ניגונים אויף הלל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

ניגונים אויף הלל

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 6:03 pm

אזויווי מארגן איז ראש חודש, און די רעוואלוציאנארישע בעלי תפלות וועלן זוכן וואס צו זינגן אויף אנא ה' הושיעא נא, קום איך אויף אז זיי זאלן זינגען די "ניין" ניגון פון ר' שמואל בער וועבער.

די פארשפיל הייבט זיך אן ביי מאת ה' היתה זאת, און מען זינגט עס איבער 2 מאל, דערנאך גייט די העכערע פאל אויף זה היום עשה ה' אויך 2 מאל. דערנאך די "ניין" אויף אנא ה' הושיעא נא.

איינער ווייסט פון וואו דער סאטמאר-בעל-בתישער-מנין ניגון אויף אנא ה' שטאמט? (קרעמער, רעקארדיר עס אריין מיטן פידעלע)
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 6:13 pm

ווען גרויזאמער קומט מיט אן איידיע איז עס אייביג א באמבע! דאס זינגען די "ניין" ניגון אויף "אנה ה'" איז עפעס אויסער אלע ערווארטונגן פון א בעל תפלה אין א נארמאלער שול.

אגב, איך האב נישט קיין אנונג פון וואנעט דער אלוועלטליכער ניגון קומט, איך ווייס אז מיין טאטע זז"ג זינגט דאס פסח ביים סדר מיט די ווערטער און עס זעצט זיך זייער שיין אויף די ווערטער, א זאך וואס מאכט זיך גאר זעלטן.

אגב, אין דעם אשכול זאל מען אויך שרייבן וואספארא ניגונים מ'קען ניצן ביים אויסלאזן א שטיקל פון הלל, וואס ווי באקאנט זינגט מען דאך היינט אביסל פון פאראויס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 7:58 pm

ביי מין מנין אין א וואכן ראש חודש זינגט מען נישט קיין ניגונים, נאר ס'פארט א באן...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:29 pm

יישר כח צייטליך.

איך האב איינמאל געהערט א בעל תפלה אראפלייגן דעם באבובער מה אשוב ביי מה אשוב אין הלל (ביז פתחת למוסרי, פון לך אזבח איז ער צוריק צום ארגינעלען נוסח), פארשטייט זיך אויסגעדרייט אביסל אז מען זאל נישט דארפן איבערזאגן אפאר מאל ווערטער, אבער עס איז הערליך געלונגען.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 9:44 am

גרויזאמער, ווען איך האב געזען דעם קעפל פונעם אשכול האב איך געמיינט אז דו גייסט זיך נעמען צו ליפא'ס לקרוא את ההלל טעיפ.. שוין, איז עס נישט געווען באשערט.. וואס שרייבסטו דא? אה, דו שרייבסט: ניין!!!.. אקעי, נישט איז נישט

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » זונטאג מארטש 15, 2015 8:59 pm

ניגון פתחו לי
לחן האדמור ממודזי'ץ שליטא
https://copy.com/dkIj44XtoU2wUeN2

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » זונטאג מארטש 15, 2015 9:09 pm

ניגון מה אשיב
לחן האדמור ממודזי'ץ שליטא
https://copy.com/2CMIf1ZEOu0FksIW


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היימישער הייקער און 6 געסט