קומזיץ מיט בערי וועבער - מוזיק אויפן בעי - חמשה עשר באב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 2:59 pm

דאס איז זיכער אז ער איז דארט געווען, ווייל אונז זעמיר דאך געזיצן ממש אונטער אים... געדענקסט?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:07 pm

אה! על מאנסי איז דער יונגערמאן וועלכער איז טאקע געזיצן פארנט פון אונז? wow!

כגעדענק טאקע ווי ער האט אויסגעזען שטארק צעמישט... ווער ווייסט, אפשר גאר איז ער געווען פון די וועלכע האבן געשריגן פאר יצחק פוקס'ן אז ער זאל זינגען "ווער איז דער וועבער" און פאר קעסין אז ער זאל זינגען "הללו ק-ל בקדשו"...
no offense elmonsey...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:10 pm

נעה, ער נעמט נישט קיין אפענס פון דעם. אמת אלי?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:26 pm

קעסין האט געזינגען משה ואהרן בכוהניו ביים קומזיץ???
Sent at 3:50 PM on Wednesday
Naftali: Yes
כווייס נישט צי מוועט מיר גלייבן, אבער די אויבנדערמאנטע איז א קאפי פון מיין גוגעל טאלק שמועס מיט נפתלי משה שניצלער.

טא, עמיצער האט נאך פראגעס?
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:29 pm

אזוי??????? עס עפעס איז אן ערענסטער שרייבער??? וואס האבן מיר נישט געוויסט דערפון ביז היינט?!


זייער גוט געשריבן! איך ווארט אויף נאך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:30 pm

עסי, מ'גלייבט דיר, מ'גלייבט דיר. עס עפעס און שרייב ווייטער...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:36 pm

wow
מיין דעיביו (debut) איז געווען פריטי עקסייטינג
שקויעך פאר יעדן פארן מיר שיין אויפנעמען און פאר די ווארעמע קאמפלימענטן
מער איבער דער קומזיץ וועט נאכקומען
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:05 pm

אז מ'וועט אים נישט ברענגען וועט ער נישט נאכקומען... וועסט מוזן טון א פעולה דערצו...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 5:47 pm

משקע מיט עסעפעס : שכוח פארן מיך אריבער פירען צום שיף
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 6:42 pm

וואס קען איך טון אז דזעי נעט שטערט מיר כמעט אלע קליפס פונעם עווענט, איז דא ערגעץ א פלאץ ווי מ'קען עס זען געהעריג אן צו ווערן געשטערט פון מיין דזשעינעט וואס כ'האלט נישט ביים אויפגעבן בשום אופן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:18 pm

האלט אייך געשפאנט, ביז עטליכע מינוט קומט ווייטערדיגע אפדעיטס איבער דער קומזיץ
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:49 pm

כגיי ווייטער מיט מיין אפשאצונג אויפן קומזיץ

צוריק צו יושע קעסין

אלע ביים קומזיץ זענען געזיצן און געשטוינט פון די געוואגטקייט פון דעם נייעם און אומבאקאנטן שטערן, וועלכער האט ארויפגעשפאנט מיט גאר זיכערע טריט און ער האט אויסגעזען 100 פראצענט קאנפידענט ביי זיך.

אנגעהויבן האט ער מיט א ניגון אנע ווערטער, כגעדענק שוין ווידער נישט וועלכע ניגון גענוי. ער האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטע ארבעט און די שטימונג אויפן שיף האט זיך טראנספערירט פון א קארליבאך'דיגע צו א פרייליכע, אויפגעהייטערטע, חתונה-סארט שטימונג.

דערנאך האט יושע קעסין געזינגען צוויי ניגונים פון זיין נייער אלבום וועלכע וועט ערשיינען ביז עטליכע טעג אויף די מארקעט און אנטשפרעכט צו זיין א הערליכער טעיפ, מיט הערליכע ניגונים און שיינע מוזיקאלישע ארעינדזשמענטס.

אגב. דער טעיפ וועט פארמאגן עטליכע ניגונים פון יושע קעסין זעלבסט און פאר איך פארגעס, עס וועט אויך האבן א "היט" ניגון פונעם מייסטערהאפטן קאמפאזירער "דוד קויפמאן". עס איז מיר אויסגעקומען צו הערן עטוואס פונעם ניגון און איך קען אייך אזויפיל זאגן: אויב "הריני מזמן" און "באלוקים" זענען הערליכע ניגונים, דאן וועט איר ווערן געכאפט אין סורפרייז וואס נאך דוד קויפמאן קען באווייזן. גרייט אייך.

אלנפאלס. קעסין האט זיך באדאנקט פארן עולם און פאר עוזר באבאד, וועלכער האט אראנדזשירט דער קומזיץ און איז אויך דער פראדוצירער פון זיין נייעם טעיפ.

פעסטער רבי האט אפלאדירט מיטן "סיגניטשור" פונעם אווענט- "תיקלויטש בחזק מאוד"...

נאך א קורצע איבעררייס, האט פעסטער רבי אויסגערופן אז עס קומט דער סאמע הויכפונקט פונעם אווענט און "בערי וועבער" וועט ארויפקומען זינגען.

ריכטיגער, האט פעסטער רבי געזאגט אזוי, וזל"ק: "יעדער ווארט שוין אויף די מינוט א גאנצע נאכט, און יעצט וועט מען האבן דעם כבוד ארויפצורופן שמואל בער וועבער, ולמספרם בערי וועבער, ער זאל זינגען פארן עולם עטליכע ניגונים"...

בערי שפאנט צום פאדיום מיט לאנגזאמע טריט און דער עולם גייט אריין אין עקסטאז. מען הויבט אן זינגען דער ניגון "אהיים", וואס איז דער פאפולערסטער און מערסט-הארציגער ניגון פונעם טעיפ. "טוי רא רוי רא ראם, טא רא רא רוי רא רוי רא ראם... די געפילן ברויזן... דער שיף שאקלט זיך עטוואס... ווי זי זאל ווען צושטימען מיט די פארזאמלטע... עס שפירט ווי ביי נעילה...

בערי שפאנט די עטליכע טרעפ צום פאדיום, ווען די פארזאמלטע האלטן שוין טיף אינמיטן דער ניגון "אוי, ניין! מער נישט קיין געוויין!". סאיז נישט געווען קיין איין פארמאכט מויל. אלעס האט מיטגעזינגען.

עס האט געדויערט א לאנגע מינוט און דער עולם האט זיך בארואיגט און בערי האט זיך גענומען צו דער עבודה.

צום שאק פונעם עולם, וועלכע האט געקלערט אז בערי וועט אנהייבן מיט א ניגון פון זיין אייגענעם טעיפ "בעזרת השם יתברך", האט ער אנגעהויבן מיטן באקאנטן ניגון "ועתה בנים שירו למלך".

כוועל זיין אויפריכטיג און מודה זיין אז איך, און מן הסתם אנדערע אויפן שיף, האבן זיך שטארק געוואונדערט אויף דער מאדנער אויסוואל פון בערי, צו זינגען אזא אויסגעזינגענעם ניגון. אבער ווען כהאב שפעטער איבערגעטראכט, האב איך געזען אז ער האט מעגליך געוואלט עטוואס אראפזעצן דעם עולם און אריינברענגען א רילעקסד לופט אויפן שיף. כווייס אבער נישט צי דער עולם האט פונקטליך מיטגעשטימט מיט בערי.

דער עולם איז אבער געזיצן מיט געדולד, וויסנדיג אז בערי וועט באווייזן זיי צו אויפלעבן , אויפהייטערן און איבערנעמען מיט זיין געזאנג.

ווי נאר בערי האט געענדיגט דעם "ועתה בנים" האט ער געבעטן אויפן מיקראפאון אז דער עולם זאל פארשלאגן וועלכע ניגון ער זאל נעקסט זינגען.

די טענער האבן זיך געהויבן. טייל האבן געשריגן "ווער איז דער וועבער", אנדערע האבן געשריגן "אהיים". פענס פון נפתלי ווייל האבן געשריגן אז מען זאל גאר זינגען "יהי רצון". די קולות זענען געווארן שטארקער און מער אויסגעמישט, אלע האבן זיך געריסן אז בערי זאל אויסוועלן זייערס א ניגון.

נאך עטליכע מינוט האט בערי ענדליך באוויזן צו געווינען שטילקייט ביי די פארזאמלטע און די מוזיק האט אנגעהויבן קנאקן "באלוקים בטחתי לא אירא", דער "היט" ניגון וואס דוד קויפמאן האט קאמפאזירט ספעציעל פאר בערי.

די מוזיק האט געהאקט שטיקער און בערי האט אראפגעלייגט א איינדרוקספולע "פערפארמענס". "מאמאמאמא יאסע לי אדם, מה יעשה מה יעשה לי אדם!".

בערי האט גענידערט דעם טאן און אנגעהויבן דער הערליכער שטייטער ניגון וואס ליפא האט קאמפאזירט, "אלוקינו אבינו רעינו". די פארזאמלטע זענען אלע געזיצן און באטראכט יעדן ריר פון בערי, וועלכער איז געפלויגן אין עולם הנגינה און געברענגט גרוסן פון דארטן אין פארעם פון ווארעמע תנועות און הארציגע קוועטשן אויף די באדייטפולע ווערטער "והרוח לנו השם אלוקינו מהרה מהרה מכל צרותינו"!

די פארזאמלטע זענען שוין געווען שטארק אנגעווארעמט און מען האט געקענט טאפן די געפילן מיט די הענט. דאן האט זיך בערי גענומען צום ניגון "אהיים".

כגיי אפילו נישט פרובירן אראפצוגעבן די געפילן וואס מען האט געשפירט בשעת מעשה. איר קענט זיך דאס שוין אליינס פארשטעלן. דער גאנצער שיף איז געווארן איין שטיק געזאנג און אלעס האט געשריגן "אהההההההייייייייייייייים!!!!!"...

אגב, אויסער דעם וואס בערי האט באוויזן אראפצולייגן דער ניגון מיטן מאקסימום ווארעמקייט וואס איז נאר מעגליך, האט ער דאס אויך גאר פראפעסיאנאל געזינגען, עס האט זיך געהערט כמעט ווי אויפן טעיפ. אלע קוועטשעס און דרייעס, מיט גרויס פונקטליכקייט און פערפעקשאן, "קודאוס" בערי!...

דער זייגער האט געקלאפט 10:20, בערי ענדיגט זיך באדאנקען פארן עולם און אראנדזשירער און דער עולם ציהט זיך אויס די ביינער...

מער וועט נאכפאלגן
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:25 pm

דער פעסטער רבי ליינט דאך געוויס דא, ווילן מיר אים אן מערקן, אז לכאורה קומט צו זאגן,
עס עפעס האט געשריבן:פעסטער רבי האט אפלאדירט מיטן "סיגניטשור" פונעם אווענט- "תיקלויטש בחויזק מאוד"...
אין אני אומר קבלו דעתי ואהיה ח"ו מורה הלכה בפני . . . אלא כהצעה מונחת . . . על העתיד.
ועמך כולם צדיקים

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 1:55 am

עס עפעס האט געשריבן:אה! על מאנסי איז דער יונגערמאן וועלכער איז טאקע געזיצן פארנט פון אונז? wow!

כגעדענק טאקע ווי ער האט אויסגעזען שטארק צעמישט... ווער ווייסט, אפשר גאר איז ער געווען פון די וועלכע האבן געשריגן פאר יצחק פוקס'ן אז ער זאל זינגען "ווער איז דער וועבער" און פאר קעסין אז ער זאל זינגען "הללו ק-ל בקדשו"...
no offense elmonsey...


איך בין נישט געזיצען אין פראנט פין דיר טבער יא די ביזט גערעכט איך האב נישט געהעריג אדורך געליינט וואס מאשקע האט געשריבן...

איך האב גארנישט געשריגן צי יצחק פוקס איך בין נאך געוועהן upset אז איך האב געמיזט אויסמעקן אלע פיקטשערס אין קליפס וואס איך האב געמאכט

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 1:56 am

מאשקע האט געשריבן:נעה, ער נעמט נישט קיין אפענס פון דעם. אמת אלי?

עס איז נאר א ניק...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:13 am

על מאנסי, כהאב טאקע אויך געזען ווי עוזר באבאד איז ארומגעגאנגען און אוועקגעכאפט די קאמערעס פון די וועלכע האבן געכאפט בילדער, און דאס וואס כהאב געשריבן אז דו ביזט געזיצן פארנט פון אונז איז געווען באזירט אויף וואס מאשקע האט געשריבן אנהייב פונעם אשכול אז ער האט דיר געזען דארטן
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:37 am

ס'עפעס, זייער גוט אראפגעלייגט. פון יעצט און ווייטער בלייב איך שטיל. איך ווארט אז דו זאלסט אראפלייגן וואס יצחק פוקס האט געזונגען, און אז אונז האמיר גארנישט געהערט ווייל אונז זעמיר געשטאנען אינדרויסן אויפ'ן דעק פונעם שיף...

למעשה וואס איז געבליבן מיט אונזער חקירה? וואס פארט, די שיף אדער די וואסער?...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:37 am

און על-מאנסי, האסט באוויזן מיך גוט צו צעמישן... כ'בין שוין נישט זיכער צי איך בין יא דארט געווען...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:39 am

עס עפעס, (אוי, דאסידאך מיינס א זייער באקאנטע אויסדרוק, איינס נאך 'כ'הער זאגן'.) הערליך אראפ געלייגט, זייער שיין, ממש גענומען ס'עולם אין שיף אריין.

מאשקע, פארוואס האסטו אים נישט געברענגט ביז היינט? הא? וואו איז יושר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:48 am

גלייב מיר, כ'האב פרובירט. אבער ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן, אמת?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:14 am

איך הער, כהאף אז דו ביזט נישט ערנסט באליידיגט איבער מיין ניק...

אגב דער שקויעך קומט פאר מאשקע'ן. זייענדיג אויפן שיף מיט אים, האט ער מיר כסדר געגעבן באמערקונגען איבער וועלכע זאכן כזאל זיך פארשרייבן וועלכע וועט צוניצקומען פארן באשרייבונג!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:26 am

מאשקע האט געשריבן:און על-מאנסי, האסט באוויזן מיך גוט צו צעמישן... כ'בין שוין נישט זיכער צי איך בין יא דארט געווען...

איך האב דיר פארמישט?????

די ביזט זיכער געוועהן דארט די האסט מיר געגעבן סימנים...

עס עפעס איך האב זייער ליב די וועג וויאזוי די שרייבסט עס אראפ א ריזיגען ייש"כ

איך וויל טאקע וויסען יעדע ניגון וואס יצחק פוקס האט געזינגען ווייל נישט אלעס האט ער אויף זיין סידי.

פאר איך פארגעס
תקלויטש חזק מאוד פאר הרב פרעס עפעס!!!!
אפשר אויך פאר מאשקע ער האט דאך אים געברענגט דא צי פלוידערן...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:30 am

פרעס עפעס???????
כהאב דיר טאקע געוואלט פרעגן, דיין ניק elmonsey איז אזוי ווי "על קאידא"??? אדער גאר אזוי ווי מאשקע איז חושד אז דאס איז א פארקירצערונג פון אלי' וועלכער וואוינט אין מאנסי?
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:48 am

תקלויטש חזק מאוד.... חחחחחחח.... על-מאני דו ביזט צו די זאך...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 12:59 pm

מאשקע, צו ס'האטצעך געלוינט? ס'וואלטצעך מער געלוינט ווען ס'געלונגטער ווען פריער. (איך צי נאר פלעין די שטריק.)

עס עפעס, נו אפשר עסטו טאקע עפעס? כ'מיין מ'קען דאך חלילה בלייבן אהין-געריקט. איך ברוגז? אדרבא, ס'איז א פעיווערעט ווארט מיינס.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט