוקומען נייעס און בילדער.
קודם כל פאר די וואס ווייסן נאכנישט איז טים פראדוקשען'ס די וואס זענען געשטאנען אונטער די געוואלדיגע הצלחה פון לעצטיגע אלבום'ס ווי שלומי גערטנער'ס 'ניסים', ישראל ווערדיגער'ס 'בית נאמן בישראל', און שלומי טויסיג'ס 'מודים אנחנו'. טים באשטייט בעיקר פון צוויי געוואלדיגע טאלאנטן אין די עולם הנגינה: יוסי טיבערג און גרשי מאשקאוויטש. אזוי אויך זענען דא אנדערע נעמען וואס זענען כסדר אפיליעיטעד מיט טים ווי למשל יוסי גרין.
איך האב געכאפט א שמועס מיט יוסי טיבערג און מיט גרשי מאשקאוויטש, אזוי אויך מיט אפאר פון די זינגערס וואס האבן געארבעט מיט זיי, איך וועל שרייבן די ארטיקל געבויט אויף די תשובות וואס איך האב באקומען פון זיי.

צום אלעם ערשט ווען איז טים פראדוקשען'ס געגרינדעט געווארן?
אנגעהויבן האט זיך עס ביי שלומי גערטנער'ס אלבום, גרשי מאשקאוויטש פלעגט פראדוסן חתונות וכו', גרשי האט אנגעהויבן ארבעטן אויף אן אלבום צוזאמען מיט שלומי. גרשי איז דעמאלס געקומען צו יוסי טיבערג זייענדיג אן עקספערטיז אין דער פעלד, אז ער זאל פראדוסן די אלבום צוזאמען מיט אים.
יוסי טיבערג פלעגט אלץ ארבעטן אין סטודיא אלץ א פראדוסער, פאר עס איז געוועהן טים פראדוקשען'ס האט יוסי געארבעט צוזאמען מיט מבד, אברהם פריד, יודל ווערדיגער, שמעון קרעמער און נאך.
נאכן אנהייבן צו ארבעטן אויף די אלבום, האט יוסי מחליט געוועהן צו עפענען אן אייגענע סטודיא (Tee Studios), און דארט האט מען טאקע רעקארדירט רוב פון די וואקעל'ס פון דער אלבום. נאכן געוואלדיגע הצלחה פון דער אלבום האבן זיי איינגעזעהן (יוסי מיט גרשי) אז זיי מאכן א געוואלדיגע Team צוזאמען, און טאקע דעמאלס האבן זיי זיך א נאמען געגעבן (מיט א גרויסע קידוש) TeeM Productions. די נאמען טים איז צוזאמענגעשטעלט פון TeebergMoskowitz.
נאך די געוואלדיגע הצלחה פון די אלבום סעילס, איז גרשי נישט שטיל געבליבן קיין מינוט נאר האט גלייך אנגעהויבן ארבעטן אויף זיין נעקסטע פראדשעקט: ישראלי ווערדיגער'ס אלבום – בית נאמן בישראל, דא האט ער שוין אפילו נישט געטראכט נאר איז גלייך געגאנגען צו יוסי טיבערג ווי זיי האבן צוזאמען אויסגעארבעט אלע דעטאלן פון די דיסק פון א-ת.
נאך ארבעטענדיג אויף ישראלי ווערדיגערס טעיפ האט מען זיך אנגעהויבן ערנסט פארנעמען מיט שלומי טויסיג'ס אלבום – מודים אנחנו. און אזוי ווייטער מיט נאך פראדשעקטס.
זוממער ס"ז, נאכן זעהן די געוואלדיגע הצלחה פון די אלבום'ס און די איווענטס וואס זענען צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך טים, זענען זיי געגאנגען א שריט ווייטער און געמאכט [פאר די ערשטע מאל ביי די היימישע עולם] א קומזיץ אויף די האדסאן, ווי אלע דא ווייסן שוין איז יענץ געוועהן א געלונגענע זאך, והראי' עס איז געוועהן נאך דריי נאכדעם.

וואס קענסטו אונז זאגן וועגן וועלכע פראדשעקטס טים ארבער יעצט אויף?
ערשטנס איז דא שלומי גערטנער'ס אלבום, מען האלט שוין דארט אינמיט רעקארדן די וואוקאלס, מען האפט אז עס זאל זיין אינדערויסן ביז אפאר חדשים. אזוי אויך האלט מען אינמיטן ארבערן מיט מענדי ווערדיגער אויף חברים 5, נאך א זאל וואס מען האלט שוין אינמיטן ארבעטן איז, שעידס אוו גרין פון יוסי גרין. ישראלי ווערדיגער האט שוין אויך אנגעהויבן ארבעטן אויף זיין צווייטע אלבום. אונז האבן אויך לעצטענס באשטעטיגט אז מען גייט אי"ה ארבעטן צוזאמען מיט די נייע זינגער שרגא געשטעטנער אויף א נייע אלבום. עס איז דא נאך פראדשעקטס און איווענטס אויף די טיש, אבער מען קען עס נאכנישט דורכשמועסן אין פובליק, אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט וועל איך ענק מודיע זיין.

וואס זעהט עטס אין טים פראדוקשען'ס פיוטשער?
אונז האף מיר צו סערווירן די היימישע עולם מיט הערליכע דיסקס, אזוי אויף לייג מיר אונז א שטארקע דגוש אז די דיסקס וואס אונז געבמער ארויס זאלן זיין אינטערסאנט פאר וואס מער מענטשן, אפילו עס איז א חסיד'ישע דיסק זאל עס זיין געשמאק צו הערן פאר איינער וואס הערט נישט געווענליך קיין חסיד'ישע מוזיק. אזוי אויך האפן אונז צוצושטעלן נאך אינטערסאנטע קומזיצן וכו' אויף אן אויסגעהאלטענעם פארנעם, אז די היימישע עולם זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.

ס"ה: טים פראדוקשען'ס פראדוסד סי די'ס, שאו'ס, קומזיץ'ן, עלעגאנטע חתונות, אדער סיי וואספארא סארט קלאסישע איווענט עס זאל נאר זיין וואס אינוואלווד מוזיק אדער זינגערס.

איך וויל נעמען דער געלעגנהייט זיך דא פערזענליך באדאנקען פאר יוסי טיבערג און גרשי מאשקאוויטש פאר אוועקגעבן פון זייער ביזי צייט פאר אונזערע טייערע ליינער.

איי עם יא יא, ריפארטינג לייוו פראם ברוקלין פאר ק.נ.א.
פי. עס. דא וועט מען כסדר אפדעיטן נייעס פון טים פראדוקשען'ס, אזוי אויך בילדער ווען עס איז דא.

המשך יבוא אי"ה
צוגעלייגטע
Teem.jpg
Teem.jpg (26.59 KiB) געזעהן 4331 מאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:30 pm

זייער שיין באשריבן יא יא, און מזל טוב פארן ווערן שר חמש מאות, אי"ה ביי טויזנט אויף סימכעס
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:41 pm

שקויעך רב לעווי, כאב טאקע פארגעסן דיר צו באדאנקען: למעשה ביסטו געוועהן די ערשטע מיר צו שיקן א לינק צו די קרעטשמע. טענקס פאר אינטראדוסינג מי טו דיס וואנדערפול פלעיס.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:47 pm

איטס מיי פלאנדזשער :grin: .
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:54 pm

אקעי, איך וועל איבערנעמען ס'ווארט.. (כאף אז ס'איז נישט צו שווער, מיין רוקן טוט אביסל וויי..)

קודם, מזל טוב "יא יא" פאר דיין שיינעם דערגרייכונג אנצוקומען צו 500 תגובות.. און איך מיין אז איך דארף פאר קיינעם נישט זאגן אז די אויפבליה פון היכל הנגינה איז א גרויס חלק דיך צו פארדאנקן, דו - מיט דיינע קאנעקשענס אין די פיעלד - האסט מיך באקאנט געמאכט מיט די "חברה", און אזוי ארום האט מען בס"ד געקענט זיין אויף די ליסטע פון די גרויסע מוזיק וועב-סייט'ס ביי יעדן געלעגענהייט.

טענק יו און מזל טוב..

און יעצט וועגן "טיעם פראדאקשן".. קען זיין אז איך בין נאך אונטערן רושם פון די לעצטערע שיף'ן רעד איך אזוי, אבער איך האב אביסל שטודירט די חברה, און איך בין געקומען צו די החלטה אז קיין בעסערע צוזאמשטעל ווי "יאסי מיט גערשי" קען נישט זיין..

"יאסי טיבערג" איז בכלל נישט ניי אין די מוזיק פעלד, ער האט שוין פראדוס'ט אלבוים'ס פאר בערך 10 יאר צוריק, ער איז נאר נישט אזא אנדרייער, סאו איז ער נישט געבליבן פעימעס, ווידער גערשי, איז א אנדרייער וואס מ'זעהט נישט נאך אזאונס היינט, און אינאיינעם זענען זיי א עכטע "טיעם"...

וועגן יוסי'ס מוזיקאלישע טאלאנטן גיי איך נישט צו פיהל שרייבן, איך גיי נאר שרייבן וואס "יאסי גרין" האט מיר אמאל געזאגט אינמיטן א שמיעס, "די אויערן און די טעיסט וואס ער (יאסי) האט, האט קיינער נישט"..


אבער ווי געזאגט, פון אזעלעכע טאלאנטן אליין, ווערט מען נאכנישט קיין "טיעם פראדאקשן".. און פארדעם האט ער זיך צוזאמען געשטעלט מיט "גערשי", און מיט גערשי'ס טאלאנטן אינאיינעם האבן די חברה שוין איבערגעקערט וועלטן..

אנגעפאנגען ביי די ערשטע גערטנער אלבוים "ניסים", וואס מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז ס'איז פון די שענסטע אלבוים'ס פון די לעצטע 5 יאר, און נאכדעם די "בית נאמן בישראל" פון ישראלי ווערדיגער, און "מודים אנחנו" פון טויסיג, וואס ביידע פון זיי האבן זיך געציילט פון די בעסטע און די שענסטע אלבוים'ס..

אינצווישן האבן זיי געמאכט קומזיצן, און אנדערע איווענט'ס, און מער פון אלעם די מעכטיגע "האופ אן דע האדסאן".. וואס אזא איווענט וועט נישט אזוי שנעל נאכאמאל זיין, די מייסטערהאפטיגע ארבעט וואס די "טיעם" האט דארט אראפגעלייגט האט זיך אנגעזעהן אויף טריט און שריט.. מענטשען וואס זענען אין די ליין זאגן אז סיי אברהם פריעד, און סיי פינקי וועבער און שלומי גערטנער זענען נאך קיינמאל נישט געווען אזוי גוט ווי אויפן שיף..

בקיצור "טיעם" פראדאקשן איז היינט די גרעסטע פראדעצירער אין חסידישע מוזיק, סיי אויף אלבוים'ס און סיי פאר ספעציעלע איווענט'ס..

עניטינג עלס? פיל פרי טו עסק..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:58 pm

מזל טוב, זייער שיין באשריבן, יישר כחכם.

וויכי האט אריין געהאקט, (נישט אין די טעלעפאון בודקע, ב"ה.) וויכי, יישר כח פאר דיין הוספה.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 5:11 pm

שקויעך וויכי עז אלוועיס, כאב אמאל געהערט פון יוסי גיל (ער האט א חסיד'ישע מוזיק רדיו שאו אין א"י) [און אזוי אויף האטעס שלומי טויסיג נאכגעזאגט אויף אינטערוויוס] אז אויף יוסי טיבערג איז ראוי צו מאכן די ברכה 'ברוך שחלק מחכמתו לבשר ודם', פרעגנדיג אמאל יוסי טיבערג וואס ברענגט גרשי מאשקאוויטש צו די מוזיק טיש, האטער מיר געענטפערט 'חוץ פון זיינע געוואלדיגע טאלאנטן אין אראנזשירן א זאך און זיכער מאכן אז אלעס פארט ווי עס דארף זיין, איז ער אויך א ריזיגע מבין אין די נגינה, צו זאלעס זיין איבער א זינגער אדער א ניגון וכו' עכ"ל (דיסקלעימער: די ווערטער זענען נישט פונקטליך, נאר בערך דאס האטער מיר געזאגט).
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 7:49 pm

וויכי האסט מיר טאקע דערמאנט, איך בין דאך געווען ביי די האופ אן די האדסאן עווענט ביי די דינער פון "עי טיים", און איך האב אזא שיינע עווענט נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט (און איך בין שוין געווען ביי א שיינע פאר עווענטס) אזוי ווי איך האב שוין געשריבן באריכות אין מיין אייגענע ארטיקל.

ןכאן הקראה יוצאת, איך בעט פון מעלת כבוד יא יא אפשר ווען ער האט אביסל צייט (ביים ווערן א שר ה 550) זאל ער אונז אביסל מיטטיילן וואס עס טוט זיך אפ אונטער די קוליסן ביים צוגרייטן אזא עווענט. וואס האבן די טיעם פראדאקשענס געטון פון ווען זיי האבן באקומען די ארדער פון די עווענט ביז נאכן אראפ גיין פון די שיף.

יישר כח למפרע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 10:52 pm

מזל טוב יא יא, דיין אנוועזנהייט האט שטארק אויפגעבויט די קרעטשמע, און איך רעד אויך פון די אנדערע פארומס וואו דו דרייסט דיך נאר בדרך אגב און לאזט איבער זאכליכע קאמענטארן.

אגב, איך בין נאך אונטערן איינדרוק פון אונזער באגעגעניש (נישט באשריבן געווארן אין די טאגביכער, אויפן פארלאנג פון טיעם פראדוקשען...)!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 12:09 am

שקויעך הרב קרעמער, דיינע ווערטער מיינען אסאך ביי מיר, איך האף אונז וועלן נאכאמאל קענען ממשיך זיין אונזער שמועס.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 12:55 pm

יא יא! ער טויג דאך יא יא!

קודם כל, מזל טוב פאר'ן עולה זיין אויפ'ן דעם געוואלדיגן לייטער צו זיין א שר איבער גאנצעטע פינף הונדערט תגובות (קימער דיר נישט וואס לעווי שרייבט אין זיין חתימה). תגובות וואס זענען מלא וגדוש תוכן. תגובות וואס האבן אויפגעלעבט א וועלט פון נגינה. תגובות וואס האבן צוזאמענגעשטעלט שרייבער מיט זינגער. תגובות וואס דו וועסט קענען אלע יארן זיך שטאלצן דערמיט.

און יא יא, טאקע אט דעם פינף הונדערטסטע תגובה דיינע ברענגט גאר שיין ארויס אז מה זה כל כולו תוכן, אף השאר איז גארנישט אנדערש! הכל הולך אחר החתום! דו האסט פארענדיגט דיינע יונגע יארן דאהו אין קרעטשמע הערליך שיין. זאלסטו טאקע קענען זאגן אשרי ילדתנו שלא ביישה את זקנתנו, און טאקע אויב גייסטו אויף אזא הערליך דרך ווי ביז יעצט, וועט קרעטשמע קיינמאל וועפן נאר ס'וועט אלץ גיין שטערקער און שטערקער!

אה, און בנוגע דעם הערליכן אינפארמאטיווען באשרייבונג פון טיעם פראדאקשען, איך האב זייער הנאה געהאט צו לייענען אלע זייערע געוואלדיגע אויפטוענגן בהעולם הנגינה, און איך קוק טאקע ארויס אויף וואס זיי האבן ווי מ'זאגט "אפ דיער סליווס", און כ'גלייב אז כ'גיי נישט ווערן אנטוישט, אזויווי זיי האבן מיר קיינמאל נישט אנטוישט עד הנה, וואס מיר האבן אלע געזען פון זיי הערליכע ארבעט ביז יעצט איינס ביי איינס! נאר מיין ריספעקט פאר זיי, און ווי אויך יעדענ'ס ריספעקט פאר זיי, וועט אלס שטייגן און שטייגן! כה לחי!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 1:35 pm

אז שוין יא יא א קידוש ביים געבן א נאמען, האו עבאוט געבן א קידוש ביים א נאמען געבן די סידי'ס, אבער ס'זאל זיך גיסן שיוועס המינים....ריגעל, מיט געפילטע הערינג.

און יא יא אויך ווען מ'ווערט א שר חחח... משניות... דארף מען אויך געבן א קידוש, און טאקע א קידוש ווי ס'באדארף צו זיין, א שטייגער ווי די ארטיקל.

טענקס יא יא

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 11:24 pm

יא יא, סופער עז יוזשעאל (איך פארשטיי נישט צו קיין נגינה, אבער שיין איזעס)

שכוח

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 4:05 pm

שטיקעלע נייעס יעצט אריינגעקומען פון טים פראדוקשען'ס:
אין די טעג ווערן פיינעלייזד די דיטעילס פון א גרויסארטיגע קאנסערט וואס גייט פארקומען אין א"י דעם קומענדיגן חוה"מ סוכות. עס גייען פערפארמען יעקב שוואקי צוזאמען מיט שלומי גערטנער.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 4:14 pm

איך האב שוין געזעהן ערגעץ באשריבען אז שוועקי גייט זינגען באט ליידער הער איך אז עס גייט ר"ל זיין מיקס
סאוי איך האף אז עס איז נישט דעס.................
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 4:24 pm

וואס עט זיין מיט שלומי טויסיג?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 4:29 pm

ליינער, כ'ווייס נישט צו עס גייט זיין מיקסד צו נישט, איך גיי דארט עניוועי נישט זיין, כאנאר געהערט אז מען ארבעט אויף א קאנסערט.
האניג, אייביג מוזטו רעדן וועגן טויסיג?! ער גייט זינגען חול המועס אי"ה אפאר פלעצער אבער נישט א קאנסערט (לויט מיינע ידיעות)
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 5:05 pm

נע, ליינער האט געמיינט מיקס אזויווי מאשקע האט געשריבן וועגן מחנה שלוה 20...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 6:13 pm

Lol...

מיין ביפער האט זיך צעפיפן אז מיין ניק איז דא דערמאנט געווארן... ס'גארנישט, ארבעטס ווייטער...
An article a day keeps the babies away

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 5:04 pm

לשנה טובה פון טים פראדוקשען'ס
האניג אויפן נעקסטן דף האט געשריבן:זייער שיין! כא'נישט געוואוסט אז גרשי האט אזא שיינע שניי ווייסע בארד... (ווער איז עס טאקע?)

איך דערקען אזוי (פון ר צו ל):
שלמה גערטער, שרגי געשטעטנער, גרשי מאשקאוויטש, יוסי טיבערג, גרשי מאשקאוויטש (נאכאמאל?), ישראלי ווערדיגער (בעל ה"פרנסה" ניגון, ס'שיין גראדע), ווער איז דער לעצטע? אה, יא, שלמה טוסיג (יא יא).
צוגעלייגטע
ShanaTova.jpg
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 5:16 pm

זייער שיין! כא'נישט געוואוסט אז גרשי האט אזא שיינע שניי ווייסע בארד... (ווער איז עס טאקע?)

איך דערקען אזוי (פון ר צו ל):
שלמה גערטער, שרגי געשטעטנער, גרשי מאשקאוויטש, יוסי טיבערג, גרשי מאשקאוויטש (נאכאמאל?), ישראלי ווערדיגער (בעל ה"פרנסה" ניגון, ס'שיין גראדע), ווער איז דער לעצטע? אה, יא, שלמה טוסיג (יא יא).
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 5:17 pm

אוי, כ'בין אראפגעשפרונגען א דף, אפשר טאקע זאלסטו צולייגען דעם הו איז הו צום בילד.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 4:55 pm

האניג, יעצט איז עס גוט?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 9:53 am

הערליך! שכוח המכונה 'טריאו'!

(גרשי האט געלייגט א בילד פון זיך אויך מיט זיין לאנגע ספירה בערדל? אפשר קען מיר איינער מודיע זיין ברבים ווער איז דאס טאקע. טשכוח!)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

ניק לאז
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 9:55 am

תגובהדורך ניק לאז » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 9:59 am

מסתמא ר' מנדל ווערדיגער. בן ר' דוד, אחיו של מרדכי, אביו של שרולי.
חברים 5 אלבום ארבעט ער יעצט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, משהלע און 16 געסט