יוסי גרין - שעידס אוו גרין - היפש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

יוסי גרין - שעידס אוו גרין - היפש

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 20, 2009 4:15 pm

ווי שוין געמאלדן צווישן די שירעס ביי די אינטערוויא מיט יוסי גרין, האט יוסי פארציילט פאר ק.נ.א. אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען מיט זיין אלבוים "שעיד'ס אוו גרין טיימלעסס"...

איך מיין אז "יוסי גרין" דארף איך פאר קיינעם נישט אינטרעדוסן, כמעט יעדע געלונגענע אלבוים אויף די מארקעט, האט אויף זיך איינס אדער מער ניגונים פון 'יוסי'ן.. זיינע ניגונים ווערן געזינגען ביי יעדע חתונה, יעדע צוזאמקום, איבעראל ווען מ'וויל זינגען א שיינע ניגון, זענען 'יוסי'ס' ניגונים אויף די טאפ פון די ליסטע פון ניגונים וואס מ'זינגט...

דאס איז אלעס ווען מ'רעדט פון יוסי'ן און פון זיינע ניגונים... אבער ווען מ'רעדט פון די 'בעסטע ניגונים', די גרעסטע היט'ס צווישן יוסי'ס ניגונים, אידעך על אחת כמה וכמה אז איך דארף דאס נישט אינטרעדוסן, כ'מיין, זאל איך גיין זאגן פאר יעדן אז "תניא אמר רבי ישמאל" איז א שיינע ניגון?.. זאל איך פארציילן אז "אדרבה" איז א הערליך שטיקל?.. דאס איז דאך זאכן וואס יעדער איינער ווייסט, ס'איז ביי קיינעם נישט קיין נייעס, דאס דארף איך פאר קיינעם נישט זאגן...

נאר וואס יא?.. אזוי ווי יוסי גרייט זיך ארויסצוקומען מיט זיין נייע אלבוים, האב איך מיך מיט עם פארבינדן, און גענומען פון אים אינפערמעשן, וואס ער גייט האבן אויפן אלבוים, און נאך אינטערעסאנטע זאכן וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן עולם, און יוסי האט מיר געגעבן שטאף, אז איך קען אנפילן גאנצעטער פעידזשעס...

דא איז טאקע די פלאץ זיך צו באדאנקן פאר יוסי'ן.. דער יוד ארבעט שווער יעדן טאג, ביינאכט גיבט ער זיך אפ מיט נגינה, און ווען אימער איך רוף עם, הייבט ער אויף, ער ענטפערט פראגן, און ער האט געדולד, און ער מאכט מיך נאך פיהלן ווי איך טוה עם א טובה אז איך רעד מיט עם.. ער האט א גרויסן חלק און אויפלעבן אויזער היכל, און דעם זכות זאל ער טאקע נאר זעהן תעניג ונחת פון זיינע ווערק, און האבן פון אלעס גוט'ס..

עכ"פ, איך האב זייער אסאך אינפרערמעשען בנוגע זיין "שעיד'ס אוו גרין טיימלעסס" אלבוים, סאו איך גיי עס ארויפלייגן צוטיילט אויף שטיקלעך, ווייל אז נישט, וועטעס געדויערן א יאר מיט א מיטוואך..

די ערשטע זאך האב איך געפרעגט יאסי, די אלע ניגונים פון שעיד'ס אוו גרין, האסטו דאך ארויסגעגעבן פאר זינגער'ס, און יעדער קענעס שוין, "פארוואס גיבסטו עס נאכאמאל ארויס?.. וואס איז דיין ציהל דערמיט"?..

א_וואו אייביג, האט יוסי א מעשה..

דאס איז געווען א שיינע פאר יאר צוריק, ווען מיין טאכטער -דאן געווען א קליין מיידל- איז אהיימגעקומען פון שולע, און זי האט מיר געזאגט מיט א טרויעריג פנים, אז זי האט געזאגט פאר אירע פרענד'ס אז איר טאטע מאכט טעיפ'ס.. און אלע מיידלעך האבן איר געפרעגט, "די ווערטער, שטייטעך שוין, אדער אין תהילים, אדער אין נך, זינגען, זינגטעס אדער "מרדכי" אדער "אברהם", וואס טוט זיין טאטע"?...

יוסי זאגט מיר, די מעשה האט מיך געמאכט טראכטן, איין מינוט!!.. זיי זענען דאך גערעכט, פון וואו זאל א פשוטע מענטש וויסן אז איך האב געמאכט די ניגון?.. איך האב דאן באשלאסן, אז איך גיי אלע 'מיינע' ניגונים צוריקנעמען, ס'טייטש, איך גיי עס נאכאמאל ארויסגעבן, אבער פארשטייצעך, אז ס'קען נישט זיין פלעין, האבעכעס געמאכט אביסל אינטערעסאנט... ווי איר וועט שפעטער ליינען..

המשך יבא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 20, 2009 4:23 pm

האללאו, די מעשה העמער באלד הערן, זאג נאר, א פריוויו האסטו?..

וויכי, נע, גראדע די מעשה איז א שטארקער דערהער און אינטערסאנט פאר מיר, ווייל למעשה ווען מ'וועט הערן א ניגון יארן ארום וועט מען זאגן, אה, יא, "אדרבא" קומט פון אברהם פריעד, "מודים אנחנו" פון שלמי טוסיג, "ענבים" פון מרדכי אא"וו. (כ'מיין אז מ'קען לייגן די מעשה אין די מעלות ביי די קליינע אוצרות..)

די פארגאנגענער אלבום פון "שעיד'ס אוו גרין" איז געווען פון מיינע פעוועריט אלבום'ס אין ישיבה, איך געדענק נאך ווי היינט ווי איך פלעג ליגן אין דארמעטארי מיט די הערן מאשינקע'ס אין די אויערען און אויסהערן ווי יוסי האט אויף זיין אלבום געטוישט כמעט יעדער ניגון די וועג ווי עס לויפט, א דיסקא איז געווארן א דעפקע, א פרייליך איז געווארן א ראק אא"וו.

עניוועי, וויכי, די זעץ נאר פאר מיט די מעשה און מיט דעטאלירטע אינפארמציע אויף דעם אלבום.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יולי 20, 2009 4:40 pm

יעדער וואס ליגט אביסל אין נגינה ווייסט אבער ווער ס'איז די מחבר פון א פאפולערע ניגון, פארשטיי איך נישט פונקטליך די באדייט פון די מעשה, מילא קינדער ווייסן נישט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 20, 2009 4:45 pm

ווער דארף פשט אין א מעשה? כ'דארף די מעשה אליינס.

עניוועי, וויכי, כאנישט קיין אהנונג פון וואו די שעפסט אזוי פיל צייט, באט דו זאלסט וויסן, ביסט א עכטער צדיק, זיך אזוי אוועק צו געבן פאר יענעם? האסט א זכי', ביסט מהנה הונדערטער אויב נישט טויזענטער ליינער. גיי אן, דיין שכר איז גרויס.

יישר כח.

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מאנטאג יולי 20, 2009 5:27 pm

וויכי, יו ציסטו מיר אן די נערווען, די מאכסט מיר זייער נייגעריג!

איך קען שוין קוים ווארטן פארן פארזעצונג.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג יולי 20, 2009 5:31 pm

וויכי? וואסעט זיין? וועט די מיידל האבן וואס צו ענטפערן פאר אירע פרענדס? אז די זאגסט יא גוט, ענדיג שוין צו, און זעה אונז זאלמער נישט דארפן ווארטן.. אונזערע אויגן שטייען געשפיצט צום היכל נגינה טישל @ קנא נייעס אפטיילונג שע"י בלעקבערי..
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג יולי 28, 2009 1:21 am

פאריגע וואך האט די נייעס אנגעהויבען ברעכן אבער דערווייל איז ער ערגעץ שטעקן געבליבען.

וויכי איך ווארט אויפען פארזעצונג.

י
טענק יו פאר ביז דא און גיי ווייטער פליז..
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 8:43 am

איך האב געהערט אז עס גייט זיין א שטאטע ניגון מיט א פוזמון וואס הייסט בר יוחאי מיט א מעשה פון א גר וואס איז אונגאנצן איבערגענומען געווארן און מלא נתרגש איבער די מצב און מירון.

די ווערטער האט די גר אליינס געמאכט אויף לשון הקודש

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 9:19 am

איך בין געווען ביי יאסי'ן די פארגאנגענע וואך, און מ'האמער גערעדט וועגן דעם סידי, ער האט נישט געזאגט וועגן דעם ניגון.

איך קען עס אויסטשעקן.

אבער לויט ווי ער האט מיר געזאגט, גייט זיין נאר אלטע, און 1 נייע ניגון, און די ניגון איז נישט וואס דו רעדסט פון.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 9:24 am

וויכי געב פליז מער דעטאלן איבער וועלכע סארט ניגונים ער גייט אויסוועלן, ווייל די ניגונים אדרבה און תניא זענען גאר אלטע און כגלייב אז ער האט שוין א נייע ליסטע פון אויסוואלן פאר די נייע "שעידס אוו גרין", למשל "וספור את הכוכבים" פון זיין לעצטע טעיפ, ענוים שטייצעך און די ליסטע גייט אן
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:36 pm

היות איך זעה אז איך בין צו ביזי, איך האב שוין נישט געאפדעיט'ד די אשכול, פאר א שטיק צייט, סאו האב איך געבעטן מיין נייע קאלעגע "עס עפעס" ער זאל איבערנעמען די ארבעט פון אפדעיטן די "שעיד'ס אוו גרין" אשכול.

אט הערט וואס ער האט צו זאגן.

בעק טו יו "עס עפעס".
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:39 pm

דער גאנצער עולם וגם אני בתוכם, ווילן שוין הערן מער דעטאלן איבער דער נייער אלבום פון יוסי גרין, די צווייטע אין די סעריע פון "שעידס אוו גרין", מיטן צונאמען "שעידס אוו גרין טיימלעס", נאכדעם וואס זיין ערשטע אלבום אין די סעריע האט געהאט א שטארקן אפרוף און איז געווען איינס פון די מערסט-געלונגענע אלבומס אין יוסי'ס קאריערע.

לאמיר צוערשט אביסל איבערגיין די ערשטע שעידס אוו גרין. עס האט פארמאגט 24 ניגונים, איינגעטיילט אין מדלי'ס פון צוויי ניגונים יעדע באזינדער. יעדע פון די 12 מדלי'ס האבן פרעזענטירט א אנדערע סטייל מוזיק.

אט יענער אלבום, אויסער וואס עס האט געברענגט א געוואלדיגער חידוש צום עולם הנגינה (היכל הנגינה, סארי...) איז דאס געווען א ווערטפולער אוצר, צוליבן פאקט אז אלע ניגונים זענען געווען קאמפאזירט דורך יוסי גרין און די 24 ניגונים זענען שוין געווען די סאמע בעסטע און שענסטע.

אויף די נייע סי די, ווער איך געוואויר לויט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע, וועט זיין 26 ניגונים. די ניגונים זענען אויסגעקליבן געווארן דורך יוסי אליינס און זיינע נאנטע טאלאנטפולע מיטארבעטער. די דערוועלטע ניגונים זענען אזעלכע וואס זענען געזינגען געווארן דורך די גרעסטע און מערסט-סוקסעספולע זינגערס דורכאויס די לעצטע פאר יאר; ניגונים וואס זענען געווארן א אומאפטיילבארער טייל פון די אידישע מוזיק וועלט; ניגונים וועלכע ווערן געזינגען ביי אידישע שמחות נאכאנאנד.

פארשטייט זיך אז ווען יוסי ארבעט האנט ביי האנט מיט זיינע חברה, אויף די אראנדזשירונגען און רעקארדירן, וועט דער אלבום זיין א יחיד במינה. די מוזיק ווערט אראנדזשירט דורך דער לעגענדארער ישראל לאם און דער טעיפ ווערט פראדוצירט דורך נישט קיין צווייטער ווי יוסי טיבערג, דער לאנגיאריגער מיטארבעטער מיט יוסי גרין.

אין צוגאב צו די 26 ניגונים, וועט מיטקומען א "באנוס" ניגון, וועלכע וועט זיין געזינגען אויף ענגליש און עברית, ספעציעל אין כבוד פון חברה הצלה מיטגלידער איבער די גאנצע וועלט. דער ניגון זעלבסט, די מוזיק, אראנדזשירונגען, כאור אויף דער ניגון, וועט זיין אהערגעשטעלט אויף די סאמע לעצטערע סטייל, אזוי ווי די מוזיק און אראנדזשירונגען אויף די טעיפ "התו השמיני".

פאלגענד איז א ליסטע פון אלע ניגונים וואס וועט זיין אויפן טעיפ "שעידס אוו גרין טיימלעס", און וועלכער זינגער האט דאס געהאט אויף זיין טעיפ.

די ערשטע מדלי ווערט אנגערופן "shades of chant", און אנטהאלט איך זיך די צוויי פאלגענדע ניגונים: 1) תניא,דער שטייטער האלב-חזנותדיגער ניגון וואס אברהם פריעד האט געהאט אויף איינס פון זיינע טעיפס. 2) אדרבה, א ניגון אויפן זעלבן סטייל פון תניא. אויך דער ניגון האט יוסי פארקויפט פאר אברהם פריעד מיט יארן צוריק פאר איינס פון זיינע טעיפס.

די צווייטע מדלי ווערט אנגערופן "shades of Acapella", און אנטהאלט אין זיך די פאלגענדע צוויי ניגונים: 1) מן המיצר, וואס שלמה שמחה האט געזינגען מיט א שטיקל צייט צוריק אויף זיין אלבום. 2) כי חלצת, וואס יוסי האט פארקויפט פאר שלומי דאקס.

די דריטע מדלי ווערט אנרופן "shades of dance" און אנטהאלט אין זיך די פאלגענדע צוויי ניגונים: 1) אחד יחיד ומיוחד וואס מענדי וואלד האט געזינגען אויף זיין לעצטע אלבום. 2) וישמע בבית זה, וואס שלומי גערטנער האט געזינגען אויף זיין אלבום ניסים.

די פערטע מדלי ווערט אנגערופן "shades of blues" און האט דער ניגון : 1) אני מאמין וואס מענדי וואלד האט געזינגען אויף זיין לעצטן אלבום. 2) עני כל אליך וואס ישראל וויליגער האט באקומען פון יוסי פאר זיין לעצטן אלבום.

די פינפטע מדלי איז מיטן נאמען "shades of hip hop" און אנטהאלט די צוויי ניגונים. 1) ידיד בן ידיד, די גאר אויפגעכאפטע ניגון וואס מען זינגט נאך עד היום הזה, יעקב שוועקי האט דאס געזינגען אויף זיין ערשטן אלבום. 2) יגעתי מצאתי, דער אינטערעסאנטער ניגון וואס יעקב יאנג האט געזינגען פון יוסי אויף איינע פון זיינע טעיפס.

די איבריגע פון די ליסטע ניגונים וועט נאכקומען אין די נאנטע צוקונפט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:46 pm

עס עפעס, דו ביסט סיי שנעל, און סיי גוט..

טענקס.. איך האב דיך געטראסט בלינדערהייט, יעצט קען איך דיר געבן נאך פראיעקטן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:00 pm

סתם פאר נייגער: נאכדעם וואס ר' יוסי פארקויפט א ניגון פאר - לאמיר זאגען - אברהם פריעד, האט נאך ר' יוסי די רעכט דאס אליינס ארויסצוגעבן אויף אן אלבום? איז דאס נישט אזוי ווי א ספר וואס מען פארקויפט די רעכטן און נאר דער קויפער קען דאס ארויסגעבן?

אפשר האט דאס צוטאן אויף וויפיל יאר מען פארקויפט עס?

אדרבה, זאל איינער א פרעג טאן ר' יוסל'ען און אונז קלוגער מאכן.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:02 pm

קרעמער
אויך איך האב געקלערט פון דעם פראגע.

דער שאלה איז נאר, צו א ניגון האט א ממשות, צו עס האט זכויות יוצרים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:27 pm

דאס גלייב איך זיכער אז יא, והא ראיה מען בעט דערפאר אפאר טויזנט דאלער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 5:12 pm

תמים האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס גייט זיין א שטאטע ניגון מיט א פוזמון וואס הייסט בר יוחאי מיט א מעשה פון א גר וואס איז אונגאנצן איבערגענומען געווארן און מלא נתרגש איבער די מצב און מירון.

די ווערטער האט די גר אליינס געמאכט אויף לשון הקודש


די ניגון "בר יוחאי" האב איך שוין געהערט פון יוסי אליין, ס'איז א הערליכער ניגון, אבער עס האט גארנישט מיט דעם אלבום פון "שעידס אוו גרין טיימלעס". עס איז א ניגון וואס א גר האט אום געבעטן ארויסצוברענגען דאס אחדות וואס מ'זעהט דארט ביי ר' שמעון אין מירון נאכדעם וואס ער האט ארומגעוואנדערט צווישן די חסידים, ליטוואים, און אלע ערליי אידן, אין מירון האט ער אבער געזעהן ווי אלעס איז איינס!

עס עפעס.
ביסט גאר גוט. איך האב שוין ביי מיר אין אימעיל די אינהאלט עטליכע וואכן ולא עלתה בידי אנצוקומען דאס צו באשרייבן (פרעג וויכי פאר אן עדות) אבער נאך א מזל וויכי האט געהאט ס'קאפ אויפן פלאץ און דיר עס געגעבן צו שרייבן אזוי אז עס איז אראפגעלייגט בעסער ווי איך וואלט דאס ווען געקענט מאכן.

איך וועל בלויז מסיים זיין מיט דעם אז ביי מיר אין אפיס ארבייט יעצט דער אלבום "שעידס אוו גרין". Just for the record: איך האלט יעצט ביי די ניגון "אל תאמר לכשאפנה אשנה". די לעצטע פאר טאג ארבייט נאר דער אלבום ביי מיר אין אויטא.

אוי יוי יוי ורחובות העיר מלאו, ילדים וילדות משחקים, אוי ילדים וילדות משחקים, ברחובותיה.. (אוי, מ'קען דאס איבערזינגען נאכאמאל און נאכאמאל)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:42 am

קרעמער האט געשריבן:סתם פאר נייגער: נאכדעם וואס ר' יוסי פארקויפט א ניגון פאר - לאמיר זאגען - אברהם פריעד, האט נאך ר' יוסי די רעכט דאס אליינס ארויסצוגעבן אויף אן אלבום? איז דאס נישט אזוי ווי א ספר וואס מען פארקויפט די רעכטן און נאר דער קויפער קען דאס ארויסגעבן?

אפשר האט דאס צוטאן אויף וויפיל יאר מען פארקויפט עס?

אדרבה, זאל איינער א פרעג טאן ר' יוסל'ען און אונז קלוגער מאכן.


איך מיין אז זייט די דיסטריביוטערס זענען ארויסגעקומען מיט די נייע פסק הלכה אז CD'S ווערן נישט פארקויפט נאר פארדינגען...נו אויב אזוי קען זיין אז די ניגונים זענען אויך אזוי, אז זיי ווערן נאר פארדינגען און במילא האט יוסי נאך א בעלות דערויף...
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 7:16 am

יאסי איז אזוי שטארק באלעבאס אויך זיינע ניגונים אויך נאכן פארקויפן, אז ער לאזט אפי' נישט עס לייגן אויף קאלעקשאן טעיפ'ס ווי פראזשעקט עקס וכדו. (אויב ער חלומ'ט נאר אז ער גייט עס נאך וועלן נוצן אויף זיינע שאטענ'ס אלבוים'ס...)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:12 am

כ'אב מיך יעצט אנגעשטויסן אויף יוטוב מיט יוסי גריןס ניגון וואס ער האט פארפאסט ביי שניידערס חתונה.

ער זינגט ראק סטיל, ס'האט מיר געדוכט ס'יז ליפא.
(ער איז משפחה מיט ליפא)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:36 am

נא וויכי, כמעשהו בראשונה געב אונז זיי מוחל פרישע דעטאלן ווי: ווי האלט עס? וועט ער נאכאמאל נעמן לאם - וועלכער האט אים געמאכט א אויסערגעווענליכע ארבעט אויף זיין ערשטע איילבוים אדער אוי דא וויל ער נעמען די היימישע טאלאנטן?
איך זאג עשה!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:43 am

איך געדענק טאקע נישט ווער עס מאכט אום די מוזיק.
וואס ער האט מיר געזאגט איז אז ער מאכט דאס ביי יוסי טיבערג און טיבערג פירט די זאך.

וויכי פארעכט מיר אויב מיין זכרון דינט שוין נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:47 am

און טיבערג מאכט די מוזיק צ"ע...

וואט אבאייט א רעליס דעיט?
איך זאג עשה!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 11:10 am

קלאנקערס, ס'וואלט גוט געווען אז דו זאלסט איבערליינען דעם גאנצן אשכול פאר דו פרעגסט, איך האב געהייערט א יונגערמאן אונטערן ניק "עס עפעס", ער זאל קעיר נעמען פון דעם אשכול, און ער האט שוין געשריבן אז 'ישראל לאם' גייט מאכן די מוזיק, יאסי טיבערג איז נאר "קאו-פראדוסער".

אגב, ער האט מיר געזאגט אז נאך יו"ט גייטער מאכן צייט פאר די המשך..

ריליס דעיט איז א זאך וואס מ'ווייסט נאכנישט, מ'וועט לאזן וויסן ASAP.

אגב, קען זיין אז מ'האטעס שוין געשריבן ערגעץ, אבער אז מ'רעדט פון די ניגון תניא, איז כדאי צו דערמאנען וואס יאסי האט פארציילט בנוגע דעם ניגון.

ער זאגט אז די תנועה פום "פעם אחת נכנסתי, להקטיר קטורת", האט ער געהערט ביים רימניצער, ער פלעגט לערנען אויף בערך דעם נוסח, און יאסי האט געמאכט א ניגון אויף דעם שניט.

פארציילט ער, אז ווען ער האט פרעזענטעד די ניגון פאר 'אברהם פריעד', האט אברהם געזאגט, "איך בין נישט קיין בעל תפילה, איז דאווען נישט אויף מיינע טעיפ'ס, איך לערן נישט אויף מיינע טעיפ'ס", און ער האט נישט געוואלט נעמען די ניגון, אפילו נאכדעם וואס יאסי האט עם געסטראשעט אז ער גייט עם נישט געבן קיין איין ניגון אויב ער נעמט נישט 'תניא' אויך.... (יאסי האט 5 ניגונים אויף די טעיפ..)

איין מאל איז יאסי געפארן קיין 'קראונ-הייטס' צו אברהם, זיך בעטן ער זאל נעמען דעם ניגון, ער איז מיטגעפארן מיט איינעם, און נאכן זיך ארומקריגן, און אברהם האט עס נישט געהאלטן ביים נעמען, האט יאסי געסטראשעט אז ער גייט יעצט צו א צווייטן זינגער, און ער גיבט עם עס.

דער מיטפאהרער, איז נאכגעלאפן יאסי'ן צו די סיטי באס, און זיך געבעטן ער זאל עס נישט אוועקגעבן, און ער גייט פויעלן אז אברהם זאל עס ארויפלייגן.

יאסי האט אויסגעפיהרט, ווען דו הערסט די ניגון תניא, טראכסטו, דאס איז זיכער די צווייטע ניגון אויפן טעיפ, כ'מיין אזא ניגון, ווי דען? אבער אין פאקט איז עס די זיבעטע, ווייל ער האטעס קוים ארויפגעלייגט, און ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל פארנעמען א פראמענירטן ארט אויף די טעיפ..

עניוועי, עס עפעס, מיר ווארטן אויפן המשך..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 11:27 am

אנטשולדיגט אבער היות ר' עס האט געהייסן עסן האב איך אים געפאלגט און איינמאל כ'האב אנגעהויבן האב כ'שוין נישט אזוי שנעל געקענט ענדיגן.

די מעשה איז א מורא'דיגע מוסר השכל, ווייל הגם יוסי האט אויף דעם זעלבן אלבוים נאך היטס, אזאלכע ניגונים ווי "ידיד נפש" און "כי לא תחפוץ" און נאך, עם כל זה איז תניא "די" זאך...
איך זאג עשה!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלופי אדום און 8 געסט