שוועקי - עד בלי די

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

שוועקי - עד בלי די

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:29 pm

The newest Yaakov Shwekey CD, is set to be released August 25th, and it is called Ad Bli Dai.

credit life of rubin

http://lifeofrubin.com
לעצט פאראכטן דורך elmonsey אום פרייטאג אוגוסט 14, 2009 2:12 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » פרייטאג אוגוסט 14, 2009 10:54 am

עס גייט בעזר השם ארויסקומען AUG 25.

דא איז די דעקל:
צוגעלייגטע
AdBliDai.jpg
AdBliDai.jpg (7.08 KiB) געזעהן 4339 מאל

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 1:59 pm

עס גייט דארט זיין אניגון פון יאסי גרין אויף די ווערטער השבינו אבינו לתורתיך די זעלעבע סטייל ווי ענבים

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:00 pm

ענוים, מיינסטו אוודאי תמים'ל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:09 pm

נייע גירסא פון 'ענבים'
טרויבעלע טרויבעלע ס'געקומען די צייט... ס'געקומען די צייט אפצולעיזן.... ואם אין... ענדיג צו

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:11 pm

ואם אין אתם מאמינים, וועט מען אייך אפלעזן בעל כרחכם...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:11 pm

תמים האט געשריבן:עס גייט דארט זיין אניגון פון יאסי גרין אויף די ווערטער השבינו אבינו לתורתיך די זעלעבע סטייל ווי ענבים


but ענבים is a 4/4
and השבינו will be 3/4
(or 6/8)
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:13 pm

חחח עס עפעס...
מ'קען שוין טראכטען פון ארויסגעבן די ניגון אין יודיש.... :wink:

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 9:19 pm

לויט ר' ישעי' קארן פון אדרת, גייט די סידי זיין מאנטאג אין די סטאר'ס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 9:02 am


אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 9:22 pm

שוועקי.. נייע אלבוים... די ווערטער און באריכטן וואס כ'האב געזעהן דא אין היכל הנגינה, זענען מיר דורך געלאפן אין קאפ באזוכנדיג די מאסטלי מוזיק וועבסייד, זעענדיג דעם דעם שיינענדן קעסטל אז מען קען זיין פון די עשרה ראשונים אראפצולאדענען דעם אלבום, איז מיר גלייך געקומען אויפן געדאנק אז אטע דאס מוז איך קויפן. פארוואס?? מוזט עפעס אלעס האבן די בהמה? איך ווייס אויך נישט.. יו נאו, סאם טיימס פאלט דער מענטש אריין אין אזא סארט איינרעדעניש אז עפעס א נייע חפץ וועט אים צופרידן שטעלן.... עהה, בכלל נישט. איך האב זייער ליעב שוועקע'נען, זיין זינגען, זיין ענערגיע, און ספעציעל די קאלעקשן, דער איז א גוטער קלויבער, אויף יעדן אלבום ביזדערווייל האט ער געהאט כמעט אלע איינס ביי איינס געזנטע סחורה.
הקיצער, מען גייט און מען פאנגט אן קוועטשן קנעפלעך.. עס פארט קרעדיט קארד נומערן, קאנפירמעישן'ס מיט אימעילס, אלעס ארום די יעצטיגע געקויפעכס. ענדליך נאך עטליכע מינוט זעמער געזעצן אינעם קאר ארום גענומען מיט די אלע ספיקער סביב למיניהם, (כמנהגי ביי יעדע נייע טעיפ, וואס איז לדעתי דער בעסטער וועג וויאזוי אפצולערנען דעם טעיפ) און מען פאנגט אן. אבער עפעס פעלט דא, איך האף און איך פארלאנג אז מען זאל דאס ממלא זיין. דאס ביכל האב איך נאך נישט געזעהן, סא ווייס איך נישט ווער וואס ווען און וואו. דעריבער בעט איך פון די חשובע קרעטשמעריסטן זאלן זיך משתתף זיין מיט די אינפא וואס פעלט אויס.
און דאס איז די ריוויו.

1. ער ברעכט אויס מיט די באקאנטע מימרא 'ואהבת לרעך כמוך, זה כלל גדול בתורה', די ווערטער וואס האבן אונז איינגענומען אין אונזערע קינדערישע יארן דורך מיכאל.. שוועקי גייט דארטן מיט זיין גאנג, זייער זיס און קלאר. ער זאגט וואס ער מיינט, קלאר און דייטלעך, גאנץ א גוטער חתונה הארא, העלמער שוין זעהן וויאזוי ס'וועט זיך איינגעבן, אויבן אויף איז עס גוטער ניגון.

2. יוש.. די אינטרא.. די מוזיק, ס'קיצלט.. איינער קען קראצן מיין ריקן? ממש א אלול געגועים ניגון, די פיאנא שפילט דארטן ווי די תפלה בכוונה סידור ביי שמונה עשרה, שוועקי פאנגט אן מיט השיבנו, אויפן ערשטן פאל, און אט מאכט ער דעם צוהערער גרייט אים מיט צו נעמען צום הויכן פאל.. און מיט א געוויין געט זיך א רייס אויס פון זיין מויל 'והחזירינו בתשובה שלימה לפניך'!! עס טוט אויף עפעס אנדערש ווי ליפעס 'איך וועל זיין ערליך..' עס קריכט שטייטלעך אריין ביז טיעף טיעף און הארץ, א שטיק געגועים. שוין, עפעס פאנגט זיך שוין אויסצוצאלן.

3. רק ורול! ושכנתי בתוך בני ישראל, א לעבעדיג שטיקל, אבינו מלכינו, ברענג משיח צדקינו, במהרה בימינו. אויך גוט.

4. ממקומך. איך געדענק שוין לאנג נישט א ניגון זאל מיך אזוי נעמען אויף אזא רייד.. Wow דאס איז עפעס סאמטינג ספעשל, מוראדיג ארטיסטיק. קודם די אינטרא האט מיך שיער נישט איינגעשלעפט, שוועקי שפאצירט אריין מיט זיין סאפטן שטימע, ער גייט צווישן די גראזלעך, ער וואקט שטייט און כאפט זיך אן, לאזט נישט אויס קיין נאט, די מוזיק דארט איז עפעס משוגע פראפעשענעל, דאס וועט מען נאך אסאך מוזן איבערהערן, עפעס אמעיזינג.. הוי תתגדל ותתקדש, עס איז נאך דא האפענונג, לדור ודור! ולנצח נצחים! סאמטינג דיפרענד.. אבער געוואלדיג!

5. רבותי, גענוג געשלאפן, גייטס טאנצן!! די אינטרא טראגט מיך קיין גאזא, ערגעץ אינמיטן די נאכט, און איידער איך טראכט וואס ווען וואו געפין איך זיך שוין אינעם רינג, אלעס טאנצט! ווער זינגט עס? אה יא, עס איז שוועקי, יו מאכט ער עס גוט.. כמנהגו ביי יעדן אלבום.. די פידלען מיט די (יענע זאך.. וואס גוט ארויס אזעלכע אראבישע קוועטשן..) אנא השם, הושיעה נא, הצליחה נא, אבער בשם השם נעשה ונצליח! פירט ער אויס. א ריכטיגער היט, א פיינע הארא טאנץ רעדי אריינצוגיין אין די ליסטע פון די חתונה ניגונים. אקעי, וויפיל קען איך טאנצן נאך א טאג ארבעט? כאשוין נישט קיין כח.. פיין, דאס איז געווען א לעבעדיגס! גיימער נעקסט!

6 ביימער.. גראז.... כוואליעס.. ווארט מען גייט שוין הערן די ניגון! אבינו מלכינו, היא אלוקים, אין עוד, ווי שטייטעס? אבער פאר א ניגון איז עס זיכער גוט, נישט אזוי? אקעי, ער מאכט גאנץ בטעם'טע מאווס, שוועקי. איך מיין די אינטרא איז סאך שענער, און די קווייער נאך שענער, זיי האבן זיך דערלערנט! נאר וואסזשע דען? נאך א מזל איך רעד נישט אריין..

7. א קנאק מיטן פינגער, א בייג מיט די הענט, וחוזר חלילה, נאכאמאל די זעלבע! לעבעדיג! דאס איז די נאמען פון די אלבום. שוועקי פאנגט אן והריקותי, די קווייער פאלגט נאך. ער פאנגט אן צו בעטן 'די די די', די קווייער איז אל דעוועי מיט אים. אטע דא קומט מען צוריק, און מען פאנגט אן נאכאמאל, דאס איז פון די ניגונים וואס איך האלט אן אויג, מען דארף דאס איבערהערן עטליסט 3 מאל.

8. גענוג געטאנצט חברה, און יעצט אפאר זיסע מעלאדיעס. ער באציט זיך אויף אילן אילן.. זאגטס ווייטער.. דאס איז שוין אביסל א טיפער ניגון, איך כאפ נאך נישט וואס ער וויל. די מוזיק איז אריינצובייסן.. אך, ציקער זיס.

9. כאפטס ענק אן, א רינג, ווי לויפט עטס? א גלייכע רינג, שנעל! איימעניט.. וואס איז די ווערטער? "וועאטא קעכאלי מין הגעים'??? עס שטייט ערגעץ? יו האב איך בושות.... איינער קען ארויסהעלפן?? שנעל ברענג א סידור! איי איז דאס לעבעדיג!! אה! גאריט, דאס איז עס: ועתה קחו לי מנגן, והיה כמנגן המנגן, ותהי עליו רוח ה'. א ריכטיגער ניגון, אויף די פאסיגע ווערטער. מיין רעיטינג אויף דעם איז פינעף שטערנס. דאס איז סופער.. "א פרייליכער א ליסטיגער א ווארימער אידישער ניגון"! אט דאס וואס מען הערט דא, שוועקי מאכט א מעכטיגע דזשאב דא.

10. עטץ האטס געזאגט עטס דארפטס עטליעסט נאך א הארציגע ניגון? דא האט עטץ, דער ניגון פון די אלבום, אבער וואט אן איידיע: מפני מה מסתתר קברו של משה מפני בשר ודם? ס'איז דיר קיינמאל נישט בייגעפאלן, א שטארקע קשיא!? ניין..? אבער דא האט עטץ דעם ענטפער! איי... עס ציפט, ער שלעפט מיר ארויס מיינע געפילן! ווייל אידישע קינדער וועלן צו זיין קבר גיין מיט א געוויין, משה רבינו, עמוד בתפילה בעדנו!! העלף אונז! רבינו! און עטץ ווייסט וואס עס וואלט געשעהן? 'ועומד משה ומבטל עס הגזירות!!
דאס איז מוראדיג דער ניגון, נאך דעם ברענגט ער ארויס דעם גרויסן כח וואס צדיקים האבן און גן עדן, אפילו זיי זענען נישטא. שוועקי ציט ארויף דאס מאקסימום.. עכט הארץ.

11. סימן טוב ומזל טוב.. אהבה ואחוה. א הארא ניגון.

12. א ענגלישע ניגון, music of forever.
13. והוא שעמדה
לעצט פאראכטן דורך שעפטיל אום דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:42 am

הרב שעפטל איך בין נישט אזא חסיד פין שוואקי אבער נאך אזא ריוויו גייך איך עס קויפן אי"ה מארגן איך וועל דיר פראבירן צי שיקען די דעקל.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג אוגוסט 30, 2009 9:12 am

די טעיפ איז א הערררררליכער טעיפ, מעכטיגע קאלעקשן, און וואונדערבארע מוזיק, ממש יעדע ניגון פאר זיך איז אן אוצר!!!
איין זאך איז א חורבן איום ונורא וואס איז נאכנישט געווען אין די לעצטע פופצן יאר אין די אידישע מוזיק וועלט, דאס איז דער מיקס. איך רעד נישט ווייטער...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 9:22 am

מבין, איך האב נישט געגלייבט אז פשוטי המון עם (נישט מבינים) וועלן אויך כאפן די זעלבע.

איך האב געהערט די וואך פון אפאר יונגעלייט אז די אלבוים איז שיין, ספעציעל די ניגון פון יאסי גרין, אבער עפעס איז די מוזיק זייער צומישט.. נישט קלאר.. צו הויעך אדער שטיל.. די חברה ווייסן ניטאמאל וואס מיקסן מיינט, אבער זיי הערן אז ס'איז עפעס נישט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 3:06 pm

נאכן איבערהערן די אלבום, עס איז זייער שיין, אבער עז עקספעקטעד (נישט שענער). עס איז א זייער שיינע שוואקי אלבום, אזוי ווי אנדערע וואלטן געזאגט עס איז ייער פרעדיקטעבל. ער האט מער שיינע ניגונים ווי נישט שיינע, כ'מיין אז אויף אנדערע אלבום'ס האט ער געהאט א גרעסערע סעלעקשאן פון שיינע ניגונים. איין הערה אויף די ניגון עד בלי די, די ערשטע פאל איז די זעלבע ווי עפעס אן אנדערע והריקותי לכם ברכה עד בלי די, עד בלי די די די די די (כ'מיין פון דאסקאל). אבער דער ניגון איז א היט.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 3:22 pm

גראדע פעלט א ניגון; א דיסקא שטיקל וואס ער פלעגט האבן יעדן אלבום.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 3:38 pm

דא איז מיין מיינונג
דער שוועקע האט עפעס א הערליכער קאללעקציע פון ניגונים, איינס שענער פונעם צווייטן, און די מוזיק איז אויך גאר געוואלדיג,

און די מיקס ווי עס קוקט מיר אויס איז ארויפגעגאנגען אויפן מעסטער א ריווערב (עקאו - ווי מען רופט דאס) און דאס האט געפערליך פארוואסערט די גאנצע זאך, איך ווייל גלייבו אז עס איז א טעות - כאטשיג עס לאזט זיך שווער גלייבן אזא זאך, ווייל א מעסטער פאר עס גייט צום קאפיען הערט מען עס דורך מיט גרויס אויפמערקזאמקייט עטליכע מאל, אבער איך קען נישט טראכטן אז מען האט געקענט אדורכלאזן אזא זאך.......

נאכדעם האבעך עטליכע קליינע הערות, און היות שוועקי הערט נישט אויס וואס איך האב צו זאגן, און אויך נישט יוחי (איך האב נישט עכט געטרייט, אבער איך שטעל מיך פאר אז ער איז נישט אזוי אינטא מיינע דיעות) העלעכעס זאגן וואו מען הערט מעך יא אויס, און דאס איז דא אין קרעטשמעלע...

אויף טרעק 3 ביי 2:32 איז דא קינדער קווייער וואס שרייען זיך אביסל איבער און זענען אףף טאן.....

אויף טרעק 8 ביי 3:29 בערך, איז דא קווייער וואס לויפט אביסל פאר די ביט....

אבער אחוץ די פאר קלייניגקייטן איז עס געוואלדיג, עס האט געארבייט נאנ סטאפ ביז היינט אינדערפרי ווען איך האב אריינגעלייגט כולם אהובים אלס א בחינה פון "וישן מפני חדש תוציאו".........

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 4:37 pm

ווי האבעך געקענט פארגעסן וועגן די לעצטע ניגון 'והיא שעמדה', די ניגון איז קאמפאוזט געווארן דורך יונתן רזא-ל. די ניגון איז א מורא'דיג התרגשות'דיגע ניגון, ער האט שוין געזינגען די ניגון ביי זיין קאנצערט אין קיסרי', [דרך אגב האט מיר אמאל געזאגט איינע פון די בעלי בתים פון גרינטק (דיסטריביוטארס אין א"י) אז פון די דיסק פון די קאנצערט האבן זיי פארקויפט איבער פערציג טויזנט קאפיס אין א"י אליין, און אלץ א דאנק דער ניגון והיא שעמדה.] די דריטע פאל זעהט אויס ווי עס איז פלעין אריינגעפאלן, אבער עס איז א מורא'דיגע קומזיץ ניגון, אין א"י זינגט מען עס טאקע זייער אסאך.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 11:58 pm

אזוי ווי יא יא האט געשריבן, שרעקליך פראדיקטעבל. ס'איז נישט דא קיין איין שטיקל חידוש (פארשטייט זיך חוץ והיא שעמדה) די מיקס איז פחדים אבער דאס איז אן אלטער פראבלעם פון יוחי'ס סטודיא און איך האב עס עקספעקטעד. אויף דער טעיפ איז עס נאך אביסל ערגער ווי אויף זיינע אנדערע טעיפס אבער ווי געזאגט, איך האב עס ערווארטעט! בפרט האב איך נישט געקענט ווארטן אויף יוחי'ס דראמען און ער האט נישט אונז נישט אנטוישט! ער האט געדראמט אויף 2 ניגונים. ;l;p-

אזוי איז דער CD א טיפיקל שוועקי, ער האב טאקע גאנץ א זיעסע שטימע אבער ער שרייט אסאך און די ניגונים זענען נישט עפעס ווער ווייסט וואס, בקיצור ס'איז מיר שוין נמאס געווארן נאך איינמאל הערן...
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג דעצמבער 06, 2009 7:50 pm

ווי יא יא שרייבט דער ניגון "והוא שעמדה" איז נישט סתם אבי א ניגון, איך מיין אז ביים קאנצערט האט דער קאמפאזער רב ראזעל נישט אזוי גוט אראפגעלייגט דעם ניגון ווי שוואקי לייגט דאס אראפ, אבער נאך אלעם היופי שבשוועקי אלא בסטודיא, אפשר נישט?
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 1:27 pm

פרעזידענט האט געשריבן:ווי יא יא שרייבט דער ניגון "והוא שעמדה" איז נישט סתם אבי א ניגון, איך מיין אז ביים קאנצערט האט דער קאמפאזער רב ראזעל...


כ'האב מיך ערשט אויסגעלערנט דעם ניגון נאכ'ן קויפן די נייע 'רילעקס' אלבום וואו שלומי זינגט עס, און ס'איז ממש א הערליכע ניגון.

די קאמפאזער יונתן ראזעל, וואס איז ער פאר אהרן ראזעל? א ברודער?
http://www.teoria.com/ Music Theory

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 5:22 pm

יא ער איז אהרן רזאל'ס ברודער, זיי זיענען ביידע געבוירן געווארן דא אין ניו יורק און ארויף געםארן איין ארץ ישראל תשובה צו טון...
איך זאג עשה!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שירה פען און 6 געסט