וידע כל פעול - אידיש - גראמען

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

וידע כל פעול - אידיש - גראמען

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:19 pm

לכבוד אלע חבירים פון היכל הנגינה שיחי'

מיין גרויסע יונגל איז אהיים געקומען קעמפ פאריגע וואך מיט א בארג מיט אידישע ניגונים, איינס דערפון איז געוועהן ממש ברענד ניי צו היי יאר תשס"ט, וואס א שבת גאסט האט אויסגעלערנט די קינדער, היות די הייליגע טעג ווערט אסאך איבערגעזאגט און געזינגען די ווערטער פון וידע כל פעול, האט דער שבת גאסט (ר' מרדכי דוד עסטרייכער) מחבר געווועהן דעם ניגון אויף אידיש טייטש אז די קינדער זאלן דאס גוט פארשטיין און קענען.

דעריבער וועל איך זיין א מזכה את הרבים און ארויף לייגן דעם ניגון אזוי אז אנדערע טאטעס פון קינדער זאלן הנאה האבן דערפון, און אפי' קענען איבער זינגען אינדערהיים,

דער ניגון איז לויטן "פיטסבורג'ע וידע כל פעול"

--וידע כל פעול וויסן זאלן אלע,
אז דער בורא יתברך ויתעלה,
ער האט באשאפן יעדע בריאה,
ומחי' את כולם ער איז משפיע,

--ויבין כל יציר, אלע זאלן פארשטיין,
אז באשאפן האט דיר, דער באשעפער אליין,
און ווער ער טוט נאר א נשמה פארמאגן,
זאל קענען אויסשרייען און זאגן,

"אז ד' אלקי אלקי ישראל,
ער איז אונזער מלך אלעמאל,
געוועלטיגט איבראל, אין דעם עולם מלא,
ומלכותו בכל משלה,

ד' אלקי, אויף אידישע קינדער פערזענדליך,
אלקי ישראל מלך מלך,
בביאת משיח השתה בעגלה,
ומלכותו בכל משלה,


שכוח

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:23 pm

זייער שיין,

נאר בדרך אגב אין א זייט וויל איך פרעגן, דו האסט באקומען די קאפי רייט רעכטן פון ר' מרדכי דוד'ן עס מפרסם צו זיין דא? ס'איז כדאי זיך מיט איהם דורך קומען ווייל מ'קאן צומאל נישט וויסן צו וואס מאנכע זענען מקפיד, בפרט ווען ס'איז אזא געהויבענע ניגון קאן גאר זיין אז ס'וועט איהם באדערן אז מ'שטעלט ארויף דאס פאר ראש השנה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:29 pm

שרייב אויף אויפן אינגל'ס מצוה צעטל א הארציגן ישר כח בשמי פאר ר' מרדכי דוד'ן זז"ג, מיר וועלן עס אי"ה אויסלערנען די קינדערלעך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:26 pm

הערליכע גראמען, עס פאסט גאר שטארק מיט די ניגון זעלבסט, א גרויסע יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 5:24 pm

שאצ'ל, הערליך הערליך.

בן בוזי, יא ער האט רשות פון אים'ן, כ'ווייסעס פאר א פאקט.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 5:49 pm

א גרויסן יישר כח שאצל, און געב איבער א יישר כח פאר ר' מרדכי דוד אויך.

באמת האב איך שוין פאריאר געטראכט פאר די הייליגע טעג, אזאאיך גיי מיר אראפזעצן מאכן גראמען אויף די ניגון אין אידיש, איך האב מורא'דיג ליב דעם ניגון, ב"ה איר האט עס אהערגעשטעלט.

אוי די וואך גייט דונערן ביי מיר די ניגון (נו גילוי...)
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 6:06 pm

איז דא נאך אידישע ניגונים פון דעם עסטרייכער, כ'האב עס געזינגען מיטן וידע (וואס איך קען, כ'גלייב אז דאס איז דער פיטסבורגער ווייל ס'שטימט מורא'דיג) און ס'איז געוואלדיג געוואלדיג, אלזא פרעג איך צו ס'איז דא נאך ניגונים פון אים. (אפשר א טעיפ?)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 6:09 pm

עס איז הערליך שאצער מאצער, ווער איז דער טאלאנטפולער עסטרייכער?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 6:11 pm

יעצט באקומען א הודעה פרטית, אז א טעיפ קען מען הערן פון אלע סאטמארע (ר"א) חתונות, כ'גיי מיר פארשאפן אפאר שטיק
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט