עקסקלוסיוו: "עי טיים" דינער, מיט "טיעם פראדוקשן" אויף א שיף.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

עקסקלוסיוו: "עי טיים" דינער, מיט "טיעם פראדוקשן" אויף א שיף.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 22, 2009 5:57 pm

עקסקלוסיוו צו ק.נ.א.:

אידישע וועלט-בלעקבערי - ק.נ.א. האט יעצט אריינבאקומען א באריכט, אז די באקאנטע ארגענעזאציע "עי טיים" וועט האבן א פאנדרעיזינג אווענט אינאיינעם מיט היינט שוין באקאנטע "טיעם פראדוקשען" אין די קומענדיגע וואכן.

דאס זענען אונזערע ערשטע באריכטן:

A TIME וועט פארקויפן טיקעט'ס פארן עולם צו קענען מיטהאלטן די העכסט רייכער אווענט. די הכנסה פונעם אווענט איז פאר די וואוילטעטיגער ארגענעזאציע.

די זינגער ביים דינער וועלן זיין ווי פאלגענד:

אברהם פריעד.
שלמי גערטנער.
חזן איטשע מאיר העלפגאט.


דער מעמד וועט זיין אויף א שיף אויפן וואסער.

עס איז אין פלאן אויף נאך עטליכע זאכן וואס ווערן יעצט אויסגעארבייט.

סטעי טונד!

עס איז א אווענט וואס קיינער וויל נישט פארפאסן.


נ.ב. מער פרטים וועלן מיר האבן עטליכע מינוט נאכדעם וואס גרשי מאשקאוויטש וועט ענדיגען זיין פיצא און גיבן איינס אויך פאר יוסי טיבערג...

ריפארטינג פראם ק.נ.א./ היכל הנגינה.
דיס איז וויכי פראם צייטליך'ס קאמפיוטער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יולי 22, 2009 6:22 pm

ס'האט א שטיקעל מעלה אז ס'זאל זיין ציזאמען מיט א דינער אזוי וועלען מער מענטשען וואס זענען געוועהן אינטערעסירט ביז היינט צי גיין נאר מחמת בושה האבען זיי זיך צוריקגעהאלטען וועלען יעצט קענען גיין

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 22, 2009 6:30 pm

יו הירד איט פירסט הער, פראם וויכי עט די ברעיקינג ניוז דעסק אוו ק.נ.א.

פאם פא פאם

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך יולי 22, 2009 6:32 pm

ענדליך האבן די מוסדות איינגעזעהן וויזוי מען ברענגט אן עולם.. לאמיר האפן מיר וועלן נאך איינמאל געניסן בחנם פון די אלע אינטערטעימענטס..
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך יולי 22, 2009 8:40 pm

וויכי מיין ערשטע שאלה איז, וועט מען דארט יא קענען גיין אן א היט אדער רעקל?

איך שטעל מיך פאר אז איך האב נישט די געלט צו קויפען א טיקעט דארט, אבער ווער ווייסט אפשר וועט עס יא זיין פאר פארמעגליכע אויך, לאמיר האפען.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 22, 2009 9:23 pm

אזויווי "יאסי מיט גערשי" זענען זיך שוין דורך געקומען מיט די פיצא, קען מען שוין גיין ווייטער..

לויט ווי געוויסע קוועלער געבן איבער, גייט דער וועלט בארוהמטער קאמפוזער, און טאלאנטפולער בדחן "פנחס וועבער" (פינקי בלע"ז..) אויך זיין צווישן די פרעפארמער'ס אויפן שיף..

די אווענט גייט פארקומען אום דינסטאג עקב, כ"א אב, ולמס' AUG 11, (וואס קרעכצ'סטע?.. ביסט נישט עוועילעבל?.. דאונט ווארי, ק.נ.א. וועט האבן פול קאווערידזש פון די אווענט..) אויף א שיף, די פונקטליכע לאקציע וועט מען מעלדן מארגן אי"ה..

די שיף וועט זיין ספעציעל צוגעגרייט איין שטאק פאר מענער, און איין שטאק פאר פרויען, (די פרויען וועלן אלעס קענען מיטהאלטן אויף גרויסע סקרין'ס..)

עס וועט סערווירט ווערן גאר א רייכע מאהלצייט פאר אלע משתתפים, און זעלבסטפארשטענדליך, אז מיט אזעלעכע חברה -אברהם פריד שלומי גערטנער, חזן העלפגאט, און פנחס וועבער- וועט זיין גאר א רייכע פראגראם..

וואס גייט שוין ווייטער פאר דארט?.. עטס קענטס ענק אויפהערן צו קריגן??!!! געב עם דארט!!.. אופס, איך האב נישט געכאפט אז איך בין אויפן מייק.. איך וועל זיין צוריק ווען זיי וועלן זיך דורכקומען...

ריפארטינג פראם מיי בלעקבערי, דיס איז וויכי, וויט אפדעיט אן נגינה, עט די ק.נ.א. נעטווארק..

בעק טו יו צייטליך..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מיטוואך יולי 22, 2009 9:58 pm

וויכי! א טענק יו א טענק יו... פארן אראפלייגן דא די נייעס מיט אזא זאפט... נאך פאר רוב עולם ווייסט דערפון בכלל....

אברהם פריעד מיט חזן העלפגאט האב איך שוין געהערט צוזאמען......... אבער גערטנער אויך... דאס איז שוין א חידוש....אין א מעכטיגע איידיע
ביידעוועי כ'האב געהערט אז שירה גייט אויך זינגען דארט אבער איך בין נישט הונדערט פארצענט... כ'פיר מיר נישט צו זאגן קיין ליגענט אין די ניין טעג, סאו טשעק איט אויט פליזזז....

דיס איז אודיא ,ריפארטינג לייוו פון.... ווייסעכווי.. נעווער מיינד

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מיטוואך יולי 22, 2009 10:21 pm

וויכי, פיינע נייעס...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 23, 2009 10:11 am

קענט וועיט טו העיר די דיטעילס!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 23, 2009 1:56 pm

וויכי, צו איך וועל דארט זיין צו נישט ווייסעך נישט, (ביי די פאריגע האבעך אויך נישט געוואוסט, און צום סוף.........) אבער אז כ'וועל הנאה האבן דערפון, בינעך כמעט זיכער. ס'הייסט כמעט, כאשוין אנגעהויבן הנאה צו האבן דערפון.

יישר כחכם.

(לאמעך זען וואס זיינע טענות גייען יעצט זיין.)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 23, 2009 2:27 pm

איך וויל נאר קאנפערמירן אז וויכי איז נעכטן געזיצן ביי מיר אין אפיס בעת יוסי טיבערג האט אריינגעריפן מיט די געוואלדיגע נייעס.

איך וויס נישט אויב וויכי לאזט זאגן, אבער איך האב דאס געשריבן מיט זיין ניק, :shock: ווען ער האט מיר געגעבן די אינפארמאציע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג יולי 23, 2009 2:34 pm

איך זעה טאקע אז אס האט כמעט נישט קיין פינטעלעך...
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 23, 2009 3:26 pm

יאפ, איך לאז.. איך האב עס אפגעטייפט, און אזוי ווי איך קען נישט אזוי גוט טייפן פון פאנקיוטער, האב איך געגעבן פאר צייטליך צו פינישן, ער האט אראפגענומען אלע פינטעלעך, און ער האט צוגעלייגט אייגענע זאכן.

יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט איינעם פון עי טיים, א טיקעט גייט קאסטן 500 דאללער, נישט ווי זייער געפלאנטע 1,000, צוליב די שווערע עקאנאמישע מצב.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג יולי 23, 2009 3:43 pm

איז דער קאנצערט אינטערעסאנט פאר היימישע חסיד'ישע יונגעלייט תושבי הקרעטשמע?
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 23, 2009 3:54 pm

איך זעה נישט פארוואס נישט.. דארט גייען זיין היימישע זינגער'ס, עקסטערע שטאקן פאר מענער און פרויען, לויט ווי דער עי טיים איינגעשטעלטער זאגט, גייט דאס זיין אונטער די השגחה פון הרב לאנדא, דומ"ץ טאהש-ב.פ., די הכנסה גייט פאר די מוסד.. וואס קען זיין א פראבלעם?..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג יולי 23, 2009 4:57 pm

גייט זיין עקסטערע אריינגענג פאר מענער און פרויען? וואסערע עולם ווערט געלאנדט אהין? ביים אנקומען גיין זיין תערובות? פרעג אן ערליכן איד
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 23, 2009 5:05 pm

ליין איבער מיין פארגיע תגובה, די גאנצע זאך איז אונטער די השגחה פון הרב לאנדא דומ"ץ טאהש, ב.פ.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 27, 2009 4:55 pm

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די A TIME דינער אויפן שיף.

ווי ק.נ.א. האט זיך היינט דערוויסט וועט דער באוויסטער "פה מפיק" און משמח אלקים ואנשים הרב מיכאל שניצלער זיין דער יושב ראש פונעם נאכט און ער וועט דאס אנפירן.

ק.נ.א. האט זיך תיכף פארבינדען מיט ר' מיכאל ווי ער האט דאס באשטעטיגט און צוגעלייגט אז עס ווארט די באטייליגטע א רייכער מעניו.

"די ווייסט ווי גרויס דער שיף גייט זיין?" פרעגט מיכאל "פיר מאל אזוי גרויס ווי דער שיף ווי מיר זענען געווען עטליכע וואכן צוריק" רעדענדיג פונעם "קומזיץ אויפן האדסאן" ווי מיר זענען געווען צוזאמען.

דער שיף וועט ארויספארן פונעם וועסט-סייד אין מאנהעטן און עס ווען נאכפאלגן עטליכע שעה פון קורת רוח פון נגינה און נאך.

ווי עס הייסט יעצט וועלן זיין דארט אנוועזענד עטליכע חברה פון ק.נ.א. ווי מיר האפן אז דאס וועט געדעקט ווערן דאס בעסטע וואס מעגליך.

(אינפארמאציע קרעדיט: וויכי)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג יולי 27, 2009 7:54 pm

איך וויל נישט ח"ו קריטיקירן, און נאך דערצו אזא טייערע ארגענעזעישאן ווי עי טיים, און אויך די חשובע רבנים און דיינים וואס זענען עומד בראש, ועל כולם הגאו הצדיק רבי בנימין לאנדא שליט"א, ווייל איך ווייס אז טאמער ס'וועט זיין אונטער זייער השגחה וועט עס זיין הונדערט פראצענט יודישלעך אויסגעהאלטן,

אבער וואס איך וויל יא וויסן איז... וויפיל איז די שיעור אז ארגענאזאציעס דרפן ספענדן אז מענטשן זאלן זיי געבן געלט? איז דאס נארמאל אז יעדע ארגענעזעישאן זאל ספענדן טויזענטער דאארן אבי צו קאמפין מיט א 2טן, דאס איז א אומדערהערט עולה, היינט קומט א ארגענעזעישאן מיט אזא איידיע צו מאכן געלט, און מארגן קומט א 2טער און איבערמארגן א דריטער, און מען האלט היינט אז א פלעינע דינער פון א ארגענעזעישאן וואס שטעלט צו א פראגראם קאסט אפ שווער צענדליגע אויב נישט הונדערטע טויזענטע דאלארן,

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג יולי 27, 2009 8:55 pm

נאך א מזל די ווילסט נישט קריטיקירן, אבער די מוזט פארשטיין אז יעדער זוכט היינט איידיעס וויזוי צו מאכן געלט. דר'עולם? האט נישט קיין געלט, ביי נאו. נו, מימען דאך אהערשטעלן עפעס אינטערסאנט דער מענטש זאל פילן אז זיין געלט צאלט זיך אים אויס, קוק אהער אזא קומזיץ אויפן האדסאן ווי דער עולם האט געספענדעט הונדערט פופציג דאלער פאר קארגע איין שעה עסן, אין צוויי שעה זינגען.. און פרעג נאר דעם עולם ווי געשמאק ס'איז געווען. דאס איז פונקט גענוג פאר עי-טיים, אז זיי זאלן דאס נאכטון און די געלט זאל גיין פאר זיי.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 28, 2009 10:40 am

וואלוועלע, עי טיים האט געטראפן א לעזונג צו דיין פראבלעם. נעמליך, מוזט נישט קומען!

ד.ה. אזוי, זיי מאכן א דינער. בכדאי דער עולם זאל זיך אנריפן מיט שיינע סכימום עטוואס מער ווי א צוואנציגער און פופציגער גייען צו שטעלן פארן עולם עפעס וואס חוץ די צדקה וואס מ'געט לוינט עס פארן מענטש, ער פריוואט וועט הנאה האבן דערפון.

אלץ גאר פיינע מענטשן גיבן זיי פארן עולם די זעלטערע אפציע פון זיך אויסוועלן. דאס הייסט אז קיינער ווערט נישט געצווינגען צו קומען אדער צו קויפן א בילעט.

ווילסטו שטיצן די מוסד, ווילסט הערן די זינגער, האסט די געלט - דאן קויף א טיקעט און האב הנאה. ווילסט נישט שטיצן די מוסד, אדער די האסט נישט קיין נערווען צו די זינגער, אדער אפילו יא, אבער פארמאגסט נישט די געלט - דאן קום נישט. וויזוי די ווילסט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יולי 28, 2009 7:39 pm

האט דען די ערשטע קומזיץ אויפן האדסאן געמאכט געלט ? די שיף צו דינגען מיט די עסן קאסט דאך א פעטע מטבע, און קיין ריזיגער עולם איז דארט נישט געווען, לויט ווי איך האב געהערט האט מען דארט קיין געלט נישט געמאכט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יולי 28, 2009 10:49 pm

טיטאניק, די פרעגסט אין די ענטפערסט אין די זעלבע תגובה? א דערהער..

עי טיים האט זיכער א גרעסערע טשענס צי מאכען מער געלט מפני כמה סיבות

זיי זענען א ארג. אין מענטשען געבען ענדערש(ליין:מעשר)

זיי שטעלען צו פאר די נשים אויך, דאס קען ברענגען אסאך,

ס'גייט האבען מער א ערענסטערע אויסזעהן (פאר וועם ס'אינטערעסירט)

עני קוועסטשענס?

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 29, 2009 7:30 am

געלעגער האט געשריבן:טיטאניק, די פרעגסט אין די ענטפערסט אין די זעלבע תגובה? א דערהער..

אזא דערהער איזעס ? די גמרא רעדט שוין דערפון, הוא מותיב והוא מפרק...

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » דאנארשטאג יולי 30, 2009 3:11 pm

די פאוסטער:
צוגעלייגטע
Flyer 11x17.jpg
Flyer 11x17.jpg (33.81 KiB) געזעהן 3355 מאל


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט