"עי-טיים" מיט "טיעם פראדאקשן", פון מיין פראספעקטיוו..

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

"עי-טיים" מיט "טיעם פראדאקשן", פון מיין פראספעקטיוו..

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:53 am

איין מינוט, פאר איך גיי ריפארטן.. ווי איך מיין קאלקיולעיטער?.. אקעי טייפ אריין.. גערשי מאשקאוויטש, פלאס, יאסי טיבערג, איקוואלס?.. נו וויפיהל?.. "סוקסעס!!"...

און יעצט צו די שיף..

















סארי.. ס'איז אומבאשרייבליך.. כאניש דערווייל די ווערטער, דיינו וועט מיר נישט קענען העלפן.. אפשר מארגן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:59 am

האלא! האלא! אימבאשרייבליך?? האסטעך נארוואס געענדיגט באשרייבן און א דערנאבענדיגן אשכול?!

אונז האמיר.. עקשאלי איך ווייס נישט צו אינז אבער איך, ווייסטו וואס איך בין יא זעכער אז יעדער פון אונז האט זיך געפילט ווי אויפן שיף..

אבער אז די ווילסט קענסטו יא באשרייבן אין לייג צו דער וויכי חן.. נו.. אזוי ווי געווענדליך.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 2:05 am

חחחחחחחחחחחחח וויכי, דיינע מליצות אין דער באשרייבונג זענען עפעס געוואלדיג!!

ווי אזוי זאגט נאר יענקל מיללער? וישמחו כי ישתוקו.

וי וואנט מאר!!!!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:06 am

אקעי, כדרכי וועל איך אנהייבן פון אנפאנג, און פראבירן צו באשרייבן דאס "אומבאשרייבליכע".

ביי מיר האצעך די זאך אנגעהויבן שוין נאכמיטאג, ווען "פוילישער" האט מיך געקאלט פרעגן צו ער קען קומען מיט מיר צום שיף, האב איך עם געזאגט אז איך פאר מיט "צייטליך", און איך וועל עם זאגן אז "פוילישער" קומט מיט מיט אונז. און טאקע ווען "צייטליך" האט מיך געקאלט פרעגן וואס, ווען, וואו,און ווער, האב איך עם געזאגט אז "פוילישער" קומט מיט מיט אונז, און אז ער זאל אליין אויספיגערן ווען צו פארן, בעיסד אויף די וועג, און זיין דרייווינג.

בערך 3:00 האט מיך "צייטליך" געקאלט זאגן אז 5:30 גייט ער מיך קומען אויפפיקן, און היות איך בין געווען מיד -נאכדעם וואס א נאכט פריער בין איך געווען אויף ביז 4:00 - בין איך אהיימגעגאנגען זיך אראפלייגן. ליידער האב איך מיך הערשט אראפגעלייגט 4:45, סאו ווען "קנאקער" האט מיך אויפגעוועקט 5:15, (פאר א צווייטע סיבה..) בין איך נאך געווען מיד, אבער קיין ברירה האב איך נישט געהאט, כאב שנעל אנגעטוהן די נייע סוט, (וואס איז לעצטענס טייט געווארן, איינער ווייסט פארוואס?..) און מיך געמאכט גרייט צו גיין.

פאר א טשעידזש, איז "צייטליך" געווען "צייטליך".. ער איז אנגעקומען צו מיין הויז 5:35, און ער לאזט מיך וויסן אז ער איז דא, ביז דריי מינוט בין איך געווען אונטען, איך זעה אז "צייטליך" איז פארטיהפט אין א שמיעס אין זיין בלעקבערי, כ'לייג אריין מיין היט און רעקל אין די קאר, און איך לויף אין גראסערי קויפן א וואסער, "צייטליך" האט פעסט געחלומ'ט, נאכן ווינקען 10 מאל, האטער פארשטאנען, און ער האט געמאכט די לייט (ניין ער איז נישט קיין אילעקטערישן..) ווען ס'איז שוין געווען געיל.

קיצר, אונז לאמער זיך ארויס, איך טעקסט שנעל פאר "פוילישער", ער זאגט אז ער איז אין אפיס, "צייטליך" איז געווען אביסל פארחלומ'ט, סאו זעמער ארומגעפארן א שיין ביסל עקסטערע גאסן, אבער צום סוף זעמער אנגעקומען, צו "פוילישער'ס" אפיס, און "פוילישער" איז פונקט אנגעקומען אונטן, געגאנען, מ'פאהרט.

"פוילישער" האט אנגערופן זיינע חברה וואס קענען זיך אויס אין די וועגן, טרעפיק, וועלעכע וועג ס'איז בעסער צו נעמען, און מיט די אינפארמאציע אין די הענט האמער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום וויליאמסבורג ברידזש.

פארענדיג אויפן ברידזש, האבעך געקאלט "מיכאל" (ווער ס'געדענקט נאך פון די פאריגע שיף, דארט בין איך מיט צייטליך געווען מיכאל'ס איידעמער.) צו מאכן זיכער אז אלעס איז אקעי, און דאבעל טשעקן ווי מ'פאהרט. א_וואו אלעמאל מוז "צייטליך" טוישן מיינונג די לעצטע מינוט, אבער דאס מאל איזעסעם נישט געלונגען, און אונז זעמער געפארן אויף די רעכטע זייט פון די ברידזש.

פון די יוקאן'ס וואס האט אונז גע'פעסס'ט, גיימער נישט רעדן, ווייל ס'איז נישט אינטערעסאנט, כאטשיק אונז האמער געמיינט אז ס'פארט אויך צום שיף, אבער וויבאלד זיי זענען נישט געפארן אהין, העמער גיין ווייטער, אבער אזויפיל וועלעך יא זאגן, אז יעדע יודישע קאר וואס מ'האמער געזעהן, איז גראד געווארן נאכגעקוקט, אונז האמער געוואלט זעהן ווער נאך ס'גייט זיין מיט אונז אויפן שיף.

ביז צום וועסט-סייד הייוועי, זעמער גאנץ פיין געפארן, און די וועסט-סייד הייוועי אליין איז נאך אויך פיין געווען, אבער ביי די עקזיט איז געווען א לייט, וואס ס'האט גענומען ארום 3 מינוט, אבער ס'האט אויסגעקוקט ווי א יאר. (איינער ווייסט וויזוי א יאר קוקט אויס? א לאאאנגע בארד..) איין קאר פאר אונז (פאר די רעקארד, "א יוקאן") האט גע'פעסס'ד די לייט, און אונז האמער שוין געטראכט אז די לייט איז צובראכן, און "צייטליך" האט שוין געסטראשעט, "ס'זאל בעסער ווערן גרין", האטער געזאגט, און די לייט האצעך פיין דערשראקן, און ס'איז גראד געווארן גרין. (א מופת, נישט אזוי?.)

מ'דרייצעך איין א לינקס, און אונז זעמער ביי "טשעלסי פיער'ס". זעהנדיג דאס פלאץ האצעך "צייטליך" דערמאנט אז ער איז שוין אמאל געווען דארט, און ס'וואלט נישט געווען א שלעכטע פלאן זיך איין טאג אריבערצוכאפן אהין סתם אזוי, און באטראכטן ס'פלאץ און באשרייבן פארן עולם, ("צייטליך" האט געפרעגט, "וויכי", ווען גיימער האבן א אינטערוויא מיט "טשעלסי"? חחח..) אבער יעצט איז נישט די צייט, יעצט דארפמער אנקומען צום שיף. אונז הייבמער אן צו זוכן "פיער 59", איין מאל האמערעס שוין געהאט געזעהן, פון די הייוועי, אבער נאר פון דערווייטענס, יעצט האמער געדארפט טרעפן די וועג אריין אהין.

פארנט פון אונז האצעך א קאר געשטעלט אין די ברייט, ער איז אויך נארוואס אנגעקומען, און ער זוכט -גענוי ווי אונז- "פיער 59", אונז האמער באשלאסן אז אונז גיימער נאכפארן דעם יוד, נעמענדיג אין באטראכט אז דער יוד איז פון די גרויסע חברה ביי "עי-טיים", האמער זיך געפיהלט רואיגער, אז אונז וועמער נישט פארפאסן די שיף, ווייל אויף יענעם יוד וועט מען זיכער ווארטן.

למעשה האט עס שוין נישט אויסגעפעהלט, ווייל ווען מ'איז שוין דארט אינעווייניג, דארף מען זיך גוט אויסקענען "צו קענען פארפארן", ס'איז ממש אום-מעגליך. (אויסער די פאקט, אז די גאנצע געגענט איז געווען פארנומען מיט "אדעסי'ס".) אזוי זעמער אריינגעפארן אין די פארקינג-לאט ווי ס'איז געווען צוגעשטעלט "וואלעי-פארקינג", און "צייטליך" האט גענומען א טיקעט, און איבערגעגעבן די שליסלעך פארן ארבייטער דארט, און מ'האמער זיך א לאז געטוהן צום שיף.

במשך דעם גאנצן וועג, זעמער כסדר געווארן אפדעיט'ד פון "גרויזאמער" וואס ס'טוט זיך ביים שיף, און וואו מ'האלט, און ווען אונז זעמער אנגעקומען, האט אונז טאקע "גרויזאמער" אפגעווארט, (נישט מיט קיין עסן אדער טרינקען, אבער כ'וועל מיך נישט אפרעדן.) מ'האמער גערעדט אביסל, "פוילישער" -וועלעכער האט נאכנישט געוויסט ווער דאס איז- האצעך שנעל אוועקגעריקט, מורא האבנדיג פון גילו, און ער איזעך געגאנגען זוכן זיינע חברה.

נאכן שמועסן פאר פינעף מינוט, הער איך ווי איינער שרייט "אלע וואס זייער נאמען הייבט זיך אן מיט א "T" זאלן קומען דא נעמען זייער טיקעט, איך האב גלייך געכאפט אז "צייטליך" הייבט זיך אן אין ענגליש מיט א "T", האב איך געזאגט פאר "צייטליך" אז ער זאל גיין נעמען זיין טיקעט.

ער גייט צו צום טישל, און ער זאגט "צייטליך".. אבער זיי טרעפן דאס נישט, בקיצר, מ'האט געזוכט און געזוכט, אבער נישט געטראפן. איך האב שוין געזעהן אז היינט גייט זיין דא פאן, איך בין שנעל צוגעגאנגען צו די מענטש וואס האט געהאט די "V" פייל, און געזאגט אז ער זאל אויפזוכן "וויכטיג מאכער", ב"ה מ'האטעס גראד געטראפן.

איך בין צוריקגעגאנגען צו "צייטליך", און אנגעהויבן צו פלאנירן וואס מ'טוט דא ווייטער, אינצווישן איז אנגעקומען אסאך היימישע חברה, "שרגי געשטעטנער", מיט וועמען איך בין באקאנט געווארן אויף די פאריגע שיף, איז צוגעקומען צו מיר, מ'האמער געשמועסט, אויך האמער געטראפן די חברה פון "מה נשמע", און "שטיקל גבאי" -וועלעכער האט אפגעברענגט זיין'ס א ידיד צום שיף- און הצדיק "שלומי רייכבערג" פון "מקימי" און נאך, אבער צופיהל צייט, האמער נישט געהאט, ווייל מ'דארף קעיר נעמען פון צייטליך'ס טיקעט.

איך האב אנגערופן "מיכאל", און פארציילט וואס דא גייט פאר, ער האט פראבירט צו העלפן, אבער ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי עפעס גייט געשעהן, ער האט מיך פארבינדן מיט "יאסי טיבערג" פון "טיעם פראדאקשן", יאסי האט מיר געזאגט אז ער וועט קעיר נעמען. אינצווישן האב איך געזעהן אז די מצב ווערט ערענסט, און די חברה זאגן אז "אן א טיקעט, גייט מען נישט ארויף אויפן שיף", (זיי האבן זיך שוין אנטשולדיגט פאר די סטעיטמענט, האניש מורא.) האב איך געזאגט פאר די חברה אז "אן צייטליך, גיי איך נישט ארויף אויף די שיף!" זיי האבן זיך דערשראקן, און האבן געזאגט אז זיי גייען זעהן וואס זיי קענען טוהן.

איך האב געזעהן אז דער עולם האט מורא פון די סטעיטמענט, האב איך אנגערופן "יאסי" און געזאגט די זעלבע זאך, אז "אן צייטליך גייעך נישט ארויף אויף די שיף!" זעהט אויס אז ער האצעך דערשראקן, ווייל ער האט געענטפערט "גערשי קומט שוין".

אין די זעלבע צייט, איז אנגעקומען איינע פון די אנפיהרער פון די שיף, איך האב עם געזאגט אז מיין קאלעגע "צייטליך" האט א טיקעט, אבער ס'איז נישט דא, און אז "אן צייטליך גיי איך נישט ארויף אויף די שיף!" ער זאגט מיר ווער?.. "צייטליך" פון ק.נ.א?.. שוין זאלער אהער-קומען...

"צייטליך" מיט מיר זענען געגאנגען צום געיט, און דער עסקן פון עי-טיים, האט אויך מיטגעשיקט מיט אונז ר' ארי' לייב גלאנץ, און נאך אפאר חברה, און אונז זעמער דורך די געיט, און טאקע ביים טויער פון שיף האמער געזעהן ווי "גערשי" קומט צו לויפן מיט רויטע באקן, און ווי נאר ער האט מיך דערזעהן פרעגטער מיך, "ווי איזער?" זאג איך עם, אז "צייטליך" איז שוין דא, און איך האמעך עקסטער באדאנקט פארן אראפקומען, ער האצעך בארואיגט, און צוריק ארויף אויפן שיף.

ארויפגייענדיג צום שיף, זענען געשטאנען די איינגעשטעלטע פון די שיף, און יעדעם שיין באגריסט, זיי האבן געוויזן אז ס'איז דא א סטעפ ארויף, מ'זאל וואטשן, אונז זעמער אריין אין די ערשטע שטאק, דארט האמער געזעהן ווי "יאסי טיבערג" דרייצעך ארום זייער ביזי, ער שוויצט, ער האט מיך געזעהן פונדערווייטענס, איך האב עם געוויזן אז אלעס איז אין ארדענונג, אויך "מיכאל" האט מיך געטראפן, כאבעים געוויזן אז אונז זעמער אקעי, אבער די עסקנים האבן שוין געשריגן אז מ'זאל ארויפגיין צום דריטן שטאק, ווייל מ'זאל קענען ענדיגן צוגרייטן די ערשטע שטאק.

איך ווייס נאך יעצט נישט פארוואס מ'האט געדארפט נוצן די דרויסענדיגע סטעפ'ס, אבער אזוי איז געווען, אונז זעמער ארויפגעגאנגען צו די דריטע שטאק, אבער היות דארט זענען נישט געווען קיין איינגעשטעלטע אנצוווייזן ווי צו גיין, זעמער געגאנגען אויף סטעפ'ס וואס איז געווען פארמאכט, און מ'האט געמוזט איבערקריכן די רעילינג, און די שיף האצעך פונקט געשאקעלט דעמאלט'ס, און איך בין געפאלן צוויי סטעפ'ס, אבער לאמער נישט רעדן פון די דורכפעלער.

אנקומענדיג צום דריטן שטאק, האט מיך גרויזאמער אפגעווארט, ניין, נישט מיט א טעלער עסן אדער טרינקען, נאר מיט א פינגער, ער ווייזט מיר, "דארט" קען מען גיין נעמען עסן, איך בין געגאנגען צום טישל נעמען עסן, באמערק איך, אז נישט איין טישל עסן איז דא, נאר ס'איז דא א "שמארגעס בארד" אויף אלע פיר זייטן, און ס'שטייען סערווער'ס און טיילן, איינער שניידט "פעסטראמי" און אנדערע "קאלד קאט'ס", איינער טיילט "סעסעמי טשיקן", מיט "פעפער סטעיק", וכד', און איינער לייגט אריין "רעפ'ס" אין יעדע טעללער, קיצר, ס'געווען צו "עסן". (אויף א איידעלען לשון..)

איך קען נישט אויספיגערן פארוואס "צייטליך" האט נישט געהאלטן ביים ארויסנעמען זיין קעמערע כאפן פיקטשער'ס אפילו איך האב עם געבעטן, אבער ער האט נישט געכאפט, נישט פון די "מודזשישען", יא יא, דארט איז געווען איינער וואס האט געמאכט מעדזשיק, און ביי די זייט איז געווען אויסגעשירעט אפאר פידלעך, מיט נאך אינסטראמענטן, (אויב איך האב נישט קיין טעות מיינעך אז ס'הייסט א "סימפאני סעקשען"..) ער האט אבער נישט געוואלט כאפן קיין פיקטשער'ס. (קען זיין אז ס'האט געהאט שייכות מיט דעם וואס ער איז געווען ביזי רעדן מיר ר' ארי' לייב גלאנץ, און נאך מענטשען, אבער איך בין נישט זיכער דערין, אפשר האטעס געהאט א אנדערע סיבה..)

נאכן זיך אראפזעצן נעבן "גרויזאמער", האב איך אנגעפאנגען שפירן אז ס'איז היבש הייס אויפן שיף, און ווער רעדט נאך נאכן אריינריקן צוויי האלאפצעס, כ'האב אנגעפאנגען צו שוויצן ווי א טוירקי, (ווען ס'שוויצט.. שטייצעך..) סאו האבעך אויסגעטוהן מיין היט און רעקל, און אראפגעלייגט אין א זייט, און מיך צוריקגעזעצט פינישען ס'עסן.

אינצווישן האב איך עובר געווען אויף גילו, איך האב געוויזן פאר "גרויזאמער" ווער "פוילישער" איז, און די זעלבע פארקערט, ס'איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן וויזוי די צוויי יודן געבן זיך די הענט, ווען איינער פראבירט צו כאפן פון ווי ער קען דעם צווייטן, (צום סוף איז געבליבן אז זייערע באבעס פלעגן טריקענען וועש אויפן זעלבן זין..) און זיי האבן פארברענגט אינאיינעם.

אויך פון "לעווי" האב איך נישט פארגעסן, זייענדיג מיט עם אין קאנטאקט א גאנצן צייט, איך האב עם געקאלט פרעגן ווי ער איז, און נאכן אפשמיעסן ווי זיך צו טרעפן, האב איך זיך געטראפן געבן די הענט פאר איינע פון די מענטשען וואס איך קען שוין א לאנגע צייט, אבער נישט אויפן פנים, און אויך עם האב איך אינטרעדוס'ט צו "פוילישער", (וועלעכער טוט מיט עם ביזנעס..) "צייטליך" און "גרויזאמער".

מנחה מנחה!! איבעראל האבן זיך געשטעלט מניני מנחה, אויפן דעק, און אויף אונזער שטאק אליין איז געווען א מנין, איך בין געגאנגען נעמען מיין רעקל, אבער איינער איז געזיצן אויף יענע קאוטש ווי איך האב עס געלייגט, אבער ב"ה איך האבעס געטראפן נישט ווייט פון דארט אויף דער ערד, אינאיינעם מיט מיין, און נאך אנדערע היטן.

נאך מנחה האט מיר "גרויזאמער" געוויזן ווי ס'איז דא אביסל עירקאנדישן, איך האב מיך געשטעלט אהין, און פון דארט זיך צוגעקוקט ווי דער "מודזשישען" מאכט טריק'ס, ס'איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן וויזוי ער טרעפט צו וועלעכע פעידזש נומבער פון די בוק מ'האט געטראכט, און וויזוי ער בייגט אדער ער צוברעכט א גאפל.

"מ'בעיט דעם גאנצן עולם מ'זאל אראפגיין אויפן ערשטן שטאק"!! האט אפגעדינערט די מעכטיגע שטימע פון ר' "חיים העלער", און דער עולם האט אנגעפאנגען אראפצוגיין, (אגב אויפן וועג אראפ האב איך געטראכט צו שרייבן אז די שיף האט געהאט דריי שטאק, גענוי ווי די תיבה, די אויבערשטע שטאק די מענטשען, די מיטעלסטע שטאק די... פרויען.. און די אונטערשטע שטאק, די מיסט.. אבער היות אונז זעמער יעצט אויפן וועג אראפ צום אונטערשטען שטאק, האבעך באשלאסן ענדערש נישט צו שרייבן..)

אריינקומעדיג אויפן ערשטען שטאק, האב איך אנגעפאנגען צו באטראכטן ס'פלאץ, און פראבירט צו דערגיין ווי ס'איז די בעסטע פלאץ פאר אונז צו קענען מיטהאלטן, קודם האב איך געוויזן פאר "צייטליך" ער זאל זיך זעצן אין א ווינקל, און איך וועל דערווייל גיין אויפזוכן א בעסערע פלאץ, איך האב מיך אביסל ארומגעדרייט, כאב באטראכט "גערשי, און יאסי" ווי אויך "ארי פרענקל", די חברה האבן אריינגעארבעט, אבער איך האב נישט געקענט זיי באטראכטן צו לאנג, איך מוז קודם טרעפן א בעסערע פלאץ, און טאקע איינע פון די עסקנים, וועלעכער האט -זעהט אויס- געוויסט ווער איך בין, האט מיר געוויזן אז ער האט פלאץ פאר מיר און פאר "צייטליך", איך האב גערופן "צייטליך", און אונז האמער זיך אנידערגעזעצט אויף אונזערע פלעצער.

ווי נאר איך בין געזיצן, האב איך אנגעפאנגען צו זעהן ווי שיין ס'איז צוגעגרייט, סיי די פלעצער צו זיצן, און סיי די פלאץ פאר די זינגער'ס און בעלי דרשנים, און די "פול מען בענד", ס'האט אויסגעקוקט מורא'דיג!. די פארשפייז איז געליגן אויפן טיש, הערליך צוגעגרייט, און זיך ממש געבעטן "בייס אריין".. ווי נאר ס'איז געווארן רואיגער, איז "יאסי טיבערג" צוגעקומען צו מיר פרעגן צו איך בין אקעי, אויף וואס איך האב געענטפערט אז יא, ס'איז עם געפאלן ווען בשעת'ן רעדן מיט עם האב איך געטייפט א אפדעיט פארן עולם אין קרעטשמע.

ווען רוב עולם איז שוין געזיצן, האב איך מיך אנגעפאנגען ארומצודרייען אויפן שיף, און באגריסט מיינע פריינט, און זיך באקאנט געמאכט מיט נייע חברה, כאב אביסל גענאשט פון מיין ידיד "שרגי געשטעטנער".. אויך האב איך געטראפן הצדיק "שלומי רייכבערג" פון "מקימי", ס'איז מיר געווען א כבוד ווען ער האט מיך איינגעלאדענט צו קומען צו די "מקימי פארברענג" איין נאכט דערויף, אבער כאבעס געמוזט אפווארפן, צוליב געוויסע סיבות.

שאאאאא, מ'גייט אינטרעדוסן אפאר פאלעטישען'ס.. מ'רופט אויס א סטעיט סענעטער, און ער קומט צום מייק, ער באגריסט אפאר יודן, איך ווייס נישט די פונקטליכע ציהל דערפון, אבער אז "עי-טיים" טוט אזוי, מסתם האבן זיי א סיבה דערביי, נאכדעם די נעקסטע פאלעטישן.. געגאנגען.. זיי גייען אראפ פון שיף, און די שיף הייבט אן פארן.

העעעעעעם-שיך יבא..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 3:12 am

וויכי, אזוי ווי אייביג, לאזטו אונז איבער מיט א גוטן טעם אין מויל, אבער די הונגער גרידשעט נאך אין בויך. אל תמנע טוב, ענדיג שוין צו.
וויכי יו אר די בעסט ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 7:47 am

וויכי זייער גוט. א רחמנות אויף צייטליך וויאזוי ער האט געשפירט אז מען האט נישט געטראפן זיין טיקעט. נאך א מזל ער האט דיר געהאט ביים האנט.

עניוועי וויכי קיפ אפ

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 8:08 am

וויכי!!! אלע צוזאמען, נאכאמאל: ו ו י כ י !!!
די ביסט סופער, די ווערסט בעסער מיט יעדן ארטיקל.. האסט אונז ממש גענומען לייוו אויפן שיף, אזש איך האב ממש געפילט די פילונג ווי איך בין אויפן וואסער.. (וועלעכע פילונג..?) נאכאמאל, איך האב מוראדיג הנאה געהאט; יישר כחכם.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 8:09 am

יישר כח פאר די הערליכע באריכט, עס שפירט זיך 'לייוו' (סארי, איך האלט פונקט נאך א קאווע, אין א האלבע שעה ארום וועל איך הערשט זיין פליישיג, לייג אוועק די פעפער סטעיק).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 9:17 am

דאנקע וויכי
סופער דופער !!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:02 pm

WE WANT MORE!

וויכי איי לאוו איט דיין ריפארט איז מעכטיג
איך קען קוים ווארטן אויף די המשך

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:22 pm

WOW, הערליך הערליך, זייער שיין און דראמאטיש אראפ געשריבן, יישר כח, כ'האב זייער הנאה געהאט.

וויכי האט געשריבן:כאב שנעל אנגעטוהן די נייע סוט, (וואס איז לעצטענס טייט געווארן, איינער ווייסט פארוואס?..)

כ'האב מורא, אז דו ביסט געווען מיט דיין חבר אין שפיטאל אויף יענעם שבת, קען זיין אז וועגן דעם.

און אויך מיינעך אז סיי ווי מ'דארף נאר אנקומען ערגעץ מיט א טיקעט, גייעך שוין נישט איינשטעלן צו גיין אן דיר, יו קען נעווער קנאו, וואס ס'גייט דארט פאסירן, און אן וויכי'ן ווילעך נישט זאגן וויזוי ס'קען זיך ענדיגן. (כ'ווייס איינער האט א קאורט וועגן א טיקעט, ווילסטעם העלפן?)

נאכאמאל יישר כח.

redbull
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2009 10:19 pm

תגובהדורך redbull » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 8:59 pm

Awesome article!! Viki, i don't have to go to any event if i know that you're gonna ! report it afterwards... it feels like i'm mamash there

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 2:11 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן: העעעעעעם-שיך יבא..


vichi, i can't go with one shoe, i'm waiting for the left shoe...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 2:17 pm

גלייב מיר, איך וואלט אום איבערגענומען דערווייל, אבער וואס זאל איך טוען אז איך בין נישט באשאנקן געווארן מיט דעם טאלאנט פון איבערגעבן אזוי א זאך ווי אונזער וויכי. פארפאלן, כ'קען נישט.

הי איז וואן אף עי קיינד.

איבער דיין פראבלעם מיטן שיך, מייניך אז דערווייל זאלסטו אנטוען דיין קראַקס..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 2:32 pm

צייטליך האט געשריבן: איבער דיין פראבלעם מיטן שיך, מייניך אז דערווייל זאלסטו אנטוען דיין קראַקס..

אז מ'רעדט שוין פון קראקס..
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =&start=18


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט