קאלעקשאן-טעיפס: וואו וואס ווען?
אחראי: אחראי
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2212
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
קאלעקשאן-טעיפס: וואו וואס ווען?
כקוק זיך דא ארום אין היכל הנגינה און כהאב פרובירט צו טרעפן א אשכול וואו מען דיסקוסירט די אלע קאלעקשאן- טעיפס וועלכע קומען ארויס אויף די אידישע מוזיק מארקעט לרחצה. כהאב אבער נישט געפונען, און דעריבער האב איך באשלאסן אנצוהייבן א שמועס דערוועגן.
דער באקאנטער פראדוצירער יוחי בריסקמאן האט שוין ארויסגעגעבן גאר אסאך אזעלכע קאלעקשאנס, אנגעהויבן ביי זיין באקאנטע סעריע "פראדזשעקט עקס" (די הסבר פונעם נאמען??? ווער עס ווייסט זאל מיטטיילן...) און "שוועקי בשמחה" און "שוועקי התעוררות".
חיים בלומענפעלד פון די המשוררים קאפעליע האט שוין ארויסגעגעבן א שיינער צאל אזעלכע טעיפס. אנגעהויבן ביי די שטארק-אויפגעכאפטע ספירה טעיפ, "היימיש און געשמאק, ניגונים פון אמאל", המשוררים אויף פורים און געענדיגט ביי די טעיפ "הנרות הללו" אויף חנוכה.
Mrm music געבט כסדר ארויס פרישע טעיפס, שטייטע ניגונים און שנעלע ניגונים מכל הסוגים.
ליפא האט שוין ארויסגעגעבן "נאן סטאפ ליפא".
און די ליסטע גייט אן.
עס איז גאר א אינטערעסאנטע ערשיינונג אט די טעיפס, וויבאלד דאס ווערט געמאכט אויף א ביליגן פארנעם, רוב מאל האט דאס אפילו נישט קיין געהעריגע פולע ארקעסטרע, אבער עס ווערט פארקויפט פאר די געהעריגע פרייז.
וועלכע סארט מענטשן קויפן דאס?
וואס טרייבט די פראדוצירער פון אט אזעלכע טעיפס?
פארקויפט זיך דאס אזוי גוט ווי טעיפס מיט נייע ניגונים?
אט די און נאך פילע פראגעס, קענט איר פארענטפערן, אדער עכ"פ פרובירן צו ענטפערן, אין אט דער אשכול.

א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
- מבין נומ 1
- שר האלף
- תגובות: 1112
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm
גוטע ענין ערווענט עסעפעס, לאמיר דיר עס צעלייגן אין קורצן:
ארויסצוגעבן א קאמפליט נייער אלבום ווייסט שוין היינט יעדער איז א ארבעט וואס נעמט "יארן" מיט צענדליגער טויזנטער דאלארן צו אינוועסטן, פארוואס בכלל אין דער וועלט זענען דא מענטשן וואס זענען טערעסירט דאס צו טאן? רוב מאכן נישטעמאל צוריק דאס געלט פונעם פארקויפן, נאר וואס'זשע דען, א נייער זינגער וואס וויל זיך ארויפארבעטן מזאל וויסן פון אים, אדער א גאר גרויסער זינגער וואס זיינע טעיפ'ס גייען ווי ביר, נאר פאר די דאזיגע לוינט זיך אריינצולייגן די געלט (און די ארבעט?) דאס צו טאן.
יעצט, די דאזיגע טעיפס פון וואס דו רעדסט דא, זאל עס זיין די שענסטע בענד און הערליכע אררענדשמענטס קאסט עס 'מערסטנ'ס' 35,000$ צו פראדוצירן און שוין מעסטערן און מאכן קאפיס און אדווערטייזן אינקלודעד, און צו מאכן –אויב איז דאס אין גוטע הענט א שטייגער ווי יוחי- נעמט אפאר וואכן ממש ארויסצוגעבן, קויפן קויפט דאס דער ריזן עולם וואס האט נישט קיין געדולד צו הערן אייביג נייע טעיפ'ס, אדער ווילן זיי סתם אזוי זיך אויפהייטערן אויפ'ן וועג, אדער הערן א רילעקס טעיפ ביים ארבעטן, אזוי מאכט כאטש דער פראדוסער עפעס געלט אויך...
סאו למשל אזא פראזשעקט עקס וואלט איך געזאגט אז ספארקויפט זיך 'מער' ווי סתם א נייער חסיד'ישער טעיפ, דער נאמען? טאקע אביסל ווילד, אבער רייצנד...

תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
- לאקאציע: אויפן לבנה
איך האב נאך א פראבלעם מיט די אלע קאלעקשן טעיפס אז רוב ניגונים זינגען זיי אויף א שלעכטע scale (סארי איך האב נישט קיין בעסערע ווארט צי מסביר זיין וואס איך מיין)
מבין ביזט אויך גערעכט אז געווענליך נייע זינגער וועלן ארויסגעבן אזא טעיפ סאו פרעג איך פארוואס אזא שטארקע זינגער ווי ליפא אדער שוועקי(וואס איך האב נישט אזוי שטארק ליב)דארף ארויסגעבן אזא דיסק.
אגב די קאלעקשען טעיפ פין מיכאל האב איך זייער ליב - טאנץ מיט לחיים
מבין ביזט אויך גערעכט אז געווענליך נייע זינגער וועלן ארויסגעבן אזא טעיפ סאו פרעג איך פארוואס אזא שטארקע זינגער ווי ליפא אדער שוועקי(וואס איך האב נישט אזוי שטארק ליב)דארף ארויסגעבן אזא דיסק.
אגב די קאלעקשען טעיפ פין מיכאל האב איך זייער ליב - טאנץ מיט לחיים
- מבין נומ 1
- שר האלף
- תגובות: 1112
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2212
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
ספעציעל איז ער בעסער פון אנדערע ווען עס קומט צו קאלעקשאן טעיפס און צו מאכן חידושים אויף ניגונים וואס איז שוין געווען געמאכט דערויף געהעריגע פראפעסיאנאלע מוזיק.
ער וועט אייביג אויפקומען מיט שיינע געדרייטע שטיקלעך, וואס די אריגיאנעלע אראנדזשירער פון דעם ניגון האט קיינמאל נישט געטראכט
ער וועט אייביג אויפקומען מיט שיינע געדרייטע שטיקלעך, וואס די אריגיאנעלע אראנדזשירער פון דעם ניגון האט קיינמאל נישט געטראכט
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23413
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
אז מ'רעדט שוין פון קאלעקשן'ס..
יאסי גרין האט אויך א קאלעקשן פון זיינע ניגונים, אונטערן נאמען "שעיד'ס אוו גרין".. און ער ארבעט אויף נאכאיינס.
ער מאכט אויך זייער אינטערעסאנטע מוזיק אויף זיינע ניגונים, ער נעמט צוויי ניגונים, וואס זענען נאר בערך די זעלבע, און ער טרעפט די ענדליכקייט דערין, און ער מאכט ביידע ניגונים אויפן מיטעלן וועג, ס'איז זייער אינטערעסאנט.

הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!
- שעפטיל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 467
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
- פארבינד זיך:
אויך נישט אוועקצומאכן שלומי דאסקאלס פראדזשעקט רילעקס ווי ער לייגט אראפ די ניגונים מיט זיין אייגנארטיגן זיסקייט, און נגינה בענד מאכט דארט א הערליכע ארבעט.
און ווי קען מען אויסלאזן חיים ישראל האלפערין? ער געט ארויס די 'רילעקסינג מאמענטס' סעריעס (צוויי סידיס דערווייל) ווי ער שפילט אפ פיל מיט שטייטע לידער מיט די הילף פון יואלי בראך און עפעס א פידל (איינער געדענקט ווער?) וואס איין ניגון שטייגט איבער ס'צווייטע, עפעס געוואלדיג. מען קען עס איבערהערן 1000 מאל.

מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
קרעדיט: מיכאל שניצלער
שעפטיל האט געשריבן: און ווי קען מען אויסלאזן חיים ישראל האלפערין? ער געט ארויס די 'רילעקסינג מאמענטס' סעריעס (צוויי סידיס דערווייל) ווי ער שפילט אפ פיל מיט שטייטע לידער מיט די הילף פון יואלי בראך און עפעס א פידל (איינער געדענקט ווער?) וואס איין ניגון שטייגט איבער ס'צווייטע, עפעס געוואלדיג. מען קען עס איבערהערן 1000 מאל.
Misha Gutenberg is playing violin, here you can see him
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... &start=109
btw, on 'relaxing moments #1' he doesn't have sax and violin, only on #2
the music & the selection as well, im looking 4ward 4 another 1 ,עפעס געוואלדיג and you're right, it's
♫ http://www.teoria.com/ Music Theory
- my_music
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 344
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
- לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ
עס עפעס האט געשריבן:עס איז גאר א אינטערעסאנטע ערשיינונג אט די טעיפס, וויבאלד דאס ווערט געמאכט אויף א ביליגן פארנעם, רוב מאל האט דאס אפילו נישט קיין געהעריגע פולע ארקעסטרע, אבער עס ווערט פארקויפט פאר די געהעריגע פרייז.
איך האלט שוין לאנג אז די סיבה פארוואס די אידישע מוזיק מארקעט איז אין דר'ערד איז וועגן עס קומען ארויס אזויפיל מיני טעיפס און עס איז נישט דא קיין רעיטינגס דערויף און פארשטייט זיך אויך נישט קיין חילוק אין פרייז, למשל ווען איך האב לעצטע זומער דעוואלט קויפן אלע נייע טעיפס וואס זענען דאן ארויסגעקומען וואלט איך געדארפט שפענדן איבער א הונדערטער,
סאו די פאוינט איז דא אז וווען א טייערע טעיפ וואלט זיך פארקויפט פאר געהעריג און א ביליגע טעיפ וואלט זיך פארקויפט פאר ביליגער וואלט דער מארקעט אפשר געשטאנען בעסער היינט צוטאגס.....
אבער כדי דאס זאל געשעהן וועלן די ערשטע פאר "ביליגע טעיפ - מאכערס" דארפן פארקויפן זייערע זאכן פאר ביליג און נישט צוריקמאכן דאס ביסל געלט וואס מען מאכט (נישט) און איך גלייב נישט אז דאס וועט געשעהן, האו עווער איז אבער א ווייטאג
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2212
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
זאגסט נישט שלעכט מיי מוזיק.
מען זאל עפענען א סיסטעם פון רעיטינגס און יעדע טעיפ זאל ווערן גערעיטעט. אזוי וועט מען וויסן וואס עס לוינט צו קויפן און וואס נישט.
אדער איז דאס די ארבעט פון די פארשידענע מוזיק וועבסייטס, אדער גאר זאל איינער עפענען א פירמע וועלכע זאל פארמאגן פארשידענע מוזיקאלישע עקספערטן און זיי זאלן אפשאצן און געבן א רעיטינג אויף יעדן טעיפ.
אין די גויאישע אלגעמיינע ביזנעס וועלט איז דא אזא סארט פירמע. עס ווערט אנגערופן "דזשעי די פאוער ענד אסאושיעטס", יעדע פינאנציעלע ביזנעס און אינוועסטמענט גרופע ווערט געמאסטן און געוואויגן און יעדע פירמע קריגט רעיטינג לויט די קוואליטעט וואס ער שטעלט אהער.
אפשר גאר זאל היכל הנגינה עפענען אזא סארט סיסטעם וואו יעדער זאל קענען אריינשיקן זיין רעיטינג אויף יעדן טעיפ, און לויט דעם וועט ווערן ארויסגעגעבן די "היכל הנגינה רעיטינג" אויף יעדע טעיפ.
מען זאל עפענען א סיסטעם פון רעיטינגס און יעדע טעיפ זאל ווערן גערעיטעט. אזוי וועט מען וויסן וואס עס לוינט צו קויפן און וואס נישט.
אדער איז דאס די ארבעט פון די פארשידענע מוזיק וועבסייטס, אדער גאר זאל איינער עפענען א פירמע וועלכע זאל פארמאגן פארשידענע מוזיקאלישע עקספערטן און זיי זאלן אפשאצן און געבן א רעיטינג אויף יעדן טעיפ.
אין די גויאישע אלגעמיינע ביזנעס וועלט איז דא אזא סארט פירמע. עס ווערט אנגערופן "דזשעי די פאוער ענד אסאושיעטס", יעדע פינאנציעלע ביזנעס און אינוועסטמענט גרופע ווערט געמאסטן און געוואויגן און יעדע פירמע קריגט רעיטינג לויט די קוואליטעט וואס ער שטעלט אהער.
אפשר גאר זאל היכל הנגינה עפענען אזא סארט סיסטעם וואו יעדער זאל קענען אריינשיקן זיין רעיטינג אויף יעדן טעיפ, און לויט דעם וועט ווערן ארויסגעגעבן די "היכל הנגינה רעיטינג" אויף יעדע טעיפ.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
- מבין נומ 1
- שר האלף
- תגובות: 1112
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm
- jewish_audio
- שר מאה
- תגובות: 216
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן
שעפטיל האט געשריבן:אויך נישט אוועקצומאכן שלומי דאסקאלס פראדזשעקט רילעקס ווי ער לייגט אראפ די ניגונים מיט זיין אייגנארטיגן זיסקייט, און נגינה בענד מאכט דארט א הערליכע ארבעט.
שעפטיל, איך געדענק בשעתו ווי איך האב פראבירט מיט אייזענע קייטן מיך איינצוהאלטן נישט אויסצוגיסן מיין כעס דא אויף דעם דאזיגן טעיפ, און עס איז מיר געלונגען, איך האב שוין אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל, אבער איך האב עס אויסגעמעקט נעמנדיג אין באטראכט אז ס'איז א שפיל מיט א איד'ס ביזנעס. סאו מאך מיר נישט רעדן דערפון.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
- my_music
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 344
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
- לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ
הרב עס עפעס צו רעיטן וועלעכע צו קויפט און וועלכע נישט איז נישט קיין אויפטוה ווייל דאס טוט מען שוין סייווי דא מען באטראכט יעדע טעיפ און יעדער זאגט וואס ער האט צו זאגן, אבער אויב וועט א טעיפ פארן ארויסקומען ווערן גערעיטעד און די פרייז וועט זיין לויט דעם - אדער די פרייז וועט זיין לויט וויפיל געלט עס איז געווארן אינוועסטעט - וועט אפשר דער מארקעט ווערן געראטעוועט