חדש: היכל הנגינה היים בלאט - www.ivelt.com/music

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

חדש: היכל הנגינה היים בלאט - www.ivelt.com/music

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:03 am

אידישע וועלט, היכל הנגינה - ווי איר האט אוודאי באמערקט איז אויסגעוואקסן א פרישער בילד גאנץ אויבן פון אונזער בלאט. עס איז צוגעלייגט געווארן דער נייער און פרישער סימבאל און לאגא פון היכל הנגינה.

אבער דאס איז נישט וואס איך וויל דא אנווייזן.

ארענדער האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות און די לעצטע נאכט, זונטאג פרשת עקב, אום חצות הלילה האט אנגעפאנגען ארבייטן דער נייער היים בלאט פון "היכל הנגינה" עקסטערע.

גיט א קליק אויפן לאגא, אדער לייגט אריין אין אייער אדרעסס באר די ווערטער www.ivelt.com/music און איר וועט אנקומען צום פרישען היים בלאט פאר "היכל הנגינה" זעלבסט.

איר וועט דארט - פונקט ווי אויפן הויפט היים בלאט - זעהן די לעצטערע אפהאנדלונגען פון די נגינה אפטיילונג עקסטערע.

איינע פון די הויפט דערגרייכונגען וואס ארענדאר האט יעצט דורכגעפירט איז דאס אפלאודן ווידיאו'ס אויפן אידישע וועלט סערווער זעלבטס, אן ברויכן לייגן א לינק צו א צווייטן שערינג סייט. גייט ארויף אויפן היים בלאט און זעהט די ווידיאו ווי ר' מיכאל שניצלער באגריסט "אידישע וועלט - היכל הנגינה"..

ווי ארענדאר שרייבט שוין דארט איז דאס נאר ממש דער אנהויב און עס וועט אי"ה צוקומען נאך אסאך אפציע'ס און מעלות.

א ספעציעלער דאנק ברויך מען דא - ווידעראמאל - מעלדן פארן באקאנטען עסקן און אויפבויער פון היכל הנגינה ה"ה "וויכטיג מאכער" וואס אלעס איז געגאנגען אויף זיין אינצטאטיוו און ער שטייט אינטערן גאנצן פראיעקט פון אנהויב ביז צום סוף.

יום ולילה לא ישבותי אין פילן זון פון ווארט, ער איז געווען פארנומען טעג און נעכט מיט ארענדאר אויפן טעלעפאון אויסצוארבייטן די אלע דעטעאלן פאר דעם דאזיגער פראיעקט.

עס איז צום האפן אז דער עולם חובבי נגינה וועלן שטארק הנאה האבן דערפון.


ראה זה חדש!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:37 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- היכל הנגינה די וועי טו גאו!!!!!!!
אונז זעמיר שוין לאנג אויף די וועג ארויף אין די רעיטינגס פון די היימישע מוזיק סייטס, זעהטזיך אויס אז מען האט צובאקומען גוטע פיקאפ אין די לעצטערע תקופה.
וויכי, שקויעך פאר דיין מעכטיגע ארבעט און אומצאליגע שעות וואס דו האסט אריינגעלייגט אין די היכל הנגינה. ארענדאר שקויעך פאר ערעינדשען די נייע טשעינדשעס.
ענד אלל אוו אס שאלד קיפ אפ די גוד ווארק.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:14 am

יא שוין באמערקט דעם טויש נעכטן נאך האלבע נאכט.

אבי ארענדאר זאגט מיר אז ער קען נישט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:20 am

גם אני מצטרף בברכה מעומק הלב להרחבת גבולי הנגינה.

יישר כח ארענדער, יישר כח וויכטיג-מאכער.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:33 am

און טאקע דא העלמער זיך אויסדרוקן א דאנק פאר וויכטיגמאכער, און פאר ארענדער. אייער שווערע הארעוואניע דערקענט זיך, און אידן האבן הנאה פון אייך. בלייבט אונז איבער צו וואונטשן וכו' וכו'
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:46 am

גם אני מצטרף צו די אלע וואונטשערייען און באדאנקעכטצער סיי פארן ארענדאר, און ווי אויך פארן געטרייען חבר אונזערע, הרב וויכטיג מאכער, המכונה בלשון חיבה, וויכי. (ווער האט טאקע געמאכט דעם ערשטען קיצור?)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 1:02 pm

קרעמער האט געשריבן:גם אני מצטרף בברכה מעומק הלב להרחבת גבולי הנגינה.

יישר כח ארענדער, יישר כח וויכטיג-מאכער.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 1:09 pm

וועגן ארענדאר, קליקט דא..

אבער איין זאך וואס דער עולם דא ווייסט נישט, איז אז אסאאך קרעדיט קומט זיך פאר "דער גראפיסט".. ער ספענדט שעות אויף די הצלחה פון די פארום'ס.. און ב"ה ער זעהט שוין עפעס רעזולטאטן..

הער גראפיסט, גיי אן, דער עולם האט הנאה..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 7:15 pm

איך פארשטיי נישט די אויפטו דערפון בכלל, כ'מיין דארט איז דאך דא די זעלבע ארטיקלן ווי דא, מ'דריקט אויף אויף א לינק און מ'קומט צוריק דא... איינער קען מיר מסביר זיין די אויפטו ? אפשר זאל מען טון די זעלבע מיט על הצדיקים ?...

און בכלל באשטייט די קרעטשמע נישט נאר פון היכל הנגינה, פארוואס זאל די איי וועלט סימבאל זיין אויף היכל הנגינה ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 8:35 pm

איזאק, ס'האט אפאר אויפטוה'ן, איינס אז ס'האט א דיירעקט לינק פון דרויסן, ווען איינער פרעגט וואו איז היכל הנגינה?. קען איך גראד זאגן, אייוועלט/מוזיק.קאם..

צווייטענס, אויף די היצטיגע פעידזש, איז נישט גרינג ארויפצולייגן א "וויא'ער" צו קענען זעהן ווידיאו'ס..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 8:47 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איזאק, ס'האט אפאר אויפטוה'ן, איינס אז ס'האט א דיירעקט לינק פון דרויסן, ווען איינער פרעגט וואו איז היכל הנגינה?. קען איך גראד זאגן, אייוועלט/מוזיק.קאם..

און זאגן 'אייוועלט דאט קאם' איז נישט גענוג ? מ'רעדט דאך נישט פון נערנים, יעדער וואס קומט דא אריין זעט אלע פארומס גלייך, מ'דארף געבן די פינגער אין מויל ? סארי, איך האלט נישט פון מאכן די היכל הנגינה פאר די איי וועלט סימבאל, אפילו כ'האב שטארק ליב נגינה איז דא אנדערע אפטיילונגען דא אויך, לגבי דיין צווייטע פוינט ווייס איך נישט ווייל איך בין נישט באקאנט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:05 pm

איזאק, האסט אנגעכאפט א שטארקע פוינט..

איך רעד בעיקר פון זינגער'ס/חזנים, סאו ווארשיינדליך רעדט מען יא פון נערנים.. חחח..

לאמעך דיר מסביר זיין, היות די היים בלאט איז א טויטע זאך, און איך האב אהערגעשלעפט אסאך אירע, און זיי זאגן אז זיי זענען אנגעקומען צו אייוועלט, און זיי זעהען נישט קיין היכל הנגינה, האט מען באשלאסן אז מ'גייט מאכן א עקסטערע פעידזש פאר דעם, קען זיין אז מיט די צייט גייט מען אלעס אריינבלענדן..

דאס איז נאר איין סיבה, ס'איז דא נאך.. אז האסט נאך פראגעס, פרעג ביטע פריוואט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:43 pm

בלייבט אונז נאר איבער צי וואונטשען....

ילכו מחיל לחיל להרמת האייוועלט והקרעטשמע....

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:01 pm

ארענדער איך האב נישט די ווערטער, וויכי יישר כוח פארען ארויפברענגען די פארום, אויף אזא הויכע שטאפעל, בלייבט נאר איבער צו וואונטשען ילכי מחיל אל חיל,דער אויבישטער זאל ענק ביידע -אם שאר חברינו- באצאלען מיט געזינט און נחת און הרחבות הדעת, געזינטע לעכטוגע קינדערלעך, פרנסה בניקל, און נאך און נאך ברכות, לנו ולכל בנ"י.

וואו עס וואונטש ענקער חבר האוזעי ראבענסען קאנאו.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 10:37 am

א גרויסן דאנק אייך אלע!!
כה יתן וכה יוסיף! ילכו מחיל אל חיל!! (חלילה נישט נחל חרדי...)

אגב בין איך נייגעריג צו וויסן ווער האט געמאכט דעם הערליכן קלאסישן לאגא פון היכל הנגינה, איז דאס טאקע אונזער אלעמען באקאנטען "דער גראפיסט"?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 10:48 am

יאפ, דער גראפיסט האט דאס געמאכט..

איך וואלט טאקע געוואלט איינע פון אונזערע גראפיסטן זאל די לאגא אריינלייגן אין די גראפיק פארום, אז מ'זאל דאס קענען דעבאטירן..

האניג, דיי חתומה האט מיך געמאכט לאכן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], חלה לכבוד שבת, נאר חסרונות און 5 געסט