חזק 13 קאנצערט (וואס?? אה קומזיץ!) מוצש"ק נחמו

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

חזק 13 קאנצערט (וואס?? אה קומזיץ!) מוצש"ק נחמו

תגובהדורך my_music » מיטוואך יולי 29, 2009 3:38 pm

קוקנדיג מיינע אימעילס - אדער בליץ פאסט (פּאָסטן - פּעסט, וויאזוי זאגט מען אסאך פּאסט?) - אזוי צווישן א אימעיל פון ביי.קאם פון גאר געוואלדיגע מציאות'ער פון גרויסער הארד דרייוס מיט קליינע פרייזן איטליכע אן שיפפינג קאסט און און ווייטער איטליכע מיט שיפינג קאסטן, אבער היות איך באקום דאך נישט קיין פעני פאר די אלע פראמאושענס וועל איך מיך דא אפשטעלן און ווער עס וויל נאכקוקן זייערע סעילס זאל מוחל זיין און אליין ארויפגיין אויף ביי.קאם און עס נאכקוקן, און וועל כ'העל באקומען קאמישן העלעך אנפאנגען זיי צו פראמאוטן, איך דארף עפעס ארבייטן פאר פרי? ווי אידאס געהערט געווארן, נעקסט טיים זיך א צווייטן, אה קיינער האט מיך עקשעלי נישט געבעטן זיי צו פראמאוטן סאו איך קען טאקע נישט האבן קיין טענות צו קיינעם, אוי בין איך פארקראכן דא, ווי האלט איך?
אקעי לאמיר גיין ווייטער ווי איך האלט: סאוי צווישן די אימעילס פון ביי.קאם און די אימעיל וואס איך האלט אין איין באקומען פון דשעני.קאם אז מיין פעטערס זיידע'ס דריט פארריקטע קאזין'ס זון האט א נעפיו וואס ווערט היינט 26 יאר אלט למז"ט און איך האב די אפציע איהם איבערצולאזן א בירטדעי וואונטש, און וויפול מאל איך האב שוין פרובירט פטור צו ווערן פון זייערע אימיעלס ארבייט זיך עס נישט אויס, איך מיין וואו איז יושר, איך וויין און איך שריי צו זיי "הערטס מיך אויף צו שיקן אימעילס וועגן מענטשן וואס איך קען נישט און - ווילאנג איך לעב אויף די וועלט - וועל זיי מנהסתמה נישט קענען" אבער עשה עצמו כאילו לא ידע און גארנישט... זיי שיקן ווייטער, וואס האלט איר טייערע חברי הקרעטשמע זאלעך זיי ספעמען איינמאל פאר אלעמאל? איך וואלט עס גערן געטוהן נאר איך האב איין זאך וואס האלט מיך צוריק פון דעס טוהן, אז זיי וועלן מיינען אז איך באקום ווייטער זייערע אימעילס און איך צוברעך טעגליך א גלעזערנעם סקוויזער באטל אויפן טיש פון אויפגערעגטקייט, ווען זיי באקומען ווען א נאטיץ אז איך האב זיי געספעמט, דאמאלט וואלט איך עס באלד געטוהן, איז וואזאגט איר?
אז וואס???
איך הער נישט ווען דו ביסט אזוי ווייט, קום אהערציר
ווער איז געקראכן? איך בין וואס????
אה איך בין פארקראכן..... אךך גערעכט מעסארי, אקעי דאס מאל העלעך פרובירן מיך צו האלטן אן טרעק

זעה איך א אימעל מיט די העד ליינס "חזק 13"
שטעלט זיך באלד די גרויסע פראגע מה זה ועל מה זה
העליכאך זאגן
דער מדובר איז דא וועגן א קומזיץ אדער בר מצוה סעלעבראציע - ווי זיי רופן עס אן דארט בלע"ז - א משה און אהרן פאנד פאר ספעציעלע קינדער,
וואס דאס האט מיט בר מצוה וועל איך אייך לאזן אליינס אויספיגערן, ווייל אויב העלעך זאגן אז איך ווייס וועט עס זיין הויל ליגנט, און ווי עס איז באקאנט פאר יעדן האלט איך מיך זייער צוריק פון ליגנט, (סתם א גראבער ליגנט, עס איז נישט באקאנט פאר קיינעם), איז באלד העלעך פאוסטן די בילד וואס איך האב באקומען און יעדער וועט קענען אליינס זאגן זייערע מיינונגען און קלערונגען וואס זיי האלטן אדער האלטן נישט פון די גאנצע זאך,
איי וועטאך יעדער באלד אויפשפרינגען מיט די גרויסע קשיא וואס האט בשעתו אויפגעשטורעמט גאנץ כ'ווייסנישוואס והגלילות (וואס רעדעך דא?) פארוואס לייגסטו נישט באלד ארויף דעם בילד און דו פארשפארסט דיך פון שרייבן דיינע ציהל-לאזע פערל ווערטער, און אונז פון אונזער טייערע צייט וואס מיר וואלטן געקענט אין די צייט קוקן עפעס אנדערע אשכולות און אויפטוען עפעס פאר אידישקייט, ווי למשל ר' תו'ס שיעור (זעהט איר? פאר דעם באקום איך שוין יא קאמישן, נע אז איך קריג קאמישן העלעך גערן פראמאוטן)
אבער דאס איז טאקע דער ענטפער צו די קשיא, אז איך וועל באלד ארויפלייגן דעם בילד וועל איך מיך פארשפארן פון שרייבן מיינע ציהל-לאזע פערל ווערטער....

אקעי.... מיינע נערוון הייבן שוין אן אויסציוועפן (מסתמה ענקערס האט שוין לאנג אויסגעוועפט)
עס וועט זיין דארט דעם אלעמען באקאנטן דוד גבאי, וואס לדעתי איז ער פון די גרעסטע סטארס היינטיגן דור, קודם כל ווייל ער פארשטייט מורא'דיג צו מוזיק, ער קומט אן אויף א דזשאב און ער ווייסט סקעילס מיט קיען, און ער זינגט מורא'דיג אן טאן, עס איז שווער צו טרעפן היינט אידישע זינגערס וואס זינגען אזוי אין טאן,
און אויף זיין אלבום בין איך ממש ארויס פון די כלים וויאזוי ער זיצט אויפן ביט beat אז איך האב ממש געזאגט אז די ביט לויפט איהם נאך נישט פארקערט... מיניג אז ער איז ממש אזוי פונקטליך אויפן ביט ער זיצט מיטן רידעם אזוי מין גוט (נישט די אנדערע וועג, ווייל עס איז דא מאלן וואס א א ביט לויפט נאך איינעם און עס איז נישט אזא פריטי פיקשער, טראסט מי איר ווילט דאס נישט זעהן)
שלומי דעקס
וואס איך ברויך נישט אנהויבן מיט איהם ער איז א אלטער באקאנטער סטאר וואס מען דארף נישט מאריך בדיבורים זיין

שלמה שמחה
ווער קען דען נישט דעם רזה דשבת איהו שבת (שלומי דסקל זינגט עס אויף רילעקס) און ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין אלבום כנגן המנגן כן ינגן המנגנים בנגינה - איך געדענק נישט פונקטליך דעם נאמען דערפון, אבער ס'איז איינע פון די אלע נגינה ווערטער וואס איך האב יעצט געזאגט, פיקט אויס צוויי שטיק און טרייט עס אויס, בקיצור קאליש מאכט ערענדשמענטס דארט, זייער שיין, אקיצור אויכעט פון אונזערע גרויסע שטערנס

שוועקי
- וועלכע שוועקי?
שוועקי'ס ברודער
- וועלכע שוועקיס ברודער?
וואס הייסט וועלכע שוועקי'ס ברודער? וויפול שוועקי'ס איז שוין דא?
- צוויי שוועקי'ס איז פונקט גענוג.
נו פון צווי שוועקי'ס איז אזוי שווער צו וויסן ווער עס איז די ברודער?
- חכם איינער! ביידע זענען דאך ברודערס איינער פארן צווייטן...
אה ביסטעך גערעכט, אקעי כ'העל זאגן נאכאמאל

יוסף חיים שוועקי
דער נייער שטערן אין די אידישע וועלט, על פי האמעת זעה איך נישט קיין גרויסער חילוק - אין שטימע - צווישן די צוויי, כ'העל נישט זאגן אז איך האבעס אזוי סאך מאל אויסגעהערט, אבער דאנט געט מי ראנג, עס איז א שיינער אלבום מיט הערליכע ניגונים, מיט א שיינער בא'טעם'טער זינגער מיט א געשמאקער קול - וואס איך זעה א שטארקער ענדיכקיין אין זיין ברודערס קול, אקיצור ער'העט אויך מהנה זיין דארטן....

אקעי מוצ"ש נחמו אויגסט דער ערשטן 10:30 PM סאליוואן קאנטרי קאמוניטי קאלעדש פיעלד הויז
sullivan country community collage field house
across from vacation village - loch sheldrake NY

פאר טיקעטן ביטע רופט 212-560-0992

עםםםם לאמיר זעהן וואס נאך.... אלע פראפיטן גייען פאר צדקה, וואט עלס איז ניו?
אקעי הער איי גאו, דא האט איר דעם בילד, און סאררי פארן אויפהאלטן אזוי לאנג אין אזא אנגעצויגענע ערב טישעבאוו
צוגעלייגטע
Picture 2.jpg
לעצט פאראכטן דורך my_music אום זונטאג אוגוסט 02, 2009 12:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הימל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

תגובהדורך הימל » מיטוואך יולי 29, 2009 3:48 pm

יא כ'האב מיך שוין איינגעהאנדלט טיקעטס פאר'ן חזק קאנסערט קומענדיגן מוצש"ק
(איי איך האלט אין איין וואוטשטן פאר יעדן אז תשעה באב זאלן מיר שוין זיין אין ירושלים? א גוטע קשיא)
וואס פרעגסטו?
ניין! איך וואלט קיינמאל נישט געספענדט געלט פאר דעם ס'איז בכלל נישט אזוי אינטערסאנט, נאר כ'האב באקומען טיקעטס פאר פרי פארוואס זאל איך נישט גיין?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 29, 2009 5:13 pm

הימל, אז דו גייסט פאר פרי, וועסטע מוזן געבן א ריפארט..

מיי מוזיק, מיט דיר ווילעך נישט רעדן.. ס'איז ערב ת"ב, איך עס דא אנגעזעצטערהייט, און איך כאפ א בליק, אונמיטן פרעגט מיך מיין ווייב, פארוואס איך לאך... יא, האסט מיך געמאכט שמייכלען...

ביי דע וועי מר. מוזיק, וועלעכע מוזיק ביסטו?.. ביסט א ברודער פאר דעם באקאנטן מוזיק?.. אהה, דיין טאטע איז דער.. עם עם.. עם.. וויזויהייסטערנאר?.. אה.. דער מוזיק.. חחח.. שוועקי וואס דו ביסט..

עניוועי, וויבאלד ס'איז א לעצטע מינוטיגע זאך, קוקט אויס אז איך וועל נישט דארט זיין, אבער איך האף אז (אין) הימל האט (מען) געהערט וואס איך האב געבעטן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הימל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

תגובהדורך הימל » מיטוואך יולי 29, 2009 5:19 pm

כ'הער עפעס גרודער דא, האט איינער עפעס גערעדט? אפשר האט זיך נאר אביסל וויכטיג געמאכט?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יולי 29, 2009 6:11 pm

מוזיק, די וועג וויזוי די לייגסט עס אראפ סאונד עס גאנץ עקסיידינג,
איך וועל לכאורה נישט דארט זיין לייוו,
א ריפארט פין דיר וואלט איך זייער הנאה געהאט צו ליינען,
ש'כח פין פראנאויס

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג יולי 30, 2009 1:38 pm

סארא טאלאנטן! מיי מוזיק, קענסט טוישן דיין ניק צו "מיי_שרייבן", נעעע אפשר איז שייך אז מוזיק קענסטו נאך בעסער? WOW דעמאלסט דארפטסו צו זיין גוווטט!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 02, 2009 6:34 am

מיי מוזיק, כאב הנאה געהאט פון דיין פרי קאנצערט ריפארט, אויב איז אזוי גוט געווען דער ארטיקל איבערן עד ווי וועט נאך אויסקוקן א ריפארט אויפן עצם איווענט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוגוסט 02, 2009 6:47 am

כיאנאש ועוד, דאס באשרייבונג איז א מעסטער פיעס פון זיסקייט מיט הומאר. אן אמת'ער קרעטשמע ארטיקל.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג אוגוסט 02, 2009 8:47 am

מיין מיוזיקעל ! מיר ווארטען אויפן רעפארט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » זונטאג אוגוסט 02, 2009 12:18 pm

קודם כל שכויעח פאר די ווארימע דברי חיזוק, אבער היות איך האב מיך נישט באטייליגט אינעם קאנצערט סלעש קומזיץ וועל איך נישט קענען באריכטן קיין רעפארטן.
אבער הרב הימל איז מכובד צו דעליווערן א רעפארט, (ביסט געגאנגען צום סוף? - כ'מיין וואדען... האסט זיכער נישט געווארפן די פרי טיקעטס אין גארבעדש, עם איי רייט?)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג אוגוסט 02, 2009 3:06 pm

מיי מוזיק איך האב הנאה געהאט, און איך בין שוין גרייט פארען ריפארט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » זונטאג אוגוסט 02, 2009 11:48 pm

מיי מוזיק! אלף פלוס ;l;p-
בעיוטיפול אין צוקער זיס באשריבען... וועסט מוזן אנהייבן שרייבן אפטער... הצלחה

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:40 am

קיין קומזיץ איז עס נישט געוועהן אבער יס איז געוועהן זייער שיין אבר איך בין אנגעקימען אביסעל שפעט...
דוד גבאי האט זיך זייער שיין ארויפגעארבעט ער זינגט מורהדיג אין די טייערע נשמעלעך האט באמת הנאה געהאט(פין ווי ווייס איך? גאנץ פשוט זיי האבן מיר געזאגט)
איך האב פארפאסט שלמה שמחה אין שוועקי...
אבער עס האט געפעלט אברהם פריד וואס פאר די לעצטע 2 יאר איז ער געווהען אין די יאר נישט.

איך האב גראדע קליפס פין לעצטע יאר אבער איך ווייס נישט אויב איך מעג עס ארויפלייגן ווייל איך ארבעט מיט די קינדער אין זיי זענען אין די ווידיאו.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:32 am

פארוואס האב איך פארפאסט אזא זיסן באשרייבונג פון "מיין מוזיק"? וואס זאגסטו, מיין מוזיק? דיין מוזיק! וואטעווער. וויאזוי זאגט נאר ליפא? נישט נאר וואס איז דיינס איז דיינס, נאר אויך וואס ס'איז מיינס איז דיינס. דער פרקי אבות ברענגט עס שוין נאך...

הכלל, ווי בין איך דא צעפארן? אה יא... אזוי ווי דער מבין האט שוין געזאגט, ביזט א מייסטער שרייבער, און כ'פארשטיי נישט פארוואס דו האסט דיך אריינגעלייגט אין מוזיק...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:52 am

מאשקע האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט פארוואס דו האסט דיך אריינגעלייגט אין מוזיק...


כ'העל דיר עס פארענטפערן מיט די ווערטער פון הרב מבין.
מבין נומ 1 האט געשריבן:קענסט טוישן דיין ניק צו "מיי_שרייבן", נעעע אפשר איז שייך אז מוזיק קענסטו נאך בעסער?


אבער כדי דאס צו טוהן וועלעך אנהויבן מיט א משל, געווען איז אמאל אין ווייטע מדינה מעבר לים א בן מלך וואס האט זיך פארזינדיגט פארן טאטן, ווייסטע וואס לאמיר גלייך צוגיין צום פוינט אנע משל

לעולם האב איך גארנישט געהאט מיט מוזיק איך בין געווען א שרייבער, מיין ניק איז געווען My_documents ביז איינמאל האבעך אריינשפאצירט אין קרעטשמע (איך רעד נישט פון א קרעטשמע וואס מען זיצט אין אפיס מיט די אויגן פארגלאצט אויף א גרויסן סקרין איך רעד פון א ריכטיגע קרעטשמע וואו מען זיצט און מען טרינקט און זינגט רערערערערעעעעע - נו ווען געדענקט וויאזוי די שיכורים זינגען דארט אויף רעב יודל וויינשטאקס טעיפס)
בקיצור עס איז געווען דאן עפעס א "13 קאנצערט וואס קומזיץ" און איך האב אראפגעלייגט א שטיקל,
דאן האבן מיך אלע חברי הקרעטשמע באפאלן, וואס זיצטו ביים שרייבן? איין "מבין" האב זיך אנגערופן: פארוואס הייסטו מיי דאקומענטן קענסט טוישן דיין ניק צו מיי מוזיק, דער מאשקע פונעם קרעטשמע גיבט א שריי אויס: כ'פארשטיי נישט פארוואס דו האסט דיך אריינגעלייגט אין שרייבן...

דאן האבעך דעסיידעד אז מעגייט טאקע טוישן דעם נאמען אויף מיי מוזיק, און כ'העל לייגן שרייבן אינא זייט

אקיצור דאס איז בעיסיקלי די סטארי
לעצט פאראכטן דורך my_music אום דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 2:16 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:33 am

איך בין שוין אינגאנצן צומישט.... אבער כ'על ארויסנעמען פון דיינע ווערטער אז מוזיק איז דיין סייד דזשאב...חחח

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:48 am

חחחחחחח "מיי_לץ"...
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט