וויאזוי זאגט נאר מיכאל? מזל טוב היכל הנגינה!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

וויאזוי זאגט נאר מיכאל? מזל טוב היכל הנגינה!

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 3:18 pm

כ'האב סתם געוואלט זאלסט עפענען דעם אשכול... כאפסט? ווען נישט אזא קעפל, וואלסטו עס קיינמאל נישט געעפנט...

פון די טיפענישן פון הארץ וויל איך ארויסברענגען מיינע פריידיגע געפילן, לרגל השמחה הגדולה אז דער היכל הנגינה האט היינט דערגרייכט צו 10,000 תגובות! (יישר כח מונה און לאם פאר'ן אויפמערקן... יהא חלקכם ממזכי הרבים).

והם רבבות אפרים - די תגובות האבן זיך געמערט און געפרוכטבארט (קרעדיט: מיין פ' שמות רבי) אויף גאר א שיינעם פארנעם, וואס איז אלעס איז צום פארדאנקען די לעצטיגע שוואונג פון נייע שרייבערס, וואס זענען אריינגעקומען א דאנק דעם וואס די היכל הנגינה איז באקאנט געווארן אויף די אידישע גאס.

א גרויס חלק פונעם קרעדיט (העי, נישט די גאנצע האב איך געזאגט...) קומט זיך פאר מיין חשוב'ער מיטהעלפער נ"י. איך גיי נישט זאגן קיין נאמען, אבער זיין נאמען פאנגט זיך אן מיט "וויכטיג" און ענדיגט זיך מיט "מאכער"... און אינצווישן איז דא א טייערע יוקאן מיט א סטראבערי לייט... פון ווען ער איז געווארן אקטיוו דא אין היכל הנגינה, האט זיך עס אויסגעברייטערט נאך ברייטער ווי זיינע הויזן-טרעגער... (קידינג, ער גייט מיט א באקל פאסיק...) און עס האט זיך אנגעהויבן א פארפלייצונג פון פרישע מעמבערס.

א גרויסן דאנק קומט זיך אויך פאר ר' מיכאל שניטצלער און ר' שלמה טויסיג וועלכע האבן נאכמער באקאנט געמאכט דעם נאמען פון היכל הנגינה ביים "קומזיץ אויפ'ן האדסאן", ווי אויך פאר ר' יואל לעבאוויטש, האדמו"ר מ'פעסט-תקלויטש... וועלכער האט ביים נעכטיגן קומזיץ "מוזיק אויפ'ן בעי" זיך אויך באדאנקט צווישן די שורות פאר די "קרעטשמע"... (יואל'י, ס'הייסט שוין היינט אידישע וועלט... דזשאסט פאר די רעקארד... מעגסט אריינקומען אמאל...)

"היכל הנגינה" איז שטאלץ צו האבן צווישן אירע ווענט די גרויסע לייבן אין עולם הנגינה בדורינו, וועלכע געבן אוועק פון זייער טייערע צייט אונז מהנה צו זיין און האלטן אינפארמירט.

מיר וואונטשן א מזל טוב פאר אלע חשוב'ע מיטגלידער און אקטיווע שרייבער אינעם היכל הנגינה, און אפילו פאר די וואס ליינען בלויז און גייען נאכדעם איבערדערציילן פאר די חברים אין ביהמ"ד, ווייל דאס ברענגט אונז פרישע גוטע שרייבער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 3:52 pm

מאשקע האט געשריבן:"היכל הנגינה" איז שטאלץ צו האבן צווישן אירע ווענט די גרויסע לייבן אין עולם הנגינה בדורינו.


יישר כח מאשקע פארן ארויסברענגען אזוי דייטליך מיין אנוועזנהייט דא, איך בין כמעט רויט געווארן.

עניוועי, לעומתם ברוך יאמרו, א יישר כח פאר יעדער וואס האט נאר אריינגעלייגט די קליינע פינגער אין קולעי וואסער אז דער פארום זאל וואקסן, עס איז באמת א געשמאק דא צו זיין, צען טויזנט איז א נאמבער וועלכע איינער וועלכע האט נאכנישט געווינען די ווינער כולל שמחה ראפעל וועט זיך קיינמאל נישט פארשטעלן וואס עס מיינט, עס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג, חזקו ואמצו, ימין ושמאל תפרוצו על יד איש בן וויכי, גם ברנה ובצייטליך, בואי מאשקע בואי יא יא פני היכל הנגינה נקבלה.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 3:57 pm

לחיים מאשקע, לחיים וויזוי הייסטער דארט? נו.. אהה.. וויכי, לעבן זאל די קרעטשמע, לעבן זאל היכל נגינה!
מזל טוב, מזל טוב.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 4:02 pm

מזל טוב!!

איך וועל יא זאגן א נאמען, אן קיין סימנים, נאר סטרעיט טו די פוינט.. "מאשקע".. דאס איז זיין נאמען..

איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געווען אמאל וואס איינער האט געדארפט הילף אין היכל אדער ערגעץ אנדערש און עם געבעטן, און ער האט נישט געהאלפן, יא! ס'איז א שמחה פארן גאנצן היכל, און פאר די גאנצע יודישע וועלט, אבער פאר מאשקע איזעס א פערזענדליכע שמחה..

ווי זאגט נאר יענער?.. ווען מ'וועט צושניידן מאשקע אין צוויי, וועט מען טרעפן אויף איין זייט היכל הנגינה, און אויף די צווייטע זייט.. כ'וויל נישט זאגן, ווייל גרויזאמער וועט עם נאך נאכגיין.. און כאפן ווער ער איז..

מאשקע טענקס פאר די קאמפלימענט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 4:48 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מזל טוב!!

איך וועל יא זאגן א נאמען, אן קיין סימנים, נאר סטרעיט טו די פוינט.. "מאשקע".. דאס איז זיין נאמען..

איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געווען אמאל וואס איינער האט געדארפט הילף אין היכל אדער ערגעץ אנדערש און עם געבעטן, און ער האט נישט געהאלפן, יא! ס'איז א שמחה פארן גאנצן היכל, און פאר די גאנצע יודישע וועלט, אבער פאר מאשקע איזעס א פערזענדליכע שמחה..

ווי זאגט נאר יענער?.. ווען מ'וועט צושניידן מאשקע אין צוויי, וועט מען טרעפן אויף איין זייט היכל הנגינה, און אויף די צווייטע זייט.. כ'וויל נישט זאגן, ווייל גרויזאמער וועט עם נאך נאכגיין.. און כאפן ווער ער איז..

יאפ, מאשקע איז געוועהן דער וואס האט שווער אריינגעארבעט נאך לאנג פאר איינער האט געוואוסט פון די היכל הנגינה. און לעטס נאט פארגעט עבאוט וויכי, יו אר דואינג ען עמעיזינג דשאב.
רבותי לעטס קיפ איט אפ ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 6:06 pm

אויף די אנדערע זייט פון מאשקע וועט מען לכאורה טרעפן בלעקבערי הילף.

מזל טוב מאשקע, מזל טוב וויכי, מזל טוב היכל הנגינה.

יישר כח ארענדער.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 6:50 pm

קרעמער, אט דאס האב איך געוואלט שרייבן, כאמעך נאר צוריקגעהאלטן, וועגן "גרויזאמער".. דער איז געפערליך..

עניוועי, ס'איז דא נאך אפאר מעמבער'ס/ניק'ס וואס האבן א גרויס חלק און אויפארבייטן די היכל הנגינה, "צייטליך" "יא יא" און "לעניית דעתי".. און נאך אסאאך..

מזל טוב אלע חברים, און שכח ארענדאר, און די הנהלה..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 7:34 pm

מאשקע די ביסט שאגער סוויעט,
דיין גוט הארץ שמ'ט, דיין געטריישאפט אין איבערגעגעבענקייט צו עני וואן איז אנ-ריעל,

מז"ט נגינה אין פערסאנעל מז"ט פאר וויכי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 11:49 pm

מז"ט מאשקע, מז"ט וויכי. יוסף ה' עליכם אלף פעמים ככה.

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:28 am

מזל טוב איך גיי אנהייבן קימען דא מער אפט אמאל איז געוועהן א היכל הנגינה אויף היידפארק עס איז געוועהן זייער גיט דארט אבער לעצטענס טרעף איך מיר דארט אליינס אין די מנהל זיידיאנטשי ווייס איך נישט וואס איז געשעהן מיט אים.

איך האב זייער הנאה פין די פורום.
א גרויסע ייש"כ פאר די חשובה מנהלים!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:39 am

איך מיין מען קען שוין טוישן נאמען צו 'היכל מאשקע מאכער' אדער 'משה וויכטיג'..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:02 pm

אין אמת'ן מי אתה... ווער בין איך... אריינצורעדן דא אין זיך צו באדאנקען פאר אזאנע געלונגענע שרייבערס דא.... אבער כ'על אוועקשטעלן די עניוות אין די בושה אין א זייט אין אויסרופן הויעך....

א טענק יו... א טענק יו..... מאשקע!... וויכי... וחביריו ושותפיו לדבר מצוה.....

קיעפ עם קאמינג!.... (סארי איים אויט אויף לשון קודישע ווערטער....)

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 8:30 am

מאשקע האט געשריבן: פון די טיפענישן פון הארץ וויל איך ארויסברענגען מיינע פריידיגע געפילן, לרגל השמחה הגדולה אז דער היכל הנגינה האט היינט דערגרייכט צו 10,000 תגובות! (יישר כח מונה און לאם פאר'ן אויפמערקן... יהא חלקכם ממזכי הרבים).


מזל טוב!

נעכטן האט 'היכל הנגינה' דערגרייכט די מספר פון 12,500 תגובות.

אום אוגוסט 6th, 2009, 3:18 pm האט מען דערגרייכט די מספר פון 10,000 - ס'האט גענומען א שיינע פאר יאר, און יעצט - צוויי און א האלב חדשים שפעטער - איז שוין צוגעקומען א פערטל פון דעם!

פארוועם קומצעך די קרעדיט? ליינט מאשקע'ס ערשטע תגובה דא אויבן!

מאשקע האט געשריבן: "היכל הנגינה" איז שטאלץ צו האבן צווישן אירע ווענט די גרויסע לייבן אין עולם הנגינה בדורינו, וועלכע געבן אוועק פון זייער טייערע צייט אונז מהנה צו זיין און האלטן אינפארמירט.

מיר וואונטשן א מזל טוב פאר אלע חשוב'ע מיטגלידער און אקטיווע שרייבער אינעם היכל הנגינה, און אפילו פאר די וואס ליינען בלויז און גייען נאכדעם איבערדערציילן פאר די חברים אין ביהמ"ד, ווייל דאס ברענגט אונז פרישע גוטע שרייבער.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:43 am

מזל טוב, מזל טוב. דאס איז אויך אסאך צו פארדאנקען פאר ארענדער מיט'ן לינק ivelt.com/music.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 3:52 pm

מאשקע האט געשריבן:כ'האב סתם געוואלט זאלסט עפענען דעם אשכול... כאפסט? ווען נישט אזא קעפל, וואלסטו עס קיינמאל נישט געעפנט...

פון די טיפענישן פון הארץ וויל איך ארויסברענגען מיינע פריידיגע געפילן, לרגל השמחה הגדולה אז דער היכל הנגינה האט היינט דערגרייכט צו 10,000 תגובות!


ס'האלט שוין יעצט איבער 20,000
http://www.teoria.com/ Music Theory

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » מאנטאג יוני 06, 2016 3:39 pm

זיכנדיג ווער מאשקע איז

זעה איך אז מיט יארן צוריק (אין יארע תש09) איז ער געווען דער זעלבער
מלא חן וטעם


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט