ווייסט איינער ווער דאס איז, און ווי דאס איז?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

ווייסט איינער ווער דאס איז, און ווי דאס איז?

תגובהדורך צו די זאך » זונטאג אוגוסט 02, 2009 4:48 pm

ווייסט איינער ווער דאס איז, און ווי דאס איז?

מיין מיינונג איז, אז ס'איז זייער שיין.


http://www.mahnishmah.com/system/script ... cgi?p=9242
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » זונטאג אוגוסט 02, 2009 5:20 pm

דאס זענען די האראוויץ ברודער פון א"י, גאר שיינע בעלי מנגנים און קאמפוזער פון צענדליגע הערליכע ניגונים (רוב ניגונים זענען אויף די קארליבאך סטייל).
די ווידיא איז אין די שטאט ניקלשבורג, זיי קומען יעדעס יאר אהין אויפן יארצייט פון הרה"ק ר"ר שמעלקע זי"ע צוזאמען מיט אנדערע אייניקלעך פון הרה"ק הנ"ל ובתוכם דער ניקלשבורגער רבי פון מאנסי וואס קומט אהין מיט א גרופע חסידים און צוזאמען פארברענגט מען לכבודו פונם הייליגען זיידען מיט שירות ותשבחות מיט אן אויסערגעוועדליכן מתיקות, (כידוע איז דער ר"ר שמעלקע געווען א גרויסע בעל מנגן, און ווי עס שיינט איז עס אריבער בירושה צו די אייניקלעך).

א חבר האט מיר דערציילט אז ער איז פאריאר דארט געווען ווען מען האט געפראוועט א שבת צוזאמען, ער זאגט מיר אז די געגועים צום באשעפער פון די הערליכע נגינה האט אזוי אויפגעפלאמט זיין הארץ אז ער האט שוין געוואלט דארט בלייבן איו ביה"ח...

די קליפ איז דאכט זיך אין דער הערליכער ניקלשבורגער "שלאס" וואס שטייט נאך עד היום הזה.  
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » זונטאג אוגוסט 02, 2009 10:06 pm

ווי קען מען זיי הערן זינגען?

און ווי קען מען הערן זייער קאמפעזירטע ניגונים???

איז דא א טעיפ פון זיי?? אויב יא וואס איז די נאמען?? און ווי קען מען עס קויפן??

זיי האבן מיר זייער געכאפ מיט זייער נגינה.

א גרויסן יישר כח פאר די ביז יעצטיגע אינפארמאציע!!
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:25 am

wow ער זינגט זייער גוט דער אינגערמאן. און דער רבי שליט"א אויך.

סע זינגט זיך גאר אנדערש אין אזא מין געביידע.

הערליך.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 12:17 pm

ווי קען מען זיי הערן זינגען?

און ווי קען מען הערן זייער קאמפעזירטע ניגונים???

איז דא א טעיפ פון זיי?? אויב יא וואס איז די נאמען?? און ווי קען מען עס קויפן??


צופיל אינפארמאציע איבער זייערע ניגונים ווייס איך נישט, עס דרייט זיך אבער ארום עפעס טעיפס פון די הערליכע נגינה וואס איז אפגעכאפט געווארן אין די שטאט ניקלשבורג (וואס די אויבערדערמאנטע קליפ איז איינס פון זיי) לכאורה ברויך מען פרעגן ביי די ניקלשבורגע חסידים, ווייל זיי האבן אדעפטירט געוויסע ניגונים פון די האראוויץ פאמיליע. דאכט זיך אפי' אויף זייער האט-ליין איז געווען ארויפגעלייגט געוויסע פון די האראוויץ ניגונים, די נאמבער ווייס איך נישט.

יעצט נאך א קורצע זיכעניש האב איך דאס געפינען www.cantorsworld.com 1 און דאס www.cantorsworld.com 2 דאס איז אינפארמאציע וואס זעהט אויס צו זיין איבער די דאזיגע האראוויץ ברודער, דא לייען איך אז חזן צבי האראוויץ איז אויך פון די פאמיליע, איך וועל דאס ברויכן מברר זיין.

עניוועי וויפיל איך ווייס איבער די ברודער איז אז איינער פון זיי איז א הערליכער קאמפויזער, זיי זענען אלע מלא רגש, חשובע מרביצי תורה און גאלונגענע מענטשן, איינער פון זיי הייסט ר' זושא אן אויסערגעווענדליכע שיינע בעל דרשן און גוטע זאגער.

אי"ה איך האף בקרוב צו שאפן מער אינפא. איבער זיי וועל איך עס דא פאוסטן.

דא קענט איר הערן אויסצוגן ווי זיי זונגען

baal shem part 1
baal shem part 2
דער איד מיטן גרויסן בארד אינטערן ארון קודש איז דאכט זיך ר' זושא (מען קען אויך זעהן פעסטע רבי צווישן...)
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט