בלאט 1 פון 4

קומזיץ מיט בערי וועבער - מוזיק אויפן בעי - חמשה עשר באב

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 1:57 pm
דורך תמים
רבותי כאפטס ענק אן שטארק און מאכט גוט צו די גארטל. יא איר האב גוט געליינט עס קומט גאר בקרוב נאך א קומזיץ אזאנס און אזעלכטס. מען קען שוין רעזווירן פלעצער אויף די קרעטשמע טישל. די זשעלי בינס האט מען שוין איינגעקויפט עס קומט נא א עקסיימענט נאכט
,איך ווייס נישט צו איך קען נאך מאריך זיין מען דארף איבערלאזן די ווארט פאר א צווייטן עס וועט שפעטער אנקומען העפטיגע באריכטן נא אויף וועם ווארט מען איינס צוויי און דריי ערלעדיגט'ס שנעל א טיקעט

דיטעלס וויל פאלאו: נא מאשקע איך הער ווכי צייטליך יאיא. בעלאוט ווי זענט עטץ נו הייבסט אויף ענקער פענע און נעמט איבער דאס ווארט סאיז שפעט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:05 pm
דורך צייטליך
ביטע גיב דיטעלס פון וואספארא קומזיץ מ'רעדט דא.

ווער איז דער ארגענעזירער דערפון. ס'איז דא עטליכע וואס זענען אויפן וועג.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:05 pm
דורך יא יא
ווער וואס ווען ווי?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:06 pm
דורך יא יא
כא'יעצט באקומען א קאנפירמעישאן פון בערי וועבער, אז ער מאכט עפעס א קומזיץ אויף דער דאטום, סאו לאמיר ווארטן צו הערן מער דיטעילס פון אים.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:09 pm
דורך יא יא
עס הייסט 'מוזיק אן די בעי', עס גייען דארט זינגען: בערי וועבער, יהושע קעסין, יצחק פוקס, חיים לאווי, אלי' ביר, אזוי אויך וועט דארט זיין די פעסטער רבי

קליקט דא פאר מער דיטעילס

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:09 pm
דורך תו השמיני
חברה! וואס סאיז זיכער איז זיכער, קודם שטעקס אריין די ריטשארדג'ער אונעם בלעקבערי נישט אויסצולויפן פון בעטערי אינמיטען די לייוו ריפארטס (אוזוי ווי אין די פארגאנגענהייט :? )

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:10 pm
דורך צייטליך
אהה, ס'איז די בערי וועבער קומזיץ.

רב תמים, ביטע טוישט דעם קעפל צו "קומזיץ מיט בערי וועבער - מוזיק אויפן בעי"

(אגב מ'שרייבט דאס MUSIC)

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:11 pm
דורך תמים
די רייכע פראגראם

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:13 pm
דורך צייטליך
מוזיק דורך נפתלי משה שניצלער, יענקי קטינא און יואלי דאבעליו ווייס.

עס וועט זיין אויף א שיף, דריי שעה אויפן וואסער.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:15 pm
דורך תו השמיני
ברבירים ושלוו ודגים פראוויידעד ביי:
גלאט דיינער און סאשי באר

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:17 pm
דורך תמים
די רייכע פראגראם

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:19 pm
דורך תו השמיני
תמים! שכוח פאר די נייעס!
ווי אזוי פלעגט די רבי טייטשען!?
תמים, גאנץ אהן א פעלער....

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:24 pm
דורך צייטליך
יצחק פוקס, דער וואס האט געמאכט דער "הללו קל בקדשו" ניגון פאר ליפא גייט דארט זיין. ער דארף אויך זיין זייער גוט פאר א קומזיץ.

עס וועט פארקומען אי"ה מיטוואך פרשת עקב. חמשה עשר באב. ולמפרם AUG 5

יואלי לעבאוויטש וועט זיכער טראגן א גרויס געוויכט דארט.

אבער לויט ווי עס קוקט מיר אויס וועט עס זיין א וויאנדערבאער נאכט. בערי וועבער, יצחק פוקס, חיים לעווי (סארי די אנדערע האב איך קיינמאל נישט געהערט) דארפן צו זיין גאר גאר גוט פאר א קומזיץ.

קיין פרייז פאר א טיקעט האב איך נאכנישט געזעהן.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:27 pm
דורך יא יא
די פרייז איז $110

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 10:58 pm
דורך קעכער
איך האף אז זיי וועלן באצאלען טיקעטס פאר די קנ"א ריפארטערס,

סיי אונז זאל מיר קענען האב א לייוו ריפארט און סיי די ביישרייבונגען דערנאך.

(טאמער ווייסען זיי וואס ס'איז גוט פאר זיי)

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 1:19 am
דורך וויכטיג מאכער
קודם א יישר כח פאר תמים, פארן ברענגען די נייעס, און פאר צייטליך און יא יא, פאר די נאכפאלגענדע ריפארט'ס..

וועגן די קומזיץ, אויבן אויף, קוקטעס אויס פאר מיר אינטערעסאנט, און איך קלער זיך צו באטייליגן, איז דא דא נאך איינער וואס וויל מיטקומען?.. אפשר קען מען מאכן נאכאמאל א טיש פאר ק.נ.א.?..

און פאר די ארגענעזירער לאמיר וואונטשען אז זיי זאלן האבן אסאך הצלחה..

א קליינע נאטיץ, ביי די ערשטע קומזיץ אויף די האדסאן, איך געווען זייער אסאאך מענטשען, ביי די יעצטיגע, איז געווען ווייניגער, איך ווייס אז מענטשען גייען זאגן אז ס'איז די עקאנעמי.. אבער לאמער זיך נישט פאפן, איינער וואס וויל, איז נאך אלץ אנגעקומען צו די פלעצער..

נאר וואס יא?.. ביי די ערשטע קומזיץ, איז ארומגעפארן פיקטשער'ס פון פשוטע מענטשען וואס זענען דארט געווען, סאו ביי די צווייטע, האבן זיי שוין נישט געוואלט גיין, ב"ה זיי האבן נישט פארשפרייט צופיהל פיקטשער'ס פונעם עולם ביים לעצטן קומזיץ, אבער אפאר פיקטשער'ס איז אויך אסאך..

פאר ענקער טובה, זאגטס אן פאר אלע דזשורנאליסטן וואס וועלן זיך באטייליגן, זיי קענען לייגן פיקטשער'ס פון די זינגער'ס שפילער'ס שיף, וכד', וויפיל זיי ווילן, אבער נישט פון קיין פריוואטע מענטשן... און אז מענטשען וועלן האבן א גאראנטי אויף דעם, וועלן זיי ענדערש גיין..

בהצלחה...

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 1:25 am
דורך יא יא
כאשוין מזכיר געוועהן וועגן די טיקעטס, עס זעהט אויס ווי כעל נישט קענען זיין (עס איז דא עפעס אויפן קאלענדער יענע נאכט).

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 6:09 pm
דורך צייטליך
דער טאג דערנענטערט זיך. וואס בלייבט, ווער גייט דא?

איך בין נאך שטארק מסופק אויב איך וועל קענען אנקומען אהין, שטארק מעגליך אז יא. האפענטליך. (עס ווענט זיך נישט אין מיר, פון מיין זייט זיץ איך שוין יעצט דארט..)

איינער האט עפעס מער דעטאלן איבערן מארגענדיגער קומזיץ?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 6:33 pm
דורך הימל
מ'דארף זיין משוגע נישט צו גיין, ס'גייט זיין א נאכט צום געדענקען.
רבותי כאפט'ס אריין,
רופט שוין 212-882-1949 מ'קען באקומען טיקעטס פאר ביליג
כאפט'ס ווילאנג ס'איז נאך דא

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 8:45 pm
דורך גרויזאמער
צייטליך האט געשריבן:אויסצוג פון א מיט-טאג באריכט אויף קנא'ס וועבזייטל:

גרויזאמער, ביסט גוט משוגא!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 9:34 pm
דורך וויכטיג מאכער
גרויזי, דו ביסט מעכטיג!!! חחחח...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 10:08 pm
דורך תמים
עס איז נאך געבליבן עטוואס טיקעט'ס

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:23 pm
דורך ליינער
פעסטע רבי פארנעמט די סטעדזש

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:03 pm
דורך ליינער
בערי וועבער ראקדט די שיף
מ'זעהט אויכעט נפתלי משה שניצלער
http://yfrog.com/09w9bj

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 1:40 am
דורך elmonsey
איך האב אנגעהויבן מאכן בילדער אין קליפס ווען פליצלינג קימט צי פליען עוזר באבד אין גיט א כאפ צי מיין קעמרע סאו בילדער האב איך נישט אבער audio האב איך אביסעל פין מיין בלעקבערי איך דארף נאך זעהן ווי קלאר עס איז.

אביסעל האב איך געשריבן מעמאס פין די סדר אויפן שיף אבער i lost track די ניגונים סאו איך האף אז נאך מעמבערס פין דא זענען געוועהן דארט אין זיי האבן ארפגעשריבן פינקלעך וואס איז פארגעקימען דארט.