ניגונים פון ליטווישע גדולים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

ניגונים פון ליטווישע גדולים

תגובהדורך זיס » מאנטאג יולי 20, 2009 2:30 pm

יעדער ווייסט אז ביי חסידי'שע רבי'ס איז עס נישט געווען קיין זעלטנהייט מחבר צו זיין ניגונים; ביי די ספרדי'שע גדולים געפינען מיר אויך חרוזים מיט זמרים; ביי די דייטשע (יעקישע) רבנים געפינען מיר אויך שירים וואס זיי האבן מחבר געווען. אזוי געפינען מיר גדולים פון אלע קרייזן וועלכע האבן מחבר געווען זמירות און שירים פארן באשעפער.

אצינד איז מיין פראגע, אויב עס איז באקאנט עפעס ניגונים פון ליטווישע גדולים וואס זיי האבן מחבר געווען... אויב איינער ווייסט זאל ער עס ביטע אריינשטעלן דא.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג יולי 20, 2009 3:07 pm

הגאון רבי ברוך בער פון קאמעניץ ז"ל איז געווען א ריזיגער בעל מחדש און נגינה. איינס פון די באקאנטסטע ניגונים זיינע איז 'אני ישנה ולבי ער, קול דודי דופק פתחו לי'. אלע זיינע ניגונים פלעגט ער קודם געבן זיין רבי'ן (רבי חיים וואלאזשינער?) אויסצוהערן.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יולי 20, 2009 3:08 pm

פון רבי ברוך בער זצ"ל איז דא, דער ניגון אני ישנה ולבי ער (מען זינגט דאס ביי די יאקאב מסיבה)
ר' משה שמואל שפירא פלעגט זינגען ניגונים מקובל מבית אבותיו לבית וואלוזין (מען קען קויפן די סידי ביי גמח שמואל שייעה)
דער ניגון אמר אביי

אין ספר אבי הישיבות, איז געדרוקט נאטן פון ניגונים וואס מען האט געזונגען בבית הרב (הגר"ח מוואלוזין וצאצאיו).

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג יולי 20, 2009 5:48 pm

ר' ברוך בער פלעגט געבן צו הערן זיינע ניגונים פאר זיין רבי ר' חיים בריסקער, עס איז דא א מעשה אז ער האט אמאל געמאכט א ניגון אויף צור ישראל און ס'איז אויסגעקומען אז מ'דארף איבער זינגען אפאר מאל די ווארט 'קומה', ווען ר' חיים האט עס געהערט האט ער זיך אנגערופען 'קומה קומה' בנימה של זילזול, און פון דעמאלטס האט רב"ב עס מער נישט געזונגען, יארן שפעטער האט ר' משה שמואל שאפירא עס ארויפגעלייגט אויף 'ועתה בנים שירו למלך' [איך ווייס נישט אויב עס איז דער באקאנטער] ונימוקו עמו אז ר' חיים איז נישט געווען צופרידן נאר פונעם אויסלייג.

עפעס דארף צוזיין א הגדרה וואס רב"ב האט געזאגט אויף ר' חיים לגבי דעם וואס דער לעצטער האט נישט צופיהל פארשטאנען צו נגינה.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך יולי 22, 2009 12:47 am

דער גר"א איז געווען א גאון אין חכמת המוזיקה, וויבאלד דאס איז פון די שבע חכמות און ווי באקאנט איז דער גר"א געווען בקי אין אלע שבע חכמות...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 22, 2009 11:26 am

זיס האט געשריבן:דער גר"א איז געווען א גאון אין חכמת המוזיקה, וויבאלד דאס איז פון די שבע חכמות און ווי באקאנט איז דער גר"א געווען בקי אין אלע שבע חכמות...

אזוי שרייבט זיין תלמיד ר' ישראל שקלאווער אין די הקדמה צו זיין ספר פאת השלחן, בשם הגר"א אז פילע ענינים אין די תורה ווערן ערקלערט נאר דורך חכמת הנגינה,

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג יולי 26, 2009 11:26 am

אויסער ר' ברוך בער, איז געווען נאך וואס האבן געמאכט ניגונים?

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » זונטאג יולי 26, 2009 11:52 am

די 2009 חברה פארגעסן וויאזוי מען דארף שרייבן היסטארישע פאקטן פון בערך הונדערט יאר צוריק.

אין הכי נמי, היינט איז דא איי-פאד מיט עם-פי-3 און אפילו עם-פי-4, אבער ר' ברוך בער האט נישט "געגעבן פאר זיין רבי'ן אויסהערן די ניגונים".

העכסטנס האט ער עס "געזונגען פאר אים".

(ר' ברוך בער האט נישט געקענט ר' חיים וואלאזשינער, געוויס. אוודאי רעדט מען פון ר' חיים בריסקער.)

רבי חיים בריסקער איז נסתלק געווארן כ"א אב תרע"ח. לאמיר שוין נישט רעדן פון טעיפ רעקארדער, נאר אפילו רעקארד פלעיער בין איך נישט זיכער צי ס'איז שוין דעמאלטו געווען בנמצא. אפשר איז שוין געווען דער פאנאגראף, און איך גלויב שווער, זייער שווער, אז דאס האט זיך געפונען ביי רבי חיים בריסקער אין שטוב.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוגוסט 02, 2009 1:40 pm

יהיה כן האט געשריבן:ר' משה שמואל שפירא פלעגט זינגען ניגונים מקובל מבית אבותיו לבית וואלוזין (מען קען קויפן די סידי ביי גמח שמואל שייעה)
דער ניגון אמר אביי

מיין זוהן האט געלערנט ביי ר' משה שמואל ז"ל צוויי יאהר. (בשעת די ערשטע גאלף מלחמה)
ר' משה שמואל האט אסאך ניגונים אליינס מחבר געווען, און פלעגט זיי זינגען און אויסלערנען זיינע תלמודים ביי פארשידענע צאמקומען.

עס ליגט ביי מיין זוהן אסאך פון די ניגונים אויף טעיף. (ס'איז נאך נישט געווען קיין סידי'ס יענע יאהרען) . רוב זענען נישט אויפען סידי וואס ר' יהיה כן דערמאנט
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוגוסט 02, 2009 1:43 pm

יהיה כן האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער גר"א איז געווען א גאון אין חכמת המוזיקה, וויבאלד דאס איז פון די שבע חכמות און ווי באקאנט איז דער גר"א געווען בקי אין אלע שבע חכמות...

אזוי שרייבט זיין תלמיד ר' ישראל שקלאווער אין די הקדמה צו זיין ספר פאת השלחן, בשם הגר"א אז פילע ענינים אין די תורה ווערן ערקלערט נאר דורך חכמת הנגינה,


אז מעקוקט אריין אונעם פירוש פון גר"א אויף תיקוני זוהר זעהט מען דאס אפען. ער ברענגט דארט אסאך פון חכמת המוזיקה
the SCY is the limit

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:03 am

שקר_הדייעט האט געשריבן:די 2009 חברה פארגעסן וויאזוי מען דארף שרייבן היסטארישע פאקטן פון בערך הונדערט יאר צוריק.

אין הכי נמי, היינט איז דא איי-פאד מיט עם-פי-3 און אפילו עם-פי-4, אבער ר' ברוך בער האט נישט "געגעבן פאר זיין רבי'ן אויסהערן די ניגונים".

העכסטנס האט ער עס "געזונגען פאר אים".

(ר' ברוך בער האט נישט געקענט ר' חיים וואלאזשינער, געוויס. אוודאי רעדט מען פון ר' חיים בריסקער.)

רבי חיים בריסקער איז נסתלק געווארן כ"א אב תרע"ח. לאמיר שוין נישט רעדן פון טעיפ רעקארדער, נאר אפילו רעקארד פלעיער בין איך נישט זיכער צי ס'איז שוין דעמאלטו געווען בנמצא. אפשר איז שוין געווען דער פאנאגראף, און איך גלויב שווער, זייער שווער, אז דאס האט זיך געפונען ביי רבי חיים בריסקער אין שטוב.


זייט מיר מוחל ר' שקר, 'געגעבן אויסצוהערן' איז א אלטער אידישער אויסדרוק נאך פריער פון 2009, און איז נישט געמאכט אפצוטייטשן ווארט ביי ווארט אז דאס זאל מיינען אז ער האט איהם געגעבן אן איי-פאד, תן ל'חכם' ויחכם.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 7:16 am

די ניגון "יסוד החסידות" וואס ר' אביש בראדט זינגט אויף די נייע טעיפ זעט אויך אויס צו זיין א ליטווישע ניגון.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט