only rock - רק בשמחה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

only rock - רק בשמחה

תגובהדורך my_music » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:31 am

רעדנדיג פון קאללעקשאן טעיפס אין די אשכול פון ר' עס עפעס האב איך מיך דערמאנט פון א קאללעקשאן טעיפ וואס דארף ארויסקומען אין די טעג, וואס גייט הייסן: יעדער איז גרייט?
only rock besimche איך בין נישט זיכער צו אנלי ראק אדער רק בשמחה אבער אויפן דעקל גייט שטיין אלע דיי ווערטער און איך שטעל מיך פאר איז עס וועט זיין אפשענעל וויאזוי מען וויל עס רופן.
אקעי לאמיר גיין צום פאוינט

די אלבום איז א קאללעקשיאן פון ראק ניגונים (פאר ווער עס מיינט אז ראק מיינט דזשעזי מוזיק - און פאר די וואס מיינען אז דזשעזי מוזיק מיינט גויאישע באנדערענע מוזיק - ווילעך סתם מסביר זיין אז ראק ווי אויך דזשעז איז א געוויסער סטייל אין מוזיק, למשל "כי לשם" פון אייזיק האניג איז ראק, "גילה רינה - חתן קאלע אידן אלע" איז ראק, המממ וואס נאך.... וימלא פון אייזיק האניג איז ראק א.א.וו.)

יעצט אויף דעם אלבום איז דא.... לאמיר זעהן וויפיל טרעקס...... 1 2 3 4 5 6......... 22 23 24 25 26........ אויש נאכאמאל כ'מיין אז כ'האב אויסגעלאזט איינס אקעי לאמיר נאכאמאל אנפאנגען פון 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12..........
אקעי ס'איז דא 30 טרעקס
(האהאהאהאהא איך קוילער מיך יעצט פאר געלעכטער אז איך קען נישט זיצן אויפן בענקל, ווי איך האב אייך אלע אויסגענער'ט, איר מיינט אז..... האהאהא געמער א מינוט איך דארף קודן סטאפן צו לאכן, עטס מיינטס אלע אז איך האב מיך געשטעלט ציילן די טרעקס, הע? א מכה בדופן עקומה, איך האב געקוקט אין איי-טונס אין געזען אז די לעצטע טרעק נומבער איז 30 האבעך געוואוסט אז עס איז דא 30 טרעקס, און איך האב קיינמאל נישט געציילט, איך האב ענק אבער געהאט. הע?, אוי בין איך גוט......... העהעהע)

אקעי צוריק צום ענין....

30 ניגונים צוזאמענגעקליבן פון דא און דארט זייער שיינע מוזיק און זייער שיינע קווייער און זייער שיינע סאלאס, איך האב גענאוטעסט noticed אסאך אינטערעסאנטע דידזשיטעל זאכן אויף די סאלא וואס איז - לעניית דעתי (נישט די ניק) - היבש אינטערעסאנט.
עס איז דא דארט 4 סעטס פון מוזיק איינס א סעט פון דידזשיטעל מוזיק איינס מער קיבארד מוזיק און איינס האט מיר אויסגעקוקט מער עכטיש (מער עכטיש מיינעךצוזאגן אז מען האט עס געשפילט אויפן קיבארד אז עס זאל אויסקוקן מער עכט, נישט אז עס איז עשקעלי עכטע מוזיק)

דער אלבום ווערט ארויסגעגעבן דורך מרמ מוזיק
http://mrmmusic.net/


מוזיק און מיקסט ביי נפתלי משה שניצלער - רולי אזרחי פון ספעקטראסאניק סטודיאוס
http://web.me.com/gesandfriends/GES_and ... udios.html
http://www.spectrasonicstudios.com


איין מעדלי מוזיק ביי יאסי בלומענבערג פון פאונטען סטודיאס
http://web.me.com/gesandfriends/GES_and ... tudio.html


קווייער און עדיטינגס ביי משי קרויס פון מק סטודיאוס
http://web.me.com/gesandfriends/GES_and ... udios.html
http://www.moshykraus.com


קאווער און לעיאוט ביי דוד קויפמאן פון ד'ארט דעזיין,
www. .com (אויב ווייסט איינער פון ר' דוד'ס וועב זייטל ביטע לאזן וויסן און מעהעט אריינפילן די בלענקס)


געזינגען דורך א קאלעקציע פון היימישע זינגערס
יחיאל ארי' פליגמאן - חיים בלומענפעלד - יואל דוד גאלדשטיין - ישעי' אסא - יעקב אליעזר גראד - יודא אשר ראטה - יעקב אלימלך פאסטן - משה קרויס - יואל פאלאטשעק - אלימלך פראנק

עני קוועסטשענס?

אה שוין שיר פארגעסן, דא האט איר דעם קאווערן, און לאמיר זעהן וואס איר האלט וויאזוי דער אלבום דארף ווערן גערופן....
Picture 1.jpg
טאנץ און דאנץ נאר רק בשמחה
לעצט פאראכטן דורך my_music אום דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 12:12 pm

האללאו, זאג דעם יענעגין אז די איידיע פון "רק - ROCK" (צוזאמשטעלן דעם אידישן מיטן ענגלישן רק ROCK מיטן ווארט בשמחה) איז געוואלדיג!

איבער דעם אלבום אליין קען איך קיין מיינונג נאכנישט זאגן זינט איך האב עס נאכנישט געהערט בכלל, אבער א אפשאצונג קען איך שוין יא זאגן.

מיין אפשאצונג ,קוקענדיג אויף עטליכע פאקטארן. ווער עס מאכט די מוזיק און ווער עס אראנדזשירט די קווייער, זעה איך שוין אז עס וועט זיין גאר א שיינער אלבום. (פאר מער א דעטאלירטער באריכט איבער מיין אפשאצונג ביטע זיך מעלדן צו מיר אין אישית..)

איך ווארט דעראויף. און אויב מעגליך שאף אונז א שטיקל פריוויו. יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:15 pm

חחח די ווייסט וען כ'האב די מערסטע געלאכט ווען די האסט געשריבן 'לעניית דעתי (נישט די ניק)' ס'איז אזזזזא גוטס כ'מיין כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט.... כ'מאך א דזשאוק.... ביסט קילע נייעס... קיעפ איט אפ

בידעוועי פארוואס אין מיין איי-טונס לייבערי טרעף איך נישט די דרייסיגסטע טרעק? אאפפפסס כ'האב יעצ באמערקט אז די ערשטע 29 פעלן אויך... וואס גייט פאר???

פליזזזז... איינער לייג ארויף א פריוויו... טענק'ס מיי פרעשער!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 9:52 am

קודם האב איך הנאה אז מ'האט שוין פארראכטן דעם דעקל... אבער צוריק צום שורש, כ'מיין צום ענין, דער "מיי מוזיק" הערט נישט אויף מיך צו אמוזירן. מיט אזא זאפטיגקייט אראפצולייגן א נייעס, ממש איך שפרינג!

לאמיר אלע זינגען, "רק" על אבינו...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:53 pm

דא האט איר די אינסייד קאווער

א פריוויא וועט נאכקומען אין די נאנטע טעג
צוגעלייגטע
Picture 1.jpg
די אינסייד קאווער

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:59 pm

איך שפאציר מיך אריין אין קרעטשמע נאך א שווערן טאג ארבייט, וועלנדיג זיך אביסל אויסטשוכענען, איך עפן אויף דעם טיר אין ווי נאר איך טרעט אריבער דעם שוועל און זאג מיין טעגליכן "א גוטן חברים" אבער אנשטאט אלע זאלן שיין ענטפערן " א גוטן אוונט מיי-מוזיק" האבן זיי אלע אנגעהויבן לאכן פון מיר.
און איך רעד דא פון אלעמען ממש, מאשקע האט זיך נישט נאר געשאקלט דעם קאפ פון רעכטס צו לינקס נאר ממש זיך געשאקלט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, דזשואיש אודיאו'ס גלעזער איז געליגן אויפן פלאר, וויכטיג מאכער האט פארגעסן פון זיין יוקאן מיט די לעלאס, אונגארישער האט נישט געקענט האלטן דעם לעפל גראד און די זופ האט זיך אויסגעשפריצט אויפן טיש, יאנאש איז געווען אינגאצן לאסט.
איך גיי פארשעמטערהייט זייטיג צום ווינקל - נישט וואוסנדיג וואס מען וויל פון מיין לעבן האבן - און איך גיי מער צום גרויסן אויוון וואו עס זיצן די אלטע אידן געווענדליך זעה איך זיצן דארט צייטליך מיט גרויזאמער די צוויי אלטע לייט פונעם קרעטשמע, (נאו עפפענס, איך בין די זאכן דן לויט די פיקטשער וואס מען האט) "אה - טראכט איך צו מיר - נעבן זיי האבעך נישט קיין פראבלעם צו זיצן, די צווי זענען דאך שוין עבר ובטל'ניקעס, אקיצור שאר איך זיך צו אהין, הערעך ווי גרויזאמער פרעגט צייטליך'ן: "הער נאר, וואס איז דער גרויסער געפילדער דארטן?" ענטפערט צייטליך: "דער מיי-מוזיק איז אריינגעקומען אין קרעטשמע", און ווי נאר ער האט דאס ארויסגעזאגט האט דער גרויזאמער זיך גענומען לאכן, "וואס? דער מיי מוזי..... עהההההעם עעעעעככככעם - און דאן האט ער זיך גענומען היסן ווי אנאלטער איד אז איך האב ארויסגעצויגן דאס זאגערל פון טאש און אנגעהויבן זאגן די פסוקי יחוד, אבער נאך א מינוט (וואס האט אויסגעזעהן ביי מיר ווי אן אייביגקייט) האב ער זיך בארוהיגט, די קאליר איז צוריקגעקומען צו זיין פנים, און די שליים האטער אויסגעשפיגן אין א טישו, און די ריטעם פונעם הארץ איז צוריקגעפאלן צום נארמאלן טעמפא - דער מיי-מוזיק איז דא? - האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט די געלעכטער וואס ער האט אנגעהויבן פארן זיין מיט א פיס אויף יענער וועלט - העהעהעהע.....

ווי איר פארשטייט אלע האב איך געהויבן פיס און אפגעטראגן פון דארטן ווילאנג איך האב נאך עפעס דיגנעטי אין מיר, און איך בין אהיימגעגאנגען, נו נישט געפערליך - האב איך מיך פראבירט צו בארוהיגן - א פלעשעלע ביר קעמען טרינקען אינדערהיים אויכעט.

קומענדיגן אינדערפרי טרעף איך אויפן וועג צום שול מיין באדדי "גוט מארגן" (זיין ניק איז "גוט מארגן") גיב איך א שריי אויס: (איך בין געווען די אנדערע זייט גאס סאו האבעך געדארפט שרייען) א גוט מארגן גוט מארגן, איינמאל הער איך אויך - גיבט ער א רוף אויס צו מיר, ניין - האב איך מיך פארענטפערט - איך האב דיר געגריסט "א גוט מארגן", אה - גיבט ער זיך א קליינער צולאך - איך דארף מיך שוין צוגעוואוינען דערצו.
בקיצור איך בין נישט געווען אין די גיסטע פון סמאל-טאלק, געבעכעם באלד א פרעג: וואס איז געווען די געלעכטער נעכטן דארט? און אויב אין בין מיך נישט טועה - דא האב איך איהם שוין געוואלט מאכן פילן אביסל שלעכט - ביסטו געווען פון גרויסע לאכערס נעכטן. אה נעכטן - גיט ער א זאג - און הויבט אן צו לאכן.....
אבער ויפן כה וכה און קיינער איז נישט דארט געווען ווער עס זאל מיטלאכן, און ווי איר ווייסט ביי אזעלכע סיטואציעס אנע קראויד crowd גייט עס נישט, און נאכדערצו אז איך בין געשטאנען דארט מיט אזוינע בייזע בליקן אינעם אנגעקוקט, האט זיין לאכן גאר שנעל אויסגעוועפט,
און איך בין ממשיך, וואס איז געווען די געלעכטער אזוי גרויס? מיין הוט איז געווען פארקערט? מיין העמעד ארויסגעשטעקט? הויזן צוריסן - גע'גט? פיאות צופלויגן? בארד שמוציג פון די סאפער וואס איך האב אקורשט געהאט געגעסן? כ'מיין וואס?

קוק אהער - זאגט ער - עס איז גארנישט געווען פאני
- נאר וואס דען? - גיב איך א האק אריין
געדענקסט נאך די באשרייבונג פון "אנלי ראק" וואס דו האסט געמאכט?
- יא זיכער
האסט דארטן אנגעדרייעט א גוט שטיקל מיט די 30 טרעקס, אז דו האסט אונז אלע געהאט אז דו האסט געציילט און באמת האסטו נישט געציילט
- איך גיב מיך אזא צושמייכל צו מיר, יא - טראכט איך אזוי צו מיר - איך בין גאנץ גוט, אבער כאפנדיג אז די גאנצע זאך איז נישט וועגן מיין גוטסקייט דא, האבעך שנעל אפגעווישט דעם שמייכל און ווייטער אויסגעהערט וואס "גוט מארגן" האט צוזאגן
קוק אהער, עס באדערט קיינעם נישט צו האבן אמאל א לאכל דא דארט, אבער דא ביסטו געבליבן א גרויסער חוזק,
- וואס עפעס - געבעך א פרעג
ער ענטפערט מיך נישט דער גוט מארגן, ער ציהט נאר ארויס דעם אינסייד קאווער פון אנלי ראק, און ווייסט מיר אז עס איז דא נישט מער און נישט ווייניגער 31 טרעקס,
און דא נעמט ער זיך אריינשמייסן און א אפענעם וואונד, האסט געוואלט זיין גגגגוט, הע? געוואלט ווייזן אז דו ביסט גוט אין ליצנות און דו קענסט מאכן דאס גענאר פון יעדן הע? דא האסטו, און דאס איז געווען די געלעכטער נעכטן אין קרעטשמע,

ווי איר פארשטייט בין איך אוועקגעגאנגען פון דארטן א פריעטשמעליעטער (איך האף אז איך האב עס גוט געספעלט) און שחרית האב איך שוין געדאוונט ביים כותל (ביי מיר אינדערהיים, נישט אין ירושלים ביים כותל ח"ו)
אבער איך האב אנגעהויבן צו טראכטן וואס קען דאס באדייטן? איך האדעך געקוקט אויף איי-טונס, און דער איי-טונס מאכט נישט קיין מיסטעיקס, און איך האב עס אריינגעריפט פון די אריגינעלער סידי, איז וואס גייט דא פאר,

הכלל וואס האבעך געטון, איך האב מיך אראפגעזעצט מיט יעדע טרעק עקסטער און געקוקט אויף די דעקל און דאן געקוקט אויף איי-טונס, ביז איך בין אנגעקומען צום באגרעבעניש פונעם הינטל, איר זענט גרייט צו הערן?
טרעק 10, ווי עס ווערט אנגערופן "בזאת אני בוטח - ישעי אסא - 2:15, יודל/אלי' לאופער" איז אויפן סידי צוזאמענגעכאפט מיט טרעק 11 "יהי החודש - יואל פאלאטשעק - 2:00, דדי/יוסי גרין",
הא, - בינעך באלד אויפגעשפרינגען, אבער זיך באלד צוריק אראפגעזעצט, איבערקלערנדיג זיך, לאמיך נישט זיין אזא סמארטי ווי פריער, לאמעך סתם דערציילן אז עס איז געווען א טעות און פארטיג, אזוי וועס עס פארשפארן עגמת נפש אין די צוקונפט, (וואס טוה עך אז מען טרעפט א צווייטער טעות און איך באקום נאכאמאל אזא קבלת פנים)

דעריבער וויל עך דא אנאונסען אז טרעק 10 מיט טרעק 11 זענען צוזאמען, מנהסתמה איז עס א טעות געשען פארן פיינעלייזן דעם סידי, און באמת איז דא 31 טרעקס, אבער אויף איי-טונס איז טאקע דא 30 טרעקס,

זאג מיר מיי-מוזיק, - הערט זיך א אויסרוף פון צווישן די מאסן, וואס צוליבן גרויסן ציבור קעמען נישט זען פון וועם עס קומט - מיי-מוזיק, דו האסט נישט וואס צו טוהן מיט די ליידיגע צייט? האסט שוין געענדיגט ארבייטן? אקעי לאמיר זאגן אז דו האסט נישט קיין ארבייט, לערנען האסטו שוין געענדיגט? דער יום תהילים האסטו שוין געזאגט? וואס פארברענגסטע די צייט מיט שטותים? גיי טוה עפעס אויף אויף דער וועלט, זיץ נישט דא און שרייב פון דיינע נארישקייטן וואס אינטערעסירט קיינעם נישט.....

אייך קען איך נישט איינרעדן קיין לאקשן אז איך האבנישט קיין ארבייט און איך קען נישט לערנען וויל איך האב א שוואכע קאפ ווייל:
my_music האט געשריבן:איך שפאציר מיך אריין אין קרעטשמע נאך א שווערן טאג ארבייט, וועלנדיג זיך אביסל אויסטשוכענען,

האב איך שוין מודה געווען אז איך ארבייט, איי פארוואס זיץ איך טאקע דא?
איז אזוי, אנשטאט איך זאל זיך זעצן יעצט פארענטפערן פארוואס איז זיץ דא און שרייב, וועל איך פארמאכן דאס וועב זייטל און לויפן ארבייטן, פאר מיין בעה"ב כאפט זיך אז איך האב נאכנישט צוגערירט צו קיין זאך וואס וועט - אדער קען - ברענגען א דאלער פאר די ביזנעס.

און נאך א זאך, היות עס איז באקאנט אז ווען... אוי וויי איך דארף לויפן, איך האב מורא ער קומט צו מיר,

"שיק עס" "שיק עס".... נו עס דריקט זיך נישט, אייביג אין אזעלכע אנגעצויגענע מצבים געשעהט עס....... קעי "מינימייז" איך העלעס באלד שיקן... אה יעצט האטעס געכאפט די "שיק עס" פון פריער, איך מיין אז מעדארף סוויטשן צו קעיבל....
לעצט פאראכטן דורך my_music אום דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:04 pm

העי דו, מוזיקל, אלעס האט א שיעור. האסט מיך צע'מזיק'ט מיט דיינע אויסדרוקן און איידיעס. 30, 31, וואס א חילוק? ביזט גוט פאררוקט און שוין.. אבער גוט!!!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:11 pm

כיהודה ועוד לקרא........ביזט אייזן ;l;p-
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:33 pm

my_music האט געשריבן:און שחרית האב איך שוין געדאוונט ביים כותל (ביי מיר אינדערהיים, נישט אין ירושלים ח"ו)

על אלה אני בוכיה.... ירושלים ח"ו????? :evil:
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 5:13 pm

מיי מיזיק נעווער מיינד די זיפ אבער מיין בויך טיט מיר וויי :cry:
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:59 am

אהא מיי מוזיק... סא די מאכסט חוזק.... עמער מון קעיר נעמען...
וואס ווען ווי ? כ'האב שוין לאאאנג צוריק געטשעפעט...



jewish_audio האט געשריבן:חחח די ווייסט וען כ'האב די מערסטע געלאכט ווען די האסט געשריבן 'לעניית דעתי (נישט די ניק)' ס'איז אזזזזא גוטס כ'מיין כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט....

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:53 pm

מיי מו, יישר כח פאר די שמייכל'ן, מיר האבן שטארק הנאה געהאט.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג אוגוסט 30, 2009 9:09 am

איך מוז גיין באזוכן דעם קרעטשמע פון וואס דו רעדסט, לויט דיין מעשה איז דארטן די ליצנות אויפ'ן בחינה פון די ליצני הדור פון אבימלך'ס צייטן...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 9:35 am

דער MRM רעגט מיך שוין אויף זייער לאנג, סאו איך האב נישט געפלאנט צו ליינען דעם אשכול, אבער כאמעך נישט געקענט איינהאלטן.. איך בין דאך די וויכטיג מאכער אין נגינה, איך מוז זיין אפדעיטעד..

איך הייב אן צו ליינען, איך האב שוין לאנג פארגעסן אז MRM איז בכלל אינוואלוו'ד, דער מיי מוזיק אידעך געוואלדיג, יעצט קען איך מיך שוין נישט איינהאלטן פון לאכן...

האלאו, דו נעמסט אן חתונות?.. איך קען זיין דיין עידזשענט?..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » זונטאג אוגוסט 30, 2009 6:19 pm

דא האט איר א לינק פון חסידיניוז וואס האטער דארטן דעם פריוויא
http://www.chasidinews.com/art.php?act=761

אז איר פרעגט מיר העלעכאך זאגן אז די פריוויא איז היבש נאריש צוזאמענגעשטעלט, אבער איר פרעגטעך מיר נישט, עמיירייט?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 11:29 am

my_music האט געשריבן:דא האט איר א לינק פון חסידיניוז וואס האטער דארטן דעם פריוויא
http://www.chasidinews.com/art.php?act=761

אז איר פרעגט מיר העלעכאך זאגן אז די פריוויא איז היבש נאריש צוזאמענגעשטעלט, אבער איר פרעגטעך מיר נישט, עמיירייט?


כ'פרעג דיך גראדע יא. ווייל איך האב דיר עס שוין סייווי געוואלט שרייבן.

אגב, איך וואלט געוואלט הערן מער די קווייער אויפן פריוויו, מ'הערט בעיקר סאולאו'ס. באט, שוין.

אגב, איך האב דיר נאר געוואלט זאגן, אויב די פרעגסט מיר... וואלט איך דיר געזאגט זאלסט דיך אריינלאזן אביסל מער אין שרייבן פאר א סייד דזשאב, פשוט ווייל די טויגסט!

אבער איר פרעגטמעך נישט. עמיירייט? (ס'נישט קאפי-רייט. אמת?)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:35 pm

א דו פרעגסט העלעך ענטפערן......
א פריוויא דארף זיין צוזאמענגעשטעלט פון די בעסטע סחורה אז עס זאל אנרייצן צו קויפן, און אויב א פריוויא איז בארינג און קריכט אויף די נערוון טויג נישט.

און דער פריוויא איז קודם לאמיר אנהויבן, עס גייט איבער צופיל פון די זעלבע סעט, עס גייט איבער עטליכע מאל א ניגון (און מיט אזא אויסוואל פון ניגונים מאכט עס סתם בארינג) ער נעמט כמעט נאר פון איין זינגער און - מילד גערעדט - עס איז דא בעסערס דארטן, און איך פארשטיי נישט פאר וואס עס האט אויסגעפעלט צו נעמען פון די צוויי זינגערס, און מעהערט כמעט נישט קיין קווייער - וואס איז די מערסטע עקסייטינג זאך אויפן אלבום.

און יעצט וויל איך מודיע זיין פארן גאנצן קהל אז יעדע ווארט - אויסדריק - סענטענס - עטק וואס איך זאג, איז פריי פארן עולם דאס איבערצונוצן און איבערזאגן, הן בעל פה און אויך אויף פאפיר, אויסער אויב שטייט דארט אז עס איז קאפי-רייט.........

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:21 pm

צייטליך האט געשריבן:האללאו, זאג דעם יענעגין אז די איידיע פון "רק - ROCK" (צוזאמשטעלן דעם אידישן מיטן ענגלישן רק ROCK מיטן ווארט בשמחה) איז געוואלדיג!

גראדע האבעך שוין געזען אמאל דעם איידיע.
ס'דא איינער מיט'ן נאמען אבא ווינקלער, ער זינגט ביי חתונות הארא, אראבישע הארא, (כ'מיין ער נעמט 100 דאלער)
ער אדווערטייזט זיך אזוי:

רק HORA
ROCK הארא

צייטליך האט געשריבן:איבער דעם אלבום אליין קען איך קיין מיינונג נאכנישט זאגן זינט איך האב עס נאכנישט געהערט בכלל.

יעצט האסטעס שוין געהערט?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט