ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

און די בלוטיגע היסטאריע פון כלל ישראל, זענען באקאנט אסאך צרות וואס אידן האבן ל"ע מיטגעמאכט. עס זענען געווען גרעסערע, עס זענען געווען קלענערע, אבער אלס זענען די אידן געווען דער שעיר לעזאזל וואס די גוים האבן פאר אלע ערליי סיבות גערודפט די אידן אן אויפהער.

אבער אלעמאל, ווען עס איז געקומען א שווערע צייט, האבן די אידן ארויסגענומען איינע פון זייערע מעכטיגע כוחות, דער כח הנגינה, און מיט דעם געטון באזיגן די שטערקסטע און גרעסטע כלי זיין וואס אונזערע שונאים האבן אויף אונז געטון צילן, מען האט זיך מיט דעם געטון שטארקן, מען האט גענומען דעם פאוער פונעם ניגון און דורעכדעם אלעס דורכגעגאנגען.

אזוי פרי ווי 800 יאר צירוק, ווען עס איז געווען דער וועלט אנגענומענער ערשטער בלוט בלבול אויף א קליין שטעטל און איטאליע, און די שמייליגע קריסטליכע פארשאלטענע געריכטן האבן בייאויפטראגט צו פארברענען די גאנצע קהילה לעבעדיגערהייט אויף קידוש השם, איז דא א דעה אז דער הייליגער פיוט 'עלינו לשבח' איז דעמאלטס פארפאסט געווארן דוך די קדושים הי"ד,
בשעתן ווערן פארברענט!

אזוי אויך במשך די אלע יארן, האבן זיך די אידן אלס ארויסגעשטעלט מיטן הימלישן כח הנגינה און אסאך אויפגעטון מיט דעם.

דא אין דעם ארטיקל העלמיר זיך באציען אויף די תקופה פונעם ביטערן חורבן וואס האט פאסירט 65 יאר צוריק, ווען דער צורר היהודים היטלר ימ"ש האט מיט זיינע בייזוויליגע כוונות געוואלט פארטיליגן דעם גאנצן אידישן פאלק און מאכן די וועלט 'אידן ריין' רח"ל.

עס זענען היינט צוטאגס פארשפרייט ביי אונז פארשידענע הערליכע ניגונים, וואס נישט יעדער טוט בכלל חלום'ן אונטער וועלעכע אומשטענדן ס'זענען געמאכט געווארן. די ניגונים האבן ספעציעלע ווארעמע שטריכן, וואס פארציילן אונז אז דער מחבר איז געווען זייער א ווארעמער הארץ, און אויך זייער א האפנדיגער. אבער קיינעם וועט נישט בייפאלן אז די ניגונים זענען גאר פארפאסט געווארן אונטערן שאטן פון טויט, נישט וויסנדיג צו מען האט נאך א גאנצן טאג באשערט צו לעבן.

איך וועל אויסרעכענען געציילטע ניגונים וואס איך האב געטראפן, און דער עולם איז מכובד ארוסצוהעלפן מיט מער ברייטערע דעטאלן און מיט מער ניגונים.


1. אני מאמין

דעם ערשטן ניגון האב איך אויסגעקליבן אני מאמין, צוליב פארשטענדליכע סיבות וואס עס וועט קלאר ווערן נאכן זעהן דעם פונקטליכן היסטאריע ארום דעם ניגון.

עס איז געווען זומער, יארע תש"א. דער דייטש ימ"ש האט שוין ליידער געהאט אריינגעשטעקט זיינע בלוטיגע נעגל טיף איף און דעם אידישן פוילן, האלטענדיג פעסט אינמיטן פארטיליגן די אידן, הי"ד.

איז געווען א איד אין ווארשא, ער האט געהייסן רבי עזריאל פאסטאג ז"ל הי"ד (קרעדיט יהיה כן). ער איז געווען אן ערליכער איד וואס האט געלערנט אין די גורער שטיבלעך א גאנצן טאג, אין געווען א גרויסער קאמפויזער פארן מאדזשיצן הויף, זייענדיג געבוירן צו משפחה פון שטארקע מאדזשיצע חסידים.

ווען ער איז געווען אויפן באן קיין אוישוויץ, איז אים בייגעפאלן דעם שפעטער וועלט בארימטן ניגון אויף אני מאמין. ער האט דאס אנגעפאנגען צו זינגען איינמאל, צוויי מאל, ביז דער גאנצער וואגאן האט אנגעפאנגען זיך אויסצולערנען צוביסלעך דעם ניגון, און זיי האבען עס אלע אנגעפאנגען מיטזינגען.. עס האט גשפאלטן הימלען.. אינמיטן האט ער זיך אפגעשטעלט און אויסגערופן: "ווער עס טראגט דעם ניגון צו אמעריקע צו מיין רבי'ן דער אמרי אש פון מאדזיץ, באקומט א האלב פון מיין עולם הבא!

זעהט אויס זיין עולם הבא איז ווערט געווען, און עטליכע האבן זיך צוגעכאפט צום אפער, און זענען ארויסגעשפרינגען פון די באן..

פאר איינעם פון דעם באן איז עס געלונגען, און איז אנגעקומען קיין אמעריגע תש"ד-תש"ה, הארט פאר יום כיפור. ער איז אריין צום רבין רבי שאול ידידי' טויב זי"ע און האט איבערגעבן די צוואה פון דעם איד.. דער אמרי אש איז געווארן זייער איבערגענומען הערנדיג דעם ניגון. אזוי ווייט, יענעם יום כיפור האט ער זיך אויפגעשטעלט ביים ארון הקודש פאר כל נידרי, און געזאגט אז היי יאר זאגט ער נישט קיין דרשה; היי יאר ברענגט ער א ספעציעלן ניגון פון אוישוויץ! און ער האט אנגעפאנגען דעם ניגון, עס זענען דארט געווען בכיות נוראות.. מען האט געזונגען דעם ניגון איבער א שעה..
דער מורא'דיקייט פון דעם ניגון איז די חיזוק וואס מען נעמט ארויס דערפון, און ספעציעל אונטער וועלעכע אומשטענדן עס איז קאמפאוזד געווארן! דער ניגון האט טאקע זוכה געווען צו גרויס אהדה אין הערצה ביים כלל ישראל.. און ספעציעל ביים אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע וואס פלעגט עס זינגען צו יעדע געלעגנהייט.


2. אחכה לו.. אחכה לו..

עס איז אפשר אינטערסאנט פאר אייך, אבער דער קליינער לעבעדיגער ניגון אחכה לא קומט פון 'דארטן'. טאקע נישט פארפאסט געווארן, אבער עס איז געווארן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, געזונגען, באקאנט געווארן, אין די פינסטערע אוישוויץ טעג. לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ווייצענער רב זצ"ל וואס האט אסאך מיטגעלעבט אין אוישוויץ, אין זיין ספר שו"ת מקדשי השם וואס ער האט ארויסגעגעבן לשמם ולזכרם פון די קדושים פארציילט ער דארטן מורא'דיגע עפיזאדן אין די הקדמה, וויאזוי יונג און אלט, פרומע און נישט פרומע, האבן מקדש שם שמים געווען און יענעם פינסטערן תקופה, און אזוי שרייבט ער דארט:

"איך בין געווען איין יום כיפור ביים הייליגן קדושת ציון זצוק"ל, עס האט געהערשט א מורא'דיגער פחד. ער האט געפירט טיש ביים סעודת המפסקת, מען האט געקענט טאפן די פחד מיט די הענט. שטייענדיג גאר נאנט צו אים, האב איך זיך צוגעבויגן, כדרכן של חסידים.. צו הערן וואס עס קומט ארויס פון זיין הייליגן מויל און אזעלכע ערענסטע מינוטן. האב איך געהערט ווי ער ברימט זיך שטיל אונטער א תנועה, מלא טעם מלא מתיקות. עס האט אזוי אראפגעלייגט די פחד וואס האט געהערשט דארטן, און אין דעם האט מען אויך געהערט אזוי ווי א קינד וואס בעט זיך ביים טאטן.. פארגעב מיך מיינע זינד.. יא טאטע מיר האפן.. און מיר ווייסן קלאר אז מיר גייען ארויס זכאי בדין..
עס איז מיר אזוי אריין און די ביינער, כ'האב געמיינט אז איך וויל עס קיינמאל נישט פארגעסן. למעשה בין איך געווען דער איינציגסטער צו הערן דעם תנועה, און.. און אזא גרויסן טאג, וואס איך האב געהאט צענדליגע אנדערע זאכן אויפן קאפ, איז עס פון מיר פארגעסן געווארן.. איך האב פרובירט אלעס און דער וועלט, כאמיך עס נישט געקענט דערמאנען. שוין.. איז עס נישט באשערט..
לעצט פארראכטן דורך שעפטיל אום זונטאג יולי 19, 2009 10:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

"און יאר תש"ד זענען טויזענטער אידן געווען שבור ורציץ, געשמאכטעט און אוישוויץ, וגם אני בתוכם. מען האט געשניטן און געהאקט לעבעדיגע שטיקער פון כלל ישראל. דעמאלט און יענע צייט, בין איך געווען שרעקליך צובראכן, און געווען פארטראכט איבער מיין שיקזאל.. אינמיטן האב איך מיך עס דערמאנט!! איך האב געדענקט קלאר דעם ניגון וואס איך האב געהערט יענעם ערב יו"כ!! מיין דארער קערפער האט זיך געפונען אין אוישוויץ, אבער מיין קאפ און מח, מיין הארץ און מיינע מחשבות האבן זיך געפונען ביים טיש פונעם הייליגן באבאווער רב ז"ל.. אלע מיינע ביינער האבן זיך אנגעפאנגען שאקלען.. איך האב געפילט ווי כ'באקום א פרישע רוח חיים.. א פרישע ווילן צום לעבן.. אזוי זינגענדיג זענען מיר מיטאמאל אריינגעקומען די ווערטער "אחכה לא בכל יום שיבוא", די ווערטער וואס האבן דעמאלטס געהאלטן יעדן איד ביים חיות, און איך זינג אזוי צו מיר איינמאל און נאכאמאל.. דער ניגון ווערט וואס א מינוט שטערקער און שטערקער.. מיין גייסט ווערט שטערקער ..
עכ"פ, דאס אלעס איז נישט ממש זיין לשון, אבער דאס איז וואס ער פארציילט. ער שרייבט דארטן וויאזוי דער גאנצער עולם האט זיך שנעל אויסגעלערנט דעם ניגון, און מען האט געשעפט עמערס חיזוק! דער ניגון איז ממש געווארן אן אוישוויצער ניגון, אינטערסאנט.


3. הבט משמים

א גאר א הארציגער ניגון, אויף די ווערטער "הבט משמים וראה, קוק אראפ פון הימל און זעה, כי היינו לעג וקלס בגוים, וכו'.. נחשבנו כצאן.. ובכל זאת שמך לא שחכנו.. נא אל תשכחנו..
די פונקטליכע ווערטער פון די ניגון געדענק איך נישט, און קיין דעטאלן פון דעם ניגון ווייס איך נישט אדרבא דער עולם איז מכובד ארויסצוהעלפן.
אזויפיל ווייסעך עז עס קומט פון אוישוויץ.


4. א סוכה'לה א קליינע..

ליגט מיר אויך אין קאפ אז עס קומט פון יענע תקופה, איינער קען עס קאנפירמען?
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שעפטיל, גאר רייך....

וועגן אני מאמין, איז באקאנט ביי די תלמידי וחסידי ברך משה מ'סאטמאר, אז ער פלעגט אייביג צו זאגן אז אין די שווערסטע זמנים האט ער זיך מחזק געווען מיט די אני מאמין ניגון..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דעם אזכרה ניגון (ס'איז דא א באזונדערע אשכול וועגן דעם)
איז באשאפן געווארן אונטערן שאטן פון טויט אינמיטן אן אפאראציע דורך דעם מאדזיצער רבי (אמרי שאול)

וידע כל פעול - פיסבורג (אויך שוין באהאנדלט געווארן אין א אשכול)
איז פארפאסט געווארן דורך דעם פיטסבורג'ע רבי אונטערן שאטן פון א טויטליכע בשורה, אויף א קינד,

דעם פיוט אב הרחמים - שבת צופרי

דעם פיוט על הכל יתגדל - שבת צופרי
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער איד מחבר פון אני מאמין האט געהייסן ר' עזריאל פאסטאג (מען קען הערן וועגן עם אויף דעם אינטעוויאו מיט הר"ר בנציון שענקער אויף קול מבשר אין איינע פון זייערע אינטערוויאוס, ווי ער רעדט פון אים און פארציילט די גאנצע סטארי [כגעדענק נישט וועלכע נומער])
דער ניגון אזכרה האט מחבר געווען דער דברי ישראל [הה"ק רבי ישראל ממאדזיץ בהה"ק ר' שמואל אלי' מזוואלין בן הה"ק ר' יחזקאל מקוזמיר זי"ע תלמיד החוזה מלובלין זי"ע], דער 'אמרי שאול' רבי שאול ידידיה אלעזר זצ"ל איז געווען זיין זון און ממלא מקום.
עס איז אויך דא א ניגון בקרב חסידי מאדזיץ הנקרא 'אזכרה הקטן' איך ווייס נישט פארוואס דאס הייסט אזוי, (עס ענדלט נישט אין דעם לאנגן ניגון) מען זינגט דאס ביי די יארציייטן ומקראי קודש.

צו די ליסטע 'ניגונים אין שאטן פון טויט' קען מען צולייגן דער הארציגע סקולענער אודה ה' מאוד בפי ניגון, געמאכט ווען מען האט דעם סקולענע רבין זצ"ל געפייניגט מיט עינויים קשים אין די קאמוניסטישע תפיסות, אויך דעם נכספה ניגון וואס ער האט פארפאסט אין תפיסה במקום מצות תקיעת שופר, און דער ניגון יוודע בגויים וואס דער ניגון רעדט פאר זיך אין וואסערע מצב און אינטער וועלכע עינויים קשים דער סקולענער רבי זי"ע האט זיי מחבר געווען.

אין חב"ד איז דא א ניגון וואס איז געזונגען געווארן דורך די סלאוויטא ברודערס האחים הקדושים לבית שפירא נכדי הה"ק ר' פנחס מקאריץ, בעת ווען מען האט זיי דורכגעפירט די צוויי רייעס מיט שלעגערס פאר זייער ארעסט דורך דעם רוסישן צאר כידוע (געדרוקט אין ספר הניגונים ניגון מ"א).
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פדה בשלום - סקולעני, איז פארפאסט געווארן ביים באפרייען

פדה בשלום - לובאוויטש, איז די מסורה איז ס'איז פארפאסט געווארן אין תפיסה,

בך בטחו - סאטמאר, איז א אלטע ניגון אויף כה אמר ד' זכרתי לך, און אויפן באן האט מען דאס געזינגען אויף בך בטחו,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כ'ווייס נישט וויפיל שיכות דאס האט מענין לענין באותו ענין, וואס מונקאטשער רב זי"ע שרייבט אין זיין ספר דברי תורה (מהדו' ח' אות ל"א) בשם זקינו הה"ק בעל בני יששכר, אז דער לאנגער תוספות אין מסכת ב"ק דף ע"ז ד"ה פרה, איז נתחבר געווארן דורך רבותינו בעלי התוספות אין תפיסה אין די נאכט פאר מען האט זיי אומגעברענגט על קידוש השם הי"ד.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

שקוח פאר די אלע אינטערסאנטע אינפארמאציע. בנוגע בך בטחו גייט די מעשה: בשעת דער סאטמארער רבי זי"ע איז געווען אויפן וועג צום באפרייאונג, האט זיך די טרעין אפגעשטעלט פארן גרעניץ און קיינער האט נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר. (למעשה איז דאן פארגעקומען ערענסטע פארהאנדלונגען און די גאנצע הצלה פלאן האט געהאנגען אויף א האר ואכמ"ל) יעדער איז דעמאלטס אראפ פון טרעין, דער רבי האט דאן שפאצירט מיט זיין משב"ק ר' יוסל, וואס האט שפעטער פארציילט אז דער רבי האט זיך אונטערגעזונגען דעם 'בך בטחו' אויף די תנועה פון אן פריערדיגן ניגון 'כה אמר ד' (מען זינגט עס אין תולדות אהרן)
דאס מיינט- עס איז געווען נאך פארן ענדגילטיגן באפרייאונג
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער ניגון בך בטחו, האט דער רבי זי"ע געהערט אין ירושלים בשנת תרצ"ב
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין באבובער הויף איז אויך דא ניגונים פארפאסט אין די פינסטערע אומשטענדן, דורך הה"ק בעל קדושת ציון, און זיינע חסידים, ווי הרה"ח ר' יחזקאל'ע ראטנבערג הי"ד (פארפאסער פון דעם באקאנטן איזהו מקומן ניגון), ווי דער אידישער באבובער ניגון אב הרחמים, ווער ס'ווייסט מער איז מכובד פארצוזעצן
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די תפלה והוא רחום פון מאנטיג און דארנערשטיג תחנון שרייבט דער אבודרהם:
וכתב אבן הירחי שמעתי שיסדוהו שלשה זקנים על ספינת גלות ירושלם שהגיעה אל ממשלת הגמון אחד ואמר לנסותם בכבשן האש אם הם מזרע ישראל כחנניה מישאל ועזריה, ושאלו ממנו זמן שלשים יום, ולסוף הזמן חלם אחד מקרא שכתוב בו תרין כי ותלתא לא ולא ידע מה הוא. אמרו לו זה הפסוק הוא (ישעיה מג, ב) כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך. ונכנס באש ונחלקה האש לשלשה חלקים ויצאו בשלום ונכנסו אליו הזקנים ויסדו והוא רחום על הנס הגדול, וכל אחד מהם התחיל ברחום וסיים ברחום. האחד והוא רחום והשני אנא אל מלך רחום וחנון והשלישי אין כמוך חנון ורחום

שעפטילע
די תפלה פון עלינו לשבח, האט מתקן געווען יהושע בן נון בשעת'ן אייינעמען יריחו, אזוי שרייבט דער חיד"א (דבש לפי מערכת עין) און דער חרדים אין די הקדמה צו זיין ספר, אויך ברענגט דער חיד"א דארט א דעה אז רבי יוחנן בן זכאי האט דאס מתקן געווען, און אויף אן אנדערן פלאץ (מורה באצבע סי' ב' ל"ה) מאכט דער חיד"א א פשרה, יהושע האט דאס מתקן געווען און ריב"ז האט עס איינגעפירט צו זאגן נאכן דאווענען.
דאס וואס דו שרייבסט בנוגע די וועלכע זענען געהרגט געווארן עקה"ש, זיי האבן געזינגען עלינו, אבער נישט זיי האבן דאס מתקן געווען. (אזוי שטייט אין די סליחות וואס זענען נתחבר געווארן אויף די הריגות און צרות, דורך די קדמונים)
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

דער ניגון וואס ווערט געזינגען מיט השתפכות הנפש אין דעם הייליגן טאג פורים

רבוש"ע טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות,
שיק אונז משיח אויף משלוח מנות.

איז אויך פארפאסט געווארן אין געטא פאר פורים (עס דאכט זיך מיר אז דורך א גערער בחור).
אגב, פאר איך האב געוואוסט די מקור פון דעם ניגון, איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ וואס איז דער פייער? וואו ברענט א פייער?
והשתא יובן ודו"ק
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א געוואלדיגע איידיע פון אן אשכול. זייער שיין און רייך באשריבן. יישר כח ר' שעפטיל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

שעפטיל האט געשריבן:
3. הבט משמים

א גאר א הארציגער ניגון, אויף די ווערטער "הבט משמים וראה, קוק אראפ פון הימל און זעה, כי היינו לעג וקלס בגוים, וכו'.. נחשבנו כצאן.. ובכל זאת שמך לא שחכנו.. נא אל תשכחנו..
די פונקטליכע ווערטער פון די ניגון געדענק איך נישט, און קיין דעטאלן פון דעם ניגון ווייס איך נישט אדרבא דער עולם איז מכובד ארויסצוהעלפן.
אזויפיל ווייסעך עז עס קומט פון אוישוויץ.


אפשר די פין MBD יודיש קאלעקציע?
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ס'איז ערשינען בערך פאר א יאר א אידישער באנד - כ'דענק נישט דעם נאמען - פון אלטע אידישע ניגונים, איינגעטיילט לויט קאטאגאריעס, גלות, גאולה, אמונה, שבת, א.א.וו.

רוב פון די א.ד. ניגונים קען מען דארט געפונען אונטערן נאמען פונעם מחבר.

איין ספעציעלער ניגון:

אין א ליטוויש דערפל ווייט
פון א הייזקע אין דער זייט וכ"ו

א ניגון וואס רייסט שטיקער.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

קאמענטאט'א'ר:
יא. אין די יודיש קאלעקציע אלבום ארויסגעקומען צוויי יאר צוריק שרייבט מבד אז עס קומט פון אוישוויץ, זייער א הארציגער ניגון
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'איז ערשינען בערך פאר א יאר א אידישער באנד - כ'דענק נישט דעם נאמען - פון אלטע אידישע ניגונים, איינגעטיילט לויט קאטאגאריעס, גלות, גאולה, אמונה, שבת, א.א.וו.

רוב פון די א.ד. ניגונים קען מען דארט געפונען אונטערן נאמען פונעם מחבר.

איין ספעציעלער ניגון:

אין א ליטוויש דערפל ווייט
פון א הייזקע אין דער זייט וכ"ו

א ניגון וואס רייסט שטיקער.


דאס פלאם פון אמאל?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

אדער ענליך, כ'העל נאכקוקן ביינאכט אין שטוב.
קאמענטארן זענען איבריג
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ר' דוד ווערדיגער שליט"א איז געראטעוועט געווארן פון די דייטשען ימ"ש דורך זינגען א ניגון, איך געדענק נישט די פרטים פונקטליך, דער ציבור איז מכובד ארויסצוהעלפן.

הרב שאץ מאץ, דער ליובאוויטשער פדה בשלום האבען חסידים מחבר געווען, און דאכצמיר א דור אדער צוויי נאך דעם בעל התניא.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

עפעס ליגט מיר אין קאפ פון עפעס א גרופע פוילישע (אפשר גער'ע?) בחורים וואס זיך באהאלטן ביים קריג אין די וועלדער מיט די פארטיזאנען, דער אנפירער האט געהייסען דאכט מתתי' און מען האט זיי גערופן עפעס מאטעסאווצער (עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון פון א לאנגע צייט צוריק), זיי האבן געמאכט עפעס א ניגון איך געדענק שוין פונקטליך, ווער עס ווייסט איז מכובד,

יעצט קומט מיר עפעס אויף אין מח אז איך האב עס אמאל מיט יאהרען צוריק געהערט אויף עפעס א טעיפ פון ר' ניסן לעווי פון שטאט וויען וואס ער האט דארט אריינגעזינגען פארשידענע אלטע אידישע ניגונים, פאררעכטס מיך אויב איך האב א טעות.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יהיה כן האט געשריבן:און דער ניגון יוודע בגויים וואס דער ניגון רעדט פאר זיך אין וואסערע מצב און אינטער וועלכע עינויים קשים דער סקולענער רבי זי"ע האט זיי מחבר געווען.

עפעס האב איך אמאל געהערט בשייכות מיט דעם ניגון, אז דער סקולענער רבי זי"ע האט עס געזינגען ביי א גרויסן צוזאמקום פון גרויסע פערזענליכקייטן אין שפיץ פון די רומענישע רעגירונג ווי אונטער זיי איז ער געפאניגט געווארן און ער האט געבעטן מ'זאל עם לאזן זינגען א ניגון, ס'איז זיי נישט איינגעפאלן אז ער וועט זיי פאררעטן, און היות עס האבן זיך דארט באטייליגט אויך פארשידענע אידישע פערזענליכקייטן פון אנדערע לענדער האט ער גענוצט דעם ניגון אז זיי זאלן פארשטיין ברמיזה אין וואספארא מצב ער געפונט זיך, און דאס האט טאקע געהאלפן זיין הצלה.

ווער עס ווייסט מער פרטים דערוועגן, זאל ביטע מיטטיילן, א דאנק.
---------------
נ.ב. זעהנדיג די קעפל פונכם אשכול, האב איך מיר געוואונדערט זייט ווען האט טויט א שאטן?..
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

דו מיינסט אוודאי;

א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וועגן אני מאמין, איז באקאנט ביי די תלמידי וחסידי ברך משה מ'סאטמאר, אז ער פלעגט אייביג צו זאגן אז אין די שווערסטע זמנים האט ער זיך מחזק געווען מיט די אני מאמין ניגון..


איך האב מיר אייביג געוואונדערט, אויב איז די ניגון קאמפאזירט געווארן אויף די באן קיין אוישוויץ, דורך א פוילישע איד, ווי אזוי איז די ניגון אנגעקומען צום ברך משה זי"ע, אין די שווערע צייטן ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ר' צום זאך, וואס איז דאס טייטש צלמות?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

לחיים ולברכה האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי;

א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'


יא, איך מיין אז דאס איז
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”