בלאט 1 פון 1

נחתימי פאר מקימי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:15 am
דורך תו השמיני
נעכטן האביך געטראפן א נאנטע ידיד מיינע, א שטארקע עסקן פאר די וועלטס בארימטע ארגענעזאציע "מקימי", גיט ער מיר פרעג: נחתימי פאר מקימי האסטו שוין גיהערט? איך עפן אויף אפאר אויגן אויף אים, וואס? שטעקט ער אריין זיין האנט אין ביזעם טאש אריין, שלעפט ארויס פון דארט א פרישע סי.די. און....יא....עס הייסט טאקע נחתימי פאר מקימי.....!
דא איז די דיסקריפשאן אויף די דעקל:
יפה פראדאקשען פרעזענטירט:
נחתימי פאר מקימי

Script by:
יפה פראדאקשען
Songs by:
ר' שלום עזרי
Voice over:
ר' שלמה פערל
ר' יעקב ל. מיללער
ר' יחיאל ליכטמאן
Actors
ר' מרדכי ה. הערשקאוויטש
ר' אבא ווינקלער
ר' יהושע גרעבר
ר' שלמה רייכבערג
Clarinet:
ר' יהושע אייזיק פרענקל
Mixed by:
ר' ישראל נאכטפאלגער


האט איינער אינפא אויף די אלבום?
היות די אלבום איז ארויס אר א צדקה צוועק, האף איך צו באקומען רשות ארויפצולייגן די גאנצע אלבום פארן ציבור...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:53 am
דורך ארטיסטראפאל
יא כ'האב שווער געארבעט אויף עס

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:19 am
דורך תו השמיני
"ארטיסטראפאל" די פראדוסער האט שטארק הנאה גיהאט פון דיין מייסטער ארבעט!!!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:21 am
דורך תו השמיני
ברעיקינג נייעס...!
כהאב יעצט באקומען רשות פון די פרודוסער ארויפצולאדענען די גאנצע אלבום לחברי הקרעטשמע.
אלזא שמעו ותחו נפשכם...
הערטס און לאטס הערן אייער מיינונג.
https://rcpt.yousendit.com/725214599/91 ... f346bce567

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:30 am
דורך יא יא
די ארגאנאזאציע מקימי, און אירע אנפירערס זענען מורא'דיג איבערגעגעבן פאר די כלל און די פרט. מען וואלט אפשר געמעגט עפענן א באזונדערע אשכול איבערדעם.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:42 am
דורך יא יא
לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס געמאכט פאר די קינדער תהלים קאמפיין פון מקימי. עס איז א מורא'דיגע פאנדרעיזינג איידיע. איך בין א חבר מיט איינער פון די ארגאנאזירער פון דער קאמפיין, און ער זאגט מיר אז די אויפטוה פון דער איידיע איז צוויי זאכן: צום ערשט זאגן תינוקת של בית רבן תהלים פאר נישט געזונטע אידן, און צווייטנס אז עס ברענגט אריין געלט פאר דער געוואלדיגע ארגאנאזאציע.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:48 am
דורך צייטליך
א ריזיגער יישר כח תו השמיני פאר די ווידיאו.

אגב, מקימי האט היינט נאכט א מסיבה און סאפער פאר אלע זייערע וואלענטירן. עס וועלן זיין דארט די גרעסטע זינגער'ס.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:54 am
דורך תו השמיני
צייטלעך, עס איז א אודיא סי.די. נישט קיין ווידיא, (האסט פארגעסן אז די רבנים לאזן נישט?)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:41 am
דורך תו השמיני
יעצט גיענדיגט הערן
סאיז גיוואלדיג!
באריכט וועט נאכפאלגן אי"ה
דא איז נאכאמאל די דאנלאוד לינק:
https://rcpt.yousendit.com/725214599/91 ... f346bce567

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:16 pm
דורך תו השמיני
נא חברה, לאמיר הערן אייער מיינונג אויפן פרודאקשען....

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 1:43 am
דורך jewish_audio
כ'האב עס געדאונלאוד אין איך מיז דער זאגען ס'איז באמת שיין... נישט ווייל איך בין א גרויסער מבין דזשאוסט ווייל ס'שיין....
איך האלט זיי וואלטן עס געמעגט פארקויפן פאר אפאר דאלער אין די געלט זאל גיין פאר מקימי...

אין עס איז זייער שיין צוזאמגעשטעלט.. אבער איין פראבלעם ס'קוקט אויס מער אן אדווערטייזמענט פאר יפה ווי פאר מקימי... אזוי מיינעך

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 7:57 am
דורך bailout
תו השמיני האט געשריבן:צייטלעך, עס איז א אודיא סי.די. נישט קיין ווידיא, (האסט פארגעסן אז די רבנים לאזן נישט?)

ס'איז נישט דא קיין ווידיא בכלל, אדער די האסט עס נישט ארויפגעלייגט?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 10:58 am
דורך תו השמיני
נישטא קיין ווידיאו בכלל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 2:02 pm
דורך איך_הער
איך האב הנאה געהאט דערפון ס'איז גאנץ גוט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 10:11 am
דורך 1x1
מזל טוב שלמה רייכבערג פון מקימי צום נייעם אינגעלע. אסאך אידיש נחת!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 7:59 am
דורך פריילאך
This download link is invalid and there is no file associated with it.
Please contact the sender directly to obtain the correct link.


תו השמיני, וואס וועט זיין?